רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

דער @שמייכעל איז טאקע א סופר פורה. אצינד זעה איך פון וואנעט ער נעמט זיין שמחה און גוט-געלוינטקייט. כן ירבה וכן יפרוץ!
 
חלק י''ד: שיטתו נגד 'טעראפיע' אז מ'טאר נישט גיין צו אזעלכע וואס זענען נישט גענוג ערליך. פון דא:

1749838225013.png

סיי נחי איז סינגל סיי פרידע וויזל און סיי די דאזיגע טעראפיסטקע... און זיי געבן אונז עצות פאר שלום בית....!

ר' אביגדור מילער פלעגט טאקע אייביג האקן אויף טעראפיסטן אז זיי פארערגערן נאך מער אלע פראבלעמען אויב מ'געבט זיי געלט, קוק אן נחמי' וועבערמאן. א פאלנער מגושם וואס גאנץ סאטמאר, סיי די זאליס און סיי די אהרונים, האבן געבעקט צו הארגענען אונזערע קינדער, ווייל ער האט זיך פארקויפט פאר א טעראפיסט!

ר' אביגדור האט געטענה'ט אז אלע טעראפיסטן זענען דורך גיטין אדער אנדערע גאר ווייטאגליכע פערזענליכע דוכפאלן אין לעבן, מילא שפירן זיי זיך שוין ווי איינשטיין צו קענען העלפן אנדערע וואס גייען דאס איצט דורך. אבער אויב זענען זיי נישט זייער שטארק ערליך פארהארגענען זיי דאס מערסטע, און מאכן אלע פראבלעמען פיהל פיהל ערגער ווי ביז איצט!

זיי קענען טאקע זייער גוט רעדן אבער נאר ווייל זיי אליינס זענען א מעסיוו ''מעס'' אינעם פערזענליכן לעבן. אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זעהן אז רוב פון זיי זענען גראב ווי די רוחות. אדער האבן שוין אנגעזעצט אסאך מענטשן מיט געלט אדער אנדערע גאר שטארקע בושות מעכטיגע פלאפס אין זייער לעבן אדורך אדער קענען זיי פשוט נישט האלטן א געהעריגן ניין טוה פייוו זשאב ביי אדאראמע מיט בי. ענד.עיטש. וכו' - מילא פארדרייען זיי אונז א א קאפ אז מיר זענען משוגע, פאשטייט זיך, פאר גוט באצאלט, דורך אונז...!

אבער קריטיק העלפט אייביג. ווי עס שטייט קבל את האמת ממי שאומרו, די בעסטער טעראפיסט איז א דראג עדיקטעט האומלעס שיכור. איך האלט נישט אז ר' אביגדור איז געווען גערעכט אזוי צו האקן אויף טעראפיסטן. ווייל אסך מאל איז דער מאן נישט גענוג ערליך צו האבן א רבי. מילא פועלט די ווייב ביי אים צו גיין צו א פרייען טעראפיסט.

איך מוז צולייגן, אז איך מוז צולייגן, אז צו בני תורה תלמידי חכמים יראי שמים אויסגעארבייטע איידעלע גאר פרומע מענטשן וכו' - האט ער יא געלאזט גיין צו זיי אויף טעראפיע סעסיעס.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק י': פון וויי.יו. קיין סלובאדקע

View attachment 5681
דער ''אלל פאר די באס'' בוך פון הרב יעקב יוסף הערמאן ז''ל'ס טאכטער, פון ווי דער פאוסט איז 'געקאפיט-פעיסטעט' מזיכרון.

סלובאדקע ישיבה האט אים געמאכט פאר ר' אביגדור! אבער פאוואליע קודם לאמיר צוריק גיין צו וויי.יו. וואס ר' אביגדור האט געזאגט שטענדיג אז ער האט נישט געוואלט פארלאזן. אבער זיינע חברים האבן געלייגט שטארק דרוק אויף אים סאשעלי. ר' אביגדור איז געווען דער ערוויילטער סטודענט פרעזידענט אין וויי.יו. אזוי פאפולער איז ער געווען שוין דאן. ער איז אויך געווען דער בעל קורא דארטן. אבער סאשעל פרעשור האט אים געמאכט גיין קיין סלאבאדקע.

דארטן אין וויי.יו. איז געווען א חבורה פון 5 בחורים מבקשים. דער עלטסטער וואס איז געווען בראש פון זיי איז געווען ר' יודל דעיוויס שפעטער ראש ישיבת 'מאנטענדעיל' ישיבה אין די קעטסקילס. דער חסידישער בחורל, פארשטייט זיך אנע בארד, ר' משה ביק וואס איז שפעטער געווען א רב אין אייראפע אין חסידישן אור-אלטן מעזשביזש שטעטל, דערנאך דאהי אין ניו יארק, די פוסק הדור נאך אין בראנסוויל, שפעטער אין בארא פארק. אונזער ר' אביגדור און טעלזער ראש ישיבה הרב מרדכי גיפטער וואס איז שפעטער געווארן א איידעם אין טעלז. ער איז געווען דער אינגסטער פון זיי אלע. אויך פון באלטימאר ווי ר' אביגדור. ר' נתן וואכטפויגל שפעטערער לעיקוואד משגיח, דער היינטיגער ראש ישיבת סאוט פאלסבערג, ר' אלי בער'ס פאטער, איז געווען דער פיפטער בחור.
האסט אויסגעלאזט ר' שמואל שכטר
Rav Shmuel Schechter and Glukel of Hameln
 
פרובירט נאכקוקן אבער איך זעה אז עס איז דא מער פון 5 נעמען, ווי למשל איינער ר' ברוך קאפלאן, איז ער פון בית יעקב? ר' שכנא זאהן, און ווי איך האב געשריבן בעפאר ר' נתן וואכטפויגעל, טאקע ר' יעקב יוסף הערמאן'ס שפעטערדיגע איידעם, ר' חיים פינחס שיינבערג, דער מיט די סך ציצית, טאקע אויכט, האלטן מיר שוין ביי 8 בחורים, צוזאמען מיט דיין נאמען, ר' שמוא' שעכטער, ווי דו צייגסט צו צום זשואיש פרעס.

איך בין משער אז דאס איז בלויז וואס מיר ווייסן, אז זיי זענען געגאנגען לערנען קיין אייראפע, ס'רוב קיין מיר, דורך די השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן. אבער עס זיכער דא נאך בחורים, וואס מיר ווייסן נישט פון זיי בכלל, צו ווייל זיי זענען אוועק ביי די נאציס אדער אין קאמוניזם אדער אין סתם דעם אמעריקאנעם קאפיטיליזם, ווי ר' אביגדור זאגט אז מ'איז געווארן פארלוירן אין די מאסן ליידער.

איך דאנק אייך זייער פאר דעם זייער אינטערסאנטער דזשואיש פרעס לינק ארטיקל וואס דו האסט צוגעצייכנט פון ר' שמוא' שעכטער אז ער האט געפענט די היינטיגע בית מדרש גבוה דלעיקוואד ישיבה, ארגינעל אלץ כולל, צוזאמען מיט ר' נתן וואכטפויגעל, נישט ר' אהרן קאטלער, נישט געוויסט פון דעם ביז איצט!

אגב, ביי אונז חסידים איז אנגענומען אז ר' נתן איז געווען א חסיד דהיינו ער איז געגאנגען אין מקוה יעדן טאג. אבער אמאל פאר די מלחמה איז יעדער פרומער ליטוואק געגאנגען אין מקוה...
 
לעצט רעדאגירט:
מנהלים ביטע אריבערפירן דעם גאנצן שנירל צו דאס ערשטער געפענטער שנירל בעפאר מיר איבער דעם גרויסן מענטש ר' אביגדור מילער https://kraimel.community.forum/threads/rby-bygdwr-myl-r.1676/#post-45786

ואיתכם הסליחה אז איך האב נישט באמערקט איידער איך האב דאס געפענט א דאבעל. פארצייעט מיר אייער שווערע ארבייט.
 
לעצט רעדאגירט:
מנהלים ביטע אריבערפירן דעם גאנצן שנירל צו דאס ערשטער געפענטער שנירל בעפאר מיר איבער דעם גרויסן מענטש ר' אבידור מילער https://kraimel.community.forum/threads/rby-bygdwr-myl-r.1676/#post-45786

ואיתכם הסליחה אז איך האב נישט באמערקט איידער איך האב דאס געפענט א דאבעל. פארצייעט מיר אייער שווערע ארבייט.
ס'איז גוט צו זיין עקסטער.
איך האב צוגעלייגט צום קעפל, כדי ס'זאל זיין קלאר די חילוק.
 
חלק ט''ו: זיין אמונה בהשארת הנפש וואס ער האט דאס בעיקר אריינגעלייגט אין עולם הבא

1750430591374.png

א בוך פון א תלמיד איינגעזאמעלט אלע זיינע מימרות און דרשות בנוגע עולם הבא.


ר' אביגדור האט זיך ניט געקאכט אין ביאת המשיח ווי אין סאטמאר אדער אין חב''ד. אויך נישט אין תחיית המתים. ער האט דאס אוודאי אריין געווארפן אז מ'מוז גלייבן דערין. אבער אין עולם הבא האט ער יא גערעדט זייער אסאך מתורת זיין משריש זיין אין אונז א אמונה בשכר ועונש.

ער פלעגט אייביג מודה זיין אז ער ווייסט נישט וואס עולם הבא מיינט, אבער דאס איז עפעס א געוואלדיגער הנאה פון זיך ווייקן אינעם אייבערשטן'ס כבוד. אראפברענגדיג דעם חז''ל אז ''צדיקים יושבין ועטרותיהן בראשיהן ונהנין מזיו השכינה!''

דאס האט ער יא קלאר געזאגט איז עס איז די עבודת השם יתברך פון אונז אויף די וועלט, ווי די שער הבחינה פון חובת הלבבות, אז נאר ווער עס האט הנאה פון דעם אייבערשטן אויף די וועלט, קען זוכה זיין צו עולם הבא!

ער איז געווען קעגן די וועלט'ס מיינונג אז כל ישרא' יש להן חלק לעולם הבא, דהיינו, ער פלעגט זאגן אז טאמער האט מען נישט קיין שייכות צום כלל ישרא', דאס הייסט מען דינט נישט דעם אייבערשטן דאהי ביים לעבן. האט מען נישט קיין טייל אין עולם הבא אויך נישט. - ער האט דאס אריין געטייטשט נישט פשוטערהייט ווי ער פלעגט אייביג זיין א פשטן, נאר דא איז ער געווען א חסיד, אזא חסידישע תורהלעך געזאגט, אז דאס ווארט 'כל' מיינט אז מיר מוזן זיין א טייל פונעם ישרא'. הגם כ'פארשטיי דאס נישט האט ער דאס איבערגעזאגט זייער אסאך מאל אז עס מיר געקראכן אויף די נערווען וויאזוי אזא קלוגער איד ווערט דא פלוצינג אזא דעמעגאג צו נוצן א נישט פשוטע פשט אראפצילייגן אזא עקסטרעמע יסוד אין אידישקייט.

כהא גע'טראכט דאון און היינט צוטאגס טראכט איך נאכאלץ אזוי, אז דאס קומט ווארשיינלעך פון זיין קנאות. באמת איז דאס פונעם רמב''ם און נאך ראשונים וואס זיי זאגן אויך אז טאמער איינער גלויבט נישט אין די עיקרי האמונה, איז ער דאך א כופר בעיקר, און איז זיך מוציא עצמו מן הכלל. אבער ר' אביגדור'ס מוסר לעבן האט אים אויך דאס געמאכט זאגן מכוח דעם מוסר, אז ער האט אנגעקוקט עולם הבא ווי א המשך צו אונזער דאנקן השם יתברך דאהי אין עולם הזה.

ער האט געטייטשט פשוט פשט וואס מיינט א 'חטא'? אז דאס איז נישט קיין עבירה זינד נאר עס ''פעלט'' דהיינו א ''שארט-קאמינג'' אין לייף, אז מ'האט נישט גענוג געדאנקט השם יתברך אויף די וועלט. רוב מענטשן האלטן אז חטא איז אן עבירה. אבער אז מ'קוקט אריין אין נ''ך ווי קולע להשערה ולא יחטא, זעהט מען אז דאס מיינט ''מיסינג''. דאס איז עולם הבא אזא שכר והמשך פון אונזער עבודת השם יתברך דאהי בעולם הזה; גארנישט עפעס אנדערשט נאר ווייטער טאנצן זינגן לויבן און דאנקן השם יתברך פאר די געשמאקע לעבן!

ר' אביגדור האט קלאר געהאלטן, כאטש ער האט דאס ניט קלאר געזאגט, אז טאמער איינער דאנקט נישט און לויבט נישט דעם אייברשטן דאהי, אפי' מיר טוען אלע מצות שבתורה און מיר הערן נישט אויף דאווענן און לערנען, אבער וויבאלד מיר טוען נישט דאנקן דעם אייבערשטן האבן מיר נישט קיין עולם הבא. ווייל לויט אים מיינט עולם הבא אז מ'זיצט שטייט ליגט אדער גייט; אבער די מוח איז פולי פארנומען צו זינגען צום אייבערשטן.

ער האט יא אריין געווארפן אז שכר גייען מיר באקומען אפי' מיר האבן נישט געדאנקט דעם אויבערשטן באמת, נאר גלייגט תפילין ווי א ראבאט אן כוונה וואס און וויאזוי האט ער נישט מסביר געווען. אבער מיר האבן קלאר פארשטאנען אז עולם הבא מיינט נישט סתם שכר אויף מצות. נאר א פארזעצונג צו אונזער זיין פרייליך און באליבט אין לעבן דאהי אין עולם הזה, נאר אויף א גרעסערן פארנעם.

ער פלעגט נאכזאגן אז אין סלובאדקע האט מען געלערנט די ערשטע ליין אין מסילת ישרים, 'מה חובתו בעולמו של אדם? להתענג על השם יתברך'. אז מ'האט טיף אריינגעאטעמט און זיך אפגעשטעלט נאך די ווארט 'להתענג'. ווייל די וועלט איז פאר אונזער 'עונג' ותענוג. און דערנאך, 'על השם יתברך', איז בעיקר עולם הבא.

ער האט געהאלטן, אז אזאלעכע, וואס לעבן, בתעניתים ובסיגופים כל ימי חייהן, דינען נישט באמת השם יתברך, ווייל מ'קען נישט דאנקן ליבן און זיך באמת שפירן בהכרת הטוב צום אייבערשטן אויב שפירט מען נישט די גוטס, אויב פילט מען נישט די חסד, אויב ענדזשויט מען נישט די לעבן!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ט''ז: ותלמוד תורה כנגד כולם!

1750431494587.png

'אתם עדי' איינע פון ר' אביגדור'ס ענגלישע ספרים איבערגעטייטשט אויף לשון קודש!

דער קעפל איז אויבן אויף א סתירה צו ר' אביגדור מיללער'ס לעבן און שאפן. ווייל כאטש ער האט געהאט 36 שיעורי תורה א וואך, איז ער בעיקר באקאנט פאר זיין מוסר וקנאות, דהיינו ווי געשמועסט אויבן, קודם שער הבחינה התבוננות בחסד השם יתברך און דערנאך תיקון המידות פון שווייגן ווען דער ווייב אדער חבר פליקט דיך אריין ווי עס דארף צו זיין.

איז וואס איז פשט פון דעם קעפל וואס מיר זאגן יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען אז ותלמוד תורה כנגד כולם? איז דער תירוץ אז ר' אביגדור האט אויך געפאדערט דעיס באמת! ער האט נאר אנגערופן די תורה נישט וואס מיר רופן דאס אן... דהיינו, ביי אים איז שכל, ''קאמאן סענס'', דער 'יצר טוב', געווען תורה!

מיר האבן דאס מקדים געווען אין חלק א'. אבער ער פלעגט כסדר האקן אויף די עולם הישיבות אז זיי מאכן א ''טעירע'' שלימה פון עפעס א בריסקער נארישער חקירה, וואס דאס פארברענגן זיי רוב ימיהם עלי אדמות, און לערנען נישט גארנישט פון רוב חלקי ועיקרי התורה, וואס דאס איז די מעשיות פון אונזערע אבות הקדושים אין חומש, און אגדתות של חז''ל אין גמרא מיט מדרשים.

דעריבער האט ר' אביגדור אזוי ליב געהאט חסידים ווייל זיי קאכן זיך אין זייער רבי'ס גוטע חלקים, - ווי א לעבעדיגע ספר תורה. ווי אויך אונז גייען ארבייטן פאר פרנסה. נישט קוועטשן די באנק א גאנץ לעבן! 'מיר לעבן תורה', דהיינו אז מיר לערנען תורה מער פון די בני ישיבות, ווייל מיר פירן זיך אויף ערליך הייליג און מאכן א קידוש השם יתברך אין אונזערע טאג טעגליכע מעשים בכל יום, וואס מיר לערנען דערביי די תורה הקדושה לייוו, נישט בלויז טעאראטיש ווי די ליטפאקערס.

ער האט זייער שטארק פיינט געהאט די לומדישע חריפות, פון דרייען מיט'ן פינגער, א גאנץ לעבן אבער גארנישט טאן קיין מצות מעשיות איבערהויפט מידות טובות. ער האט געשריגן אז זיי זענען קעגן תורה, כאטש ער אליינס האט דארטן באלאנגט געווען א בן ישיבה און זיינע קינדער און אייניקלעך זענען ס'רוב בני תורה, האט ער אפען געהאקט און זיך ארויסגעזאגט קעגן די מהלך ודרך הלימוד פון די ישיבה וועלט ליידער!

ווען ער אליינס האט פארגעלערנט גמרא, האט ער דאס געלערנט שנעל על דרך הבקיאות קולע להשערה ולא יחטא מיט איבעריגע פשטלעך דריידעלעך, נישט געלערנט אלע תוספות, נאר אויב עס איז ווי רש''י דהיינו עס זאגט פשוט פשט.

ער האט אויך פארגעלערנט נ''ך, און געהאט ספעציעלע שיעורים נאר אויף אגדתא, דהיינו פארקערט ווי די ישיבות וכוללים, אז מ'לערנט בלויז לומדות אדער הלכה.

ער פלעגט נאכזאגן דעם חז''ל, אז 'מאן דבעי למהוי חסידא יעסוק בנזיקין', אז די 3 בבות, די ישיבה מסכתות, קמא, מציעא, ובתרא, זענען מסוגל צו זיין א חסיד, דאס מיינט צו וואטשן אויף אן אנדערן, און זייערע נכסים. ער האט געזאגט אז ער האט אמאל געטראפן א בבא מציעה גמרא וואס באלאנגט צו זיין שוהל ליגן עקראסס די סטריט אין מיר, האט ער מסביר גווען אז דער וואס האט דאס אהין געטראגן האט געטאן פונקט פארקערט וואס שטייט אין גמרא, אויב יענער וואלט ווען עכט געלערנט די גמרא וואלט ער געוויסט אז ער דארף צוריקברענגן 2 אזאלכע גמרות, כפל, ווייל אנדערשט ווי א גנב איז דאך יענער א גזלן...!

הקיצור, ביי אים האט תורה געמיינט גאר עפעס אנדערש, ווי ביי אונז; עס האט געמיינט צו לערנען אונז צו מחייב זיין צום לעבן און צו דינען דעם אייבערשטן, נישט סתם זיין א חמור נושא ספרים, ווי חז'''ל זאגן אונז אז א תלמוד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ח''י: קדושים תהיו - ארבייט זיך אויס די אייגענע מידות!

1750451540292.png

ר' אביגדור'ס ספר 'לב אביגדור', ארויס נאך זיין פטירה מכתב יד קדשו, זיינע פארצייכנטע נאטיצן פון די פריוואטע 'וועדים' חבורות ביי אים אין שטוב.

אין חלק ג', האב איך דערציילט אז אפי' ר' אביגדור איז געווען משגיח אין ישיבת חיים בערלין האט ער נישט דארטן גערעדט מיט קיין תלמוד איבער מוסר. ווי אויך האבן מיר דערמאנט זיין אייגענארטיגער פשט אין קדושה, דהיינו אנדערשט ווי רש''י, אז דאס איז פרישות. און נישט ווי די וועלט זאגט אז עס מיינט העכערקייט. נאר עס איז שלימות, דהיינו, הייליגקייט מיינט זיין אויסגעארבייט אין מידות טובות.

די עבודה פון תיקון המידות האט ער יא געארבייט מיט חבורות, צוזאמען בחורים און אינגעלייט, וואס פלעגן קומען צו אים אהיים פריוואט. מ'האט דאס אפגעדרוקט אין א ספר זיינע אייגענע נאטיצן וואס ער האט זיך פארשריבן דערביי.

עס איז געווען אזא סיסטעם יעדער וואך אויף אן אנדערע מידה. איינמאל כעס, איינמאל סבלנות, און איינמאל השתוות, וכו'. על פי דעם ספר 'חשבון הנפש' פון ר' מענדל לעפין ז''ל, א גרויסער אנטי חסידישער קעמפער, און משכילישער שרייבער און דענקער, אבער ר' ישרא' סאלאנטער, דער גרינדער פון די מוסר באוועגונג, האט געגעבן אן הסכמה דערויף. כאטש מ'האט געוויסט אז דאס איז בעצם בענזשעמין פרענקלין'ס בוך, נאר צענזורירט די קריסטליכע דערמאנונגען.

ר' אביגדור האט דאס אנגערופן א הייליג ספר! ווי געשריבן שוין אין חלק א' אז אפי' א שייגעץ האט דאס געשריבן איז דאס בלויז שכל, און שכל איז תורה, לויט ר' אביגדור!

ביי חסידים מיינט קדושה, שמירת עינים, כאטש ר' אביגדור פלעגט רעדן אז מ'זאל זיך היטן די אויגן, איז דאס בלויז געווען אז מ'זאל זיך קענען האלטן לויט די פרינציפן פון תורת המוסר, נישט מכוח רש''י'ס פשט, אז מ'זאל זיין מופרש מעריות.

אוודאי, אז מען איז א קדוש לויט ר' אביגדור'ס פשט, היט מען זיך די אויגן מילא אויכט, ווי חסידים, נישט צו קוקן ווי מ'ברויך נישט. און מ'איז מופרש מעריות ווי רש''י טייטשט. דאס איז דאך א בפירושער פסוק 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' - אבער ר' אביגדור פאר זיך פלעגט זיך נישט קאכן אזוי ווייט אין דעם 'סור מרע' ווי ער האט פארלאנגט דעם 'עשה טוב', דהיינו, צו ארבייטן אויף דעם עבודת השם יתברך, פון תיקון המידות, מתוך אהבה ויראה מהכרת הטוב צו השם יתברך פאר אונזער לעבן!

הגם, איך בין קיינמאל ניט געווען ביי די וועדים, פלעג איך אבער הערן אסאך פון ר' אביגדור, אז 'הרגל נעשה טבע', דהיינו, אז אויב מ'געוואינט זיך איין צו ארבייטן נישט צו ווערן אין כעס, איז דאס גרינגער נאך אסאך פראקטיצירן. כ'ווייס נישט צו דאס איז אמת. ווייל איך האב דאס ליידער נאך נישט פראקטיצירט...

אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז מיר קענען ווערן קדוש, הייליג; און מיר האבן א חיוב צו ארבייטן טאוערדס אזא גאול פון קדושה דהיינו שלימות במידות.

ר' אביגדור פלעגט זיך אייביג קאכן, מיט דעם מסילת ישרים ליין, אז 'כל עניני העולם ניסיונות הן לאדם', - אז מיר לעבן אין א קאנסטענט שלאכט, א פראנט מיט יצר הרע, אויב פארחלומ'ט מען זיך בלויז פאר איין סעקונדע זענען מיר דערנאך! יעדער רור יעדער רגע איז א מלחמה! מיר מוזן האלטן דאס קאפ אויפ'ן פלאץ נישט צו ווערן אין כעס, אז א חבר אדער דאס ווייב האט אונז עפעס געזאגט וואס שמעקט אונז נישט!

אדרבה, ר' אביגדור האט געזאגט אז דאס ווארט נס, א 'דערהויבונג', איז דאס זעלבע ווי ניסיון, א 'שטרויכעלונג'. ווייל יעדער זאך קען ווערן אויסגענוצט צו שטייגן דערפון בבחינת 'נס להתנוסס' צו ווערן בעסער העכער און הייליגער דורך דעם, אבער עס קען אויך זיין א שטיין א לאך ווי אזוי אומציפאלן דורך דעם אז מ'ווערט אין כעס.

איז נעקסטער מאל אייער חבר אדער ווייב זאגט אייך עפעס קרום, שמייכלט צו זיך אליינס, אז ווי גוט זיי זאגן אייך נישט ערגערס...! יודע צדיק נפש בהמתו ווער נאך ווי דו אליינס ווייסט אז דו ביסט אסאך ערגער ווי דיין חבר און ווייב האבן דיך איצט אריין געפליקט!...

דאס האט ר' אביגדור געטייטשט מיינט דביקות בהשי''ת, ווייל דאס איז א העכערע לעבן אז מ'לעבט מיט ג-ט קאנסטענטלי!

ער פלעגט מסביר זיין דעם קשה זיוויגו של אדם כקריעת ים סוף אדער פרנסה אז קשה מזונתו של אדם כקריעת ים סוף ווי פלאגענד:

אז די טבע פון 2 מענטשן א מאן און ווייב אז זיי זאלן וואונען צוזאמען דארפן מיר זיך ברעכן היפך אונזערע טבעס, דהיינו בדרך הטבע ארבייט דאס נישט נאר אז מ'טראכט פון אייבערשטן מילא ארבייטן מיר אויף די מידה פון כעס!

דאס זעלבע איז ביי פרנסה על פי דרך הטבע קענען מיר נישט מאכן קיין געלט צום לעבן אבער טאמער מיר זענען פרייליך און צופרידן, דאן ארבייטן מיר אויף די מידות אז מ'ענטפערט נישט צוריק מיט חוצפה דעם באס, אדער מ'דולד דעם קאלעגע קאסטומער און אפי' קאמפעטישן, אייביג! נישט קיין חילוק וואסערע שלעכטער פגע רע יענער איז. מילא איז מען מצליח אין ביזנעס אויכט, ולמעלה מן דרך הטבע נאך אויכט, טאקע זוכה צו זיין צו עשירות.

ר' אביגדור פלעגט אייביג געבן דעם משל אז דער גראסערי מאן אדער דע מלמד דרדקי זענען על פי רוב די איידלסטע אויסגעארבייטסטע מענטשן ווייל זיי דארפן ליידן און שווייגן צו באקומען טיפס און דולדן די קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען און ברענגן צוריק געפענטע קענס טונא אדער מילך באטלעך צום גארבעדזש, אבער א קרעדיט מוז מען זיי געבן, אז נישט גייען זיי צום קאמפעטישן, אלעס ווייל די מאמע האט געזאגט ס'איז פארדארבן...

ר' אביגדור האט עדות געזאגט אויף זיך, אז וועגן דעם איז ער אליינס געווארן א רב, צו דילען מיט אסאך שווערע מענטשן, און זיך אויסארבייטן די מידות דורך דעם. ער האט פארציילט א מעשה אז א בארד מעמבער האט זיך אמאל באליידיגט פון אים ביי זיין ערשטן רבנות זשאב גאנץ אין אנפאנג אלץ אינגערמאן אין טשעלסי מאסעסטשוסעס, און פארלאנגט אים צו פייערן פון פאסטן ווייל ער האט פארפאסט אים צו זאגן א גוט מארגן אמאל. - אבער ר' אביגדור האט זיך אנטשולדיגט און יענער איז דערנאך געווארן זיין גרעסטער חסיד!

ר' אביגדור האט געזאגט אז וועגן דעם זענען מיר מחויב צו דאווענען מיט מנין דריי מאל א טאג פון ווייניגסטענס צעהן אנדערע מענטשן, צוליב דעם טעם צו קומען אין בארירונג מיט אסאך אנדערע פארשידארטיגע מענטשן, בכדי נאכצולאזן אונזערע סעלפישקייטן, און זיך אויסארבייטן די מידות!

ר' אביגדור האט מסביר געווען אז די לשבת יצרה פון חתונה האבן מאן און ווייב איז נישט צוליב פרי' ורוביא פשוט צו האבן קינדער אויף די וועלט, ווייל מ'קען דאך אדאפטירן גענוג יתומים פאר דעם. נאר עס איז דער ציהל און תכלית פון זיך אליינס אויסארבייטן די מידות דורך דעם וואס מ'לעבט מיט אן אנדערן מין אנושית, מאן און ווייב!

אוודאי פלעגט ער צולייגן מיט א וויץ אז קינדער ארבייטן אונז אויס דאס מערסטע!... דורך דעם וואס מיר ליידן זיך אן צער גידול בנים ובנות, פון קינד ווייז אן, וואס זיי זענען קראנק האבן אסאך קאלדס, מער פון ערוואקסענע, און דערנאך זיך זארגן כסדר, אז זיי זאלן נישט ארויספאלן פונעם סיסטעם צו ווערן אוי.טי.די. פון ישיבות און סקולס, זיי חתונה מאכן, טאהן שיינע שידוכים מיט זיי... און דערנאך זעהן אז זיי זאלן האבן פרנסה וכו'. - דאס אלעס מאכט אונז אליינס פאר בעסערע הייליגערע און העכערע מענטשן, ווייל מיר ארבייטן זיך אויס די מידות דערביי!

ר' אביגדור האט מסביר געווען אז אלע מצוות שבתורה האט איין ציהל ותכלית; אונז אויסארבייטן די מידות. אפי' חוקים שאין להן טעמים, האט ער יא געגעבן טעמים אויף זיי. ווייל ער האט געהאלטן אז נישט נאר 'מצוות צריכות כוונה', נאר 'העיקר של המצוות הוא הכוונה שלהן', דהיינו, זיך צו אויסארבייטן דע מידות.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק י''ט: והיית משוגע צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא!

1750592413571.png

א בוך פון א תלמיד, נישט פון ר' אביגדור אליינס, אז מיר ברויכן נאכמאכן ג-ט; ווארשיינלעך אויך צו שמייסן א האלאקאוסט אויף אנדערע אידן...!

1750906696815.png

א ספר פון ר' אביגדור אדער פון זיין'ס א תלמיד איבער'ן האלאקאוסט.

ר' אביגדור האט קלאר געהאלטן אז מיר מוזן פארענטפערן ג-ט; אז אפי' ער שטראפט אונז, איז ער צדיק השם בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו, און מאיתו יתברך לא תצא הרעות; און אז טאמער זעהט מען יא ג-ט'ס שלעכטס, מוזן מיר דאס פארענטפערן אז דאס איז גוט, כאטש די וועלט קוקט דאס יא אן שלעכט.

מיט דעם הינזיכט צו פארענטפערן ג-ט איז ר' אביגדור געווען אן עקסטרעמער משוגענער! ווי געשריבן אין חלק ב' האט ער געהאלטן פון סאטמערע קנאות, אבער ווי געשריבן אין חלק ד' איז ר' אביגדור געווען אפי' מער עקסטרעם ווי סאטמאר, ממש ווי די נטורי קרתא, נישט מיט זייער אנטי ציונות, נאר מיט זייער כללית'דיגע פרומקייט אין לעבן, ווי מיר האבן אויסגעמשלט ר' חיים פלאהר ולהבדיל בין חיים לחיים, ר' שמוא' אויבערבאך וכדו', אז זיי זענען סתם פרום מילא ווען עס קומט צו ציונות זענען זיי אויך מער פרומער ווי זאלי, וואס זאלי האט געהאקט אפען אוןן גראב קעגן די נטורי קרתא.

און אפי' ווי זאלי'ס עלטער פעטער, דער ערשטער סאטמאר רבי, דער בעל ויוא' משה זי''ע, האט זיך אויסגעדרוקט, בעיקר קעגן די שווארצע, דהיינו זיינע אייגענע תלמידים וחסידים, ווי ר' אברהם לייטנער ז''ל, אז זיי פארהארגענען נאר ''זיין מערכה קעגן ציונות''...! מיט זייער עקסטרעמקייט, כאילו ער האט געהאט זיין אויסשליסלעכער שליסל וויאזוי צו באקמעפן די ציונים און קיינער טאר נישט אליינס מוחה זיין... אבער מיר ווייסן אז סאטמאר רב האט שוין געהאלטן דאן נאך 2 סטראוקס און איז געווארן אויפגעהעצט דאן דורך זיינע שטוב מענטשן. אבער צוריק צו ר' אביגדור'ס עקסטרעמער שיטה, פון זיך משוגע מאכן פאר'ן אייבערשטן.

כאטש ר' אביגדור איז געווען א סלובאדקער תלמיד, דהיינו אנדערשט ווי די קעלעמער בעלי מוסר, וואס האבן זיך נאריש געמאכט צו מבטל זיין זייער גאווה. האט סלובאדקע געהאלטן פונקט פארקערט, אז מ'מוז יא זיך פירן בגאווה, כדי צו מאכן א קידוש השם יתברך. דהיינו, ר' אביגדור האט אייביג געהאט שטארק געפוצטע שיך, און קיין איין קנייטש אויף זיין רעקל קיינמאל! ווייל ער האט געהאלטן אז יעדער מענטש, אפי' א גוי, איז א צלם אלוקים, א צורה פון ג-ט אליינ'ס, מילא מוזן מיר זיין ''פיקטשער פערפעקט'' אייביג!

אבער ווען עס איז געקומען צו פארענטפערן ג-ט האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגענער! דאס איז פשט פון זיין פארענטפערן דעם האלאקאוסט, מיט זיין זיך שלאגן מיט'ן סייענטפישער טעאריע פון עוואלאציע, וואס יעדער איינער איז היינט מודה אז דאס איז א מציאות! - אלעס כדי צו פארענטפערן ג-ט גוסטקייט, חסד ורחמים שבכל רגע ורגע מיט אונז זיינע באשעפענישן נאכאנאנד אן אויפהער!

עס איז דא אין קרעמל א שנירל, וואס טוהט זיך אויף טיהשן אויף בענק, איבער דיע נושא, צו מען דארף האלטן ג-ט פאר א גוטער, אפי' ווען ער טוהט אונז שלעכטס כביכול? וואס איז פשט אז ג-ט שמייסט אונז ווי עס דארף צו זיין, און מיר מוזן אים נאך ליבן לויבן דאנקן און פארכטן, אז א בשר ודם טשעפעט אונז נאר א פראצענט ווי ג-ט שליידערן מיר אים אריין אין תפיסה ווי נחמי' וועבערמאן פאר איבער הונדערט יאר...!

איינער טענה'ט דארטן אז דאס איז גאר א קריסטליכע גלויבונג, און אן אנדער ענטפערט אים אפעט דארטן, אז יאשקעלע פאנדראקאליינס, איז געווען א אידישער קולט פירער, מילא האט ער דאס גענומען פון אונז, פונקט ווי ר' שלמה העלבראנץ ז''ל... אנדערע ווי ר' @יששכר כץ מאכן שלום זאגן א פשרה, אז אלעס איז גאר אמת. פונקט ווי אלעס אין אונזער הייליגער תורה ויהדות, איז יעדער גערעכט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים, עס איז א מחלוקת פון פארשידענע שיטות הפוסקים, ווי אלעס אין אונזער לעבן...

אבער ניין, ר' אביגדור האט זיך געקריגט מיט סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע אז דער האלאקאוסט איז א שטראף ווי אלע שטראפן... ר' אביגדור אליינס האט געהאלטן אז די שטראף בעצם איז גוטער זאך!

ר' אביגדור האט מסביר געווען די גאנצע תוכחה פון איוב ווי א טאטע וואס שמייסט זיין קינד, נישט אז מיר האבן פשוט געכאפט א נערוון בראך, אז מיר וועלן נישט קענען טאהן שיינע שידוכים, מיט אונזערע אוי.טי.די. קינדער, דעריבער זענען מיר געווארן פאלנע נאציס. נאר עקידת יצחק איז אז מיר ערוועקן אינזער ליבשאפט!...

איי מיר זענען דאך אין כעס, אבער ווי פינחס בן אלעזר אהרן הכהן איז דער ''פעשאן'' נישט קיין כעס חלילה, נארגאר ליבע! ליבע צו ג-ט, אין הכי טאקע מיר האסן אונזערע ''סא קאלד'' 'אפגעפארענע' קינדער ווי דאס גיהנום; איז דאס דער געפיל פון ליבע וואס האט אנגעדרייט אונזער גאנצער האס קעגן זיי, לויט ר' אביגדור'ן...!

ער האט געהאלטן היטלער פאר א גוטער זאך! איי די וועלט זאגט אז דו ביסט א משוגענער פאר'ן אזוי זאגן? ''איך קער נישט וואס די וועלט זאגט'', טענה'ט ר' אביגדור!

ווען עס קומט צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא, דארף מען זיין טויט משוגע אויף תו לארץ, האלט ר' אביגדור, ווי איך האב שוין געשריבן אין חלק א', פערזענליכע זכרונות סיי פון ר' אביגדור'ן אליינס, סיי פון זיין אייניקל, ר' ישרא' בראג שליט''א, און סיי פון מיר אליינס, דער שרייבער פון די דאזיגע שורות, וואס אפילו פאפא רבי זאל זיין געזונט און שטארק, האט געהאלטן אז איך בין משוגע, אבער רוב סאטמערע רבנים האבן מיך געשטיצט דאן.

איך וויל דא אראפברענגן א מעשה נורא ווי ווייט ר' אביגדור מאכט זיך משוגע ליידער צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא. מיר האבן שוין געברענגט איין אזא מעשה. אבער דא איז דאס ממש ''קלאונערי'', מער בלויז א מעשה, נישט מיט קיין דרשה, ווי די פריערדיגע מעשה.

אבער קודם מוזן מיר מסביר זיין פארוואס ער האט פארלייקענט א מציאות פון עוואלאציע? ווייל ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז עוואלאציע איז ניט אמת, מ'קען דאך נישט זאגן אויף טאג נאכט און נאכט טאג, עספעשעלי ר' אביגדור וואס איז געווען אן אמעריקענער אינגל האט גוט גוויסט אז די סייעטסיטן ווייסן וואס זיי זאגן. ער האט נישט זיין ווי אונז אונגערישע אימיגראנטן דאהי, וואס קענען נישט קיין טראפ ענגליש נישט.

ר' אביגדור האט פשוט געוואלט צולייגן ג-ט צו עוואלאציע, האט ער מבטל געווען עוואלאציע, יא! געשפעט דערפון און חוזק געמאכט דערפון מיט ליצי ליצנות ווי ס'איז איינע פון די 3 ערגסטע עבירות וואס מ'דארף זיך לאזן הרגנען דערויף אויף קידוש השם יתברך, דהיינו, א) עבודה זרה ב) גילו עריות וג) שפיכת דמים, - ממש.

ר' אביגדור האט געוואלט ארויסברענגן דעם ''דעזיינער''פון אט די ''דעזיין'' פון עוואלאציע. אז עס איז נישט מכוח א ביטערע עקסידענט פון ''סורווייוועל אפ די פיטעסט'', נאר א לאנג טערמינענדיגן געוואלדיגן גוטער דעזיין די פראצעס פון עוואלאציע, און מיר זאלן זיין פרייליך און דאנקן דעם דעזיינער פון דעם!

נישט בלויז אז ג-ט איז א ''גאד אפ די געפס'' ווי רוב קריעשניסטס שרייען. נאר אפי' מ'טרעפט יא די ''פאסיל'' רעקארדס, דהיינו די ''געפס'' פאלן אוועק זאלן מיר זיין פרייליך אויף די פאסילס אויכט... ער פעגט שטענדיג אנכאפן די ''טאנסילס'' אלץ משל. אז די דאקטוירים האבן אים דאס ארויסגענומען אלץ קינד, דאן האט מען געהאלטן אז דאס איז בלויז א ''פאסיל'' פון אוועלאציע אז דאס האט נישט פאר זיך לכשעצמו קיין שום באנוץ פאר'ן גוף. עס איז בלויז א זאך וואס האט אמאל געהאט א תכלית פאר'ן לעבן. אבער היינט צוטאגס דארפן מיר דאס מער נישט האבן. אבער היינט איז שוין די וועלט מודה אז דאס דינט א געוואלדיגער קריטיש וויכטיגער תפקיד, און האט א זייער א יסודותדיגער זשאב אין אונזערע באדיס צו היטן פון שעדליכע באצילן מיקראבען און זשערמס.

האט ר' אביגדור, געהאלטן אז טראץ עוואלאציע, מוזן מיר זיך קאכן צו דאנקן דעם דעזיינער פון די אלע טוישונגען און ''וועסטיזשעס'' דהיינו שיריים, פון די טוישונגען. ווייל עוואלאציע זאגט נישט אז מיר זאלן פארהוילן דעם ''דעזיינער''; נאר נוצן דעם 'דעזיין'' אויכט! ווייל ווי מער מיר וועלן זיך אריין טראכן און איינזעהן דע טיפקייט פון דעם דעזיין וועלן מיר ליבן דעם דעזיינער אז ער מאכט ניט קיין שלעכטס ווי דער האלאקאוסט אדער א טעות ווי דער טאנסיל.

כ'בין מודה אז די אנטי אוועלוציע מלחמה זיינער פון ר' אביגדור'ן, האט אים געמאכט פאר א משוגענער! ווייל רוב וועלט גייט נישט אן דעם ''דעזיינער'' פון די ''דעזיין''. רוב וועלט איז ''ביזי'' בלויז מיט די ''דעזיין'' ווייל מיר האבן פיינט דעם ''דעזיינער''. האט ר' אביגדור געטענה'ט, אז רוב וועלט איז משוגע משוחד צו זינדיגן ווייטער ווילן זיי נישט איינזעהן א ''דעזיינער'' און בלויז זיך קאכן אינעם ''דעזיין''; דאס זעלבע מיט'ן האלאקאוסט, מיר ווילן ווייטער זינדיגן מילא זאגן מיר אז ג-ט איז געווען א שלעכטער מיט'ן שואה. בעת ר' אביגדור האט געהאלטן אז דאס איז געווען אינזער בעסטער טובה!

איי וואס טוהט זיך מיט קינדער פונעם האלאקאסט שלא טעמו טעם חטא, אדער אזאלכע צדיקים וקדושים ווי ר' אלחנן וואסערמאן מיט באבובער רב ר' בנציון, ר' שלמה'לע השני'ס פאטער? האט ער דאס מסביר געווען אז ג-ט איז זיך דייקא יא מתלבש אין טבע. ער טוישט נישט נאטור קיינמאל, און אט דעם תירוץ איז אויך עוואלאציע. אז ג-ט געפינט זיך סיי אין שלעכטס, ווי האלאקאוסטס, און סיי און גוטס ווי די פראצעס פון עוואלאציע. - און אונזער ארבייט אויף די וועלט, אונזער גאנצער עבודת השם יתברך ביז מיר שטארבן, איז אויפצודעקן ג-ט פון די טבע סיי אין שלעכטס און סיי אין גוטס, און זיך פארליבן און ג-ט ברוך הוא!

און איצט די מעשה רב:

איינמאל קומט דער אייניקל ר' ישרא' בראג שליט''א, ערווענט אין חלק א', ער איז א געוואלידגער בעל מספר און א ראש ישיבה פאר בחורים און א רב בישרא' פאר בעלי תשובה, מילא קומען רוב מעשיות פון זיידן פון אים, אבער די זיידע פלעגט פארציילן די מעשה אויכט, נאר אויסלאזן די פערזענליכע אנעקדאטן וואס די אייניקל לייגט צו. שרולי וואקט אריין אין זייער זיידע'ס דירה, זיי, די בראגס, קינדער פון די טאכטער און איידעם, האבן געוואונט אונטן, און די זיידע באבע אויבן, מ'פלעגט נישט קלאפן דארטן אויפ'ן טיר. ער זאגט באבי, אבער באבי איז נישטא. לויפט דער קליינער שרולי אריין אין קיך, און זעהט א מראה נורא!

די זיידע ר' אביגדור איז איינגעטונקן דאס קאפ אין סינק אנגעפילט מיט וואסער, די אייניקל וויל רופן הצלה, די זיידע האט געכאפט א נערווען בראך ה''י אויף אלע גוים געזאגט!....

אבער נאך אפאר סעקונדעס וואס די אייניקל שלעפט דעם זיידענ'ס הויזן... גיט ר' אבגדור א פאפ ארויס דאס קאפ פיל מיט וואסער און כאפט זיך אן די נאז און שרייט ''אהא ווי גוט די לופט איז!'' אטעמט אריין טיעף און שטארק און שרייט ''א יישר כוח ג-ט פאר די געשמאקע מחי'הדיגע לופט''!

אויפ'ן פראגע פונעם אייניקל וואס איז פשט פון דאס מאדנע געפיראכץ? ענטפערט ר' אביגדור אז ער איז נאר וואס צוריקגעקומען פון זיין טעגליכן שעה שפאציר, "און איך האב געהערט ווי 2 אלטע באבישקעס רעדן זיך אפ פון די פילע קארן אויף אוישן פארקוועי וואס פארפעסטעט די לופט, האט ער געזאגט אז עס איז מיר אריין אין די ביינער די לשון הרע אויפ'ן אייבערשטענס וועלט, האב איך געמוזט טאן א פעולה דאס מעביר זיין פון מיר, און איך האב איינגעטונקן מיין קאפ און פארשטאפט דעם סינק אנגעפילט מיט וואסער איך זאל נישט אטאמען פאר א מינוט און א האלב אין איין צוה!''

אטא דאס איז געווען ר' אביגדור; ער פלעגט אייביג שרייען די גמרא אז כל נשימה ונשימה תהלל קה, מיינט אז מען דארף אויסזאגן הלל אויף יעדן אטעם אויף די וועלט! האט ר' אביגדור צוגעלייגט בשם זיין רבי, ר' אייזעק שעהר ז''ל, אז דאס מיינט מען גאנץ הלל נישט ווי ראש חודש און חול המועד וואס מ'לאזט אויס די 2 קאפיטלעך, פון לא לנו און אהבתי, ווייל מיר קענען נישט גענוג דאנקן השם יתברך פאר אונזער לעבן.

איי ס'גייט אונז אסאך זייער ביטער שווער, מ'זעהט פלענטי יתומים וואס זאגן קדיש אין שוהל? אבער מיר קענען נישט קיינמאל דאנקן ג-ט ברוך הוא פאר איין טאג לעבן אויף די וועלט! פלעגט ער שרייען. מיט די אלע צרות מיט די אלע פיין מיט די אלע שרעקליכע טראגעדיעס! איז נאך אלץ דאס לעבן גליקלעך אן א שיעור!

ר' אביגדור האט מסביר געווען די טובה פון קרענק, אז מענטשן זאלן קענען זיך געזעגענען פון די וועלט גרינגער...!

ווי אויך ווען עס פלעגט רעגענן האט ער געבעטן און געפאדערט אז מיר זאלן זעהן די טובה דערפון, אז אפשר לעולם בלא רוחות, דאס מאכט איצט פלאנצן גוטע פרוכט און תבואה. בעיביס פאלן אראפ פון הימל פלעגט ער שרייען; אז רוב פון אונזער גוף איז וואסער! איבערהויפט די מוח מאשין דארף האבן זייער אסאך וואסער צו טראכטן און חלומען אונזערע שטותים און לאקשן...!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ': ר' אביגדור'ס אויסטערלישער 'שמחת החיים'!

1750605273318.png


ר' אביגדור ביי זיין 'קאנטרי עבודה', פון טעגליך שפאצירן אין נאטור, מיט צענדליגע באגלייטער, אז מיר זאלן זינגן און לויבן צום אייבערשטן פאר אונזער לעבן!

רעדנדיג אויבן אין חלק י''ט, פון די תוכחה, אז לויט ר' אביגדור, איז דאס גאר א ברכה!... האט ער געזאגט אז עס ענדיגט זיך מיט 'תחת' אשר לא עבדת את השם אלוקיך בשמחה ובטוב לב מרוב כל', לערנט די וועלט פשט, אז דאס איז א טעם, א סיבה, אבער ניין שרייט ר' אביגדור; תחת, מיינט אויף אידיש 'אנשטאט' נישט צוליב, נאר דאס איז די טבע. אז טאמער מיר זענען נישט פרייליך דאן קומט די תוכחה. מיר דארפן דאנקן אויף וואס מיר האבן יא, כדי ס'זאל נישט קומען וואס מיר האבן נאך נישט די שלעכטע זאכן... ר' אביגדור זאגט אז די תוכחה האט גארנישט מיט עבירות אדער נישט טאן מצות, נאר עס האט מיט'ן נישט זיין פרייליך שטענדיג פאר'ן רבונו של עולם פאר אונזער לעבן!

'למען יזמרך כבוד ולא ידום השם אלוקי לעולם אודך'! - ר' אביגדור האט געהאלטן אז יעדער איינער איז מחויב צו זינגען און לויבן צום אייבערשטן פאר'ן לעבן, און דאס איז אונזער איינציגער עבודה אויף די וועלט, ווי ס'שטייט אין נשמת, 'שכן חובת כל היצורים לפניך', אז קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען פון דעם חוב, אבער אונז אידן, האט ער געהאלטן, זענען נאך מער מחויב דאס צו טאן. מכוח מיר זענען ג-ט'ס אויסדערוועלטע 'עם סגולה ממלכת כוהנים וגוי קדוש', אזא העכערע ראנג אין מיליטער פון באשעפער פון די וועלט. זייענדיג אור אייניקלעך פון אונזער עלטער זיידע, אברהם אבינו, וואס האט אויסגעטראפן ג-ט ביי די 3 יאר!

ר' אביגדור פארענטפערט די סתירת החז''ל; אז איינמאל שטייט 3 יאר איז אברהם אבינו געווען, ווען ער האט אויסגעטראפן ג-ט ברוך הוא, און אן אנדער'ס מאל, שטייט אז ער איז שוין געווען 40 יאר? איז דער תירוץ, אז ער אנגעהויבן אויסצופיגערן ג-ט ביי די 3, אבער 'אין אדם עומד על דעת רבו, עד ארבעים שנה'. אז עס נעמט 40 יאר צו פארשטיין א לימוד גוט קלאר און פולקאם אינגאנצן, וואס מ'האט געלערנט 40 יאר צוריק!... דעריבער האט דאס גענומען אזוי לאנג פאר'ן זיידי אברהם. אבער פאר אונז, וויבאלד מיר זענען שוין ''כננס על גבי ענק'', ווי דער ''מיזשעט'' בעיבי אויף טאטי'ס אוקסלען, ווי דער תניא איז מסביר, קענען מיר שוין איינזעהן ג-ט, פון ווען מיר זענען געבוירן, אסאך פריערט ווי אונזער זיידע, דעריבער מל'ן מיר זיך שוין ביי די 8 טאג, צו ווערן א זשיד, א עבד השם יתברך, העכער אין ראנג, ווי סיי וואסערע אלטער שייסער שייגעץ!

און ווי געשריבן שוין אין חלק י''ג, האט ר' אביגדור געהאלטן אז די שער הבחינה פון חובת הלבבות, דהיינו צו לערנען ''סייענס'' וויאזוי די וועלט ארבייט. צו ''פיזיקס'' צו ''ביאלאגיע'' צו עני אנדערע אפטייל פון ''סייענס'', ברענגט אונז צו ליב האבן ג-ט ברוך הוא, און אנערקענען די חסד השם יתברך דורך הכרת הטוב פון די בריאה. דאס האט ער געהאלטן האט אברהם אבינו געטאן. דעריבער האט ער זוכה געווען צו אזאלכע טשאטשעקעלעך קינדערלעך ווי איך, דער שרייבער פון די שורות, און דוה, דער לייענער פון די שורות. - ביי די וועי, א ריזיגן טענקס פאר'ן לייענען דאס, הגם איך שרייב דאס בעיקר פאר מיר, שטרענג איך מיך מער אן, זעהנדיג ווי דו לייענסט דא אויכט. - די בריתו של אברהם אבינו איז אט דער ''פראמיס'', אז מיר וועלן קיינמאל נישט אויפהערן צו לייענען ''סייענס'' ביכער איינצוזעהן ווי גוט קלוג און מלא חיים רחמים ניסים נפלאות חן וחסד וכו', דער באשאף איז!

אזוי ארום זענען מיר פרייליך צו טאנצן לאכן זינגן דאנקן און לויבן צום אויבערשטן אן קיין הפסק אויף דער וועלט, אוודאי דארפן מיר דאווענען לערנען ארבייטן און ''סאשעלייזן'' אויך. אבער דאס איז אלעס, כדי צו קענען דאנקן דעם אייבערשטן, נישט פארקערט!

ר' אביגדור פלעגט שפאצירן יעדן טאג, סיי אין שטאט, וואס ער האט זיך אפגעשטעלט ביי די פרוכט געשעפטן גערטנער און גראסערייען און אפי' ביי ווילדע געוויקסן ביי די 'דאנדעליין' געוויקס, דער 'לייב-בלום' אויף לאטייניש, וואס וואקסט איבעראל, אויף יעדער ''סייד-וואלק קרעק'', דאס באווינדערן און באזינגן ג-ט דערפאר! ער האט דאס געבלאזן דעם גראוען באלי מיט אסאך פליגלען צו אוועק פליען איינפאלנצן אירע זומען ערגעץ אנדערש ווייט אוועק, איידער דאס ווערט א געלער בלום. מענטשן האבן זיך אפגעשטעלט און אים באטראכט, ווי ער איז נארוואס ארויס פון אן אנשטאלט ה''י... אבער ר' אביגדור האט דאס מסביר געווען פאר די ביישויער, וויאזוי דאס ארבייט, על אף וואס ער האט גאנץ גוט געזעהן אז מענטשן לאכן פון אים!


1750639247864.png


אבער זומער, און די 2 חדשים קאנטרי ווען ער פלעגט גיין אין די אינגע יארן, פלעגן זיך איינזאמעלען אסאך מענטשן אידן און גוים צוגלייך, מיט גיין מיט אים שפאצירן און די וועלדער שטעגן בערגלעך און טאללען. דאהי אין שטאט האט ער נישט געלאזט מ'זאל מיט גיין מיט אים אחוץ מ'האט זיך איינגעבעטן פון פריערט יחידים. אבער דארטן אין די קעטסקילס, האט ער ''ענקארעדזשט'' יעדן ''בייסטענדער'' אים צו ''זשוינען''.

קודם פלעגט יעדער לאכן פון אים, אוי דער משוגענער ראביי מיט'ן שטעקן וואלקט שוין דא ווידער, אבער ר' אביגדור איז געווען א פגע רע, ער האט געפאדערט יעדן איינעם מיט גיין מיט אים. ווי די בילד צייגט אפט מאל איז דאס געווען א ''הייק'' פון הונדערטע מענטשן, וואס האבן זיך מחי' געווען, ''געפושט'' די צייט אין די לאנגווייליגע קאנטרי זונטאגס בעיקר אבער אויך פרייטיגס ערב שבת און אינמיטן די וואך פאר עלטערע רעטייעריס. דאן יענע יארן זענען אפי' אינגעלייט געווען א גאנצע וואך אין קאנטרי ווי היינט גאנץ אייראפע בלויז פאר 2 וואכן. אבער ער איז דארטן געוואן גאנצע 8 וואכן ראטענדיג מיט אנדערע געסט.

'להודיע לבני האדם גבורותיו', במלוא מובן המילה, האט ר' אביגדור אנגעצייגט און ברייט ארום-גערעדט, מסבירנדיג דערביי, יעדן בעל חי ווי פרעש סאלעמענדער מורישקעס פליגן באטערפלייס ווערים שלענג מאקאשלעך וכו' און יעדן געוויקס, בלום, גראז, צווייג, בלעטעל, ביימעלע, וכו'. זייערע מתנות; חכמה; דעזיין; אייגענארטיגקייטן; אינטערסאנטקייטן; קאלירן; כוחות; טאלאנטן; נאטורן; קונסטן, וכו'!

***

ר' אביגדור פלעגט אייביג זיך קאכן אין דעם 'וטוב לב משתה תמיד', אז מיר דארפן זיך פאקוסירן און ''אינפלעיטן'' די גוטס וואס מיר האבן! און איגנארירן די שלעכטס וואס באטרעפט אונז, חלילה וחס האבן טענות. נאר דירעקט יא פארענטפערן די חסרונות די טראגעדיעס די קאשמארן די צרות וכו' אז דאס איז גוט.

ר' אביגדור האט געזאגט פשט אינעם חז''ל, 'כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה', אז וויאזוי איז דאס מעגליך צו דאנקן דעם אייבערשטן אויף א האלאקאוסט די ''סעים'', ממש די זעלבער ווי געווינען די לאטערי פון א ביליאן דאלער צו איינפאקן יואלי לאנדא מיט בען פיליפסאן, מיילעך טאהשער'ס שותף, אינאיינעם?!

ס'איז דאך כנגד דרך הטבע? נאטורליך וויינען מיר ווען עס טוהט וויי, און נאטורליך שפרינגן מיר פון שיכורע פרייד, ווען מיר זענען זוכה, צו אפאר דאלער! איז חז''ל קענען דאך נישט פארלאנגן פון אונז א זאך קעגן אונזער לעבן!

האט ר' אביגדור געברענגט א ראי' פון פסח שני מיט די מצוות לקט ''שכחה'' ופאה פון די פארמער. דהיינו, אז ''רעטראעקטיוולי'' 'למפרע' קענען מיר אויך מקיים זיין מצות. און דאס מיינט נישט אויף די מינוט, אז גראד ווען מיר האבן די עקסידענט, זאלן מיר שוין לויפן אין שוהל מאכן א סעודת הודאה. ניין, לאז דיך פירן אין הצלה אמבולאנס צום עמערדזשענסי רום, גיי אויף טעראפיע וואכן חדשים און אפי' יארן! אבער געדענק און צוואנציג פופציג אדער אכציג יאר ארום אויף דיין דעהט-בעד, זאלסטו דאנקן דעם אייבערשטן אויף דעם שלעכטן עקסידענט כשם שמברך על הטוב, ווי ווען דו שטייסט אונטער די חופה מיט דיין באשערטער כלה!

די מצווה פון 'שכחה' איז אויך געווען א עקסידענט, דהיינו, אויב דער פארמער ווייסט ווען בשעת מעשה אז ער האט איבערגעלאזט איין בינטל ווייץ פאר'ן ארימאן, וואלט ער שנעל צוריקגעלאפן און מוחה געווען אז ער האט דאס נישט פארגעסן דארטן, נאר געשניטן קודם אן אנדער חלק פעלד באפער די קארנער דא...! אבער איצט אז עס איז שוין דורך א שטיקל צייט אפשניט, דאן מוז מען דאס לאזן פאר'ן ארימאן! און מ'איז גאר א גרויסער בעל צדקה וחסד פאר'ן דאס 'פארגעסן'!...

ר' אביגדור פלעגט פרעגן, אז פארוואס לאזן מיר זיך נישט קיינעם ציווארטן זיך צו מל'ן ערשט ביי די בר מצוה? נאר מיר שניידן דעם רך הנימול, ביי די 8 טעג, ווען יענער האט נאך נישט קיין שכל מקבל צו זיין באהבה די יסורי איוב פונעם מוהל'ס רציחה אויף אונז? פארוואס איז דאס אנדערשט ווי תפילין וואס מ'ווארט צו ביז מיר זענען גדולים, צו האבן אונזער אייגן בחירה, דאס צו טאן?

זאגט ר' אביגדור נאך א שטיקל מורה נבוכים פונעם הייליגן רמב''ם, ''ווייל קיינער וואלט זיך נישט געמל'ט!''... יעדער וואלט אנטלאפן פונעם מוהל ווי דער אקס פונעם שוחט וואס קומט מיט זיין לאנגן שרעקעדיגן חליף!...

מילא זאגן מיר ביי ברכת המזון היינט צוטאגס א גאנץ לעבן, אז די שטויסערייען און יללות פון די וויינערייען וואס מיר האבן געגעבן דעם מוהל אלץ בעיבי ביים ברית, זענען מיר איצט זיך מתוודה מיט תשובת המשקל, געוואלדיגע שמחה פרייד און חדווה, ''ועל בריתך שחתמת בבשירינו'', אז כאטש מיר האבן מוחה געווען דאן, אבער איצט אז מיר האבן געגעסן אזא געשמאקע סעודה וואס מיר בענטשן דערויף הקב''ה, נוצן מיר אויס דאס זי צו דערמאנען אונזערע פיין און ליידן ביים אכטן טאג אויף דעם וועלט'ל פון ברית מילה, אז דאס איז געווען גוט, איצט זענען מיר דאס מקבל באהבה, מיר דאנקן דערויף און זינגן צו אייך אויך איבער'ן ברית של אברהם אבינו עליו השלום וואס האט דאן אזוי שטארק וויי געטאן השם ישמרינו!

ס'איז אן עבודה רבה טאקע, אבער ר' אביגדור האט געזאגט דאס איז אונזער איינציגסטער עבודה אין לעבן איינצוזעהן אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''א: ר' אביגדור'ס פריינטליכקייט!

1750639527747.png

ר' אביגדור'ס שמייכעל!

ר' אביגדור פלעגט יעדן איינעם באדאנקן פאר'ן קומען צו זיין שיעור. רוב איז דאס געווען מיט א ברכה והצלחה, אבער פאר די וואס האבן דאס געברויכט האט ער געזאגט בפה מלא: ''יישר כוח פאר'ן קומען צו מיין שיעור; עס איז מיר א געוואלדיגער כבוד אז איר באטייליגט זיך דא!''. געגעבן יעדן איינעם זייער ''רעקאגנישן'', לפי כבודם; עס פלעגן דארטן קומען רבנים ווי ווינער רב פון בארא פארק הרב האלפערן שליט''א, יעדער וואך, אבער אויך ארחי פרחי, סתם צובראכענע אידן, וואס ער האט זיי מחזק געווען.

ר' אביגדור האט געהאט א געוואלדיגע ''סענס אפ הומאר'', אבער מער האט ער געהאט א ''ספאנטעניעס'' שטארקייט צו רעדן צו מענטשן, ווי געשריבן פריערט האט ער געארבייט אויף זיך ווייל ער איז געווען אן ''אינטראווערט'' אין די איגענט. ער פלעגט גיין אויפ'ן גאס אריין געטאן אין זיינע מחשבות, אבער עס האט נישט פאסירט אפי' נישט אלץ עקסידענט ער זאל נישט גריסן יעדן קינד גוי שיקסע וואס גייט אים אנטקעגן. אויב יענער איז געווען א פאליציי מאן האט ער יענעם באדאנקט, ''טענקס פאר יור סערוויס אין קיפינג אס סעיף'' הילעכיג הויך און קלאר אז אנדערע זאלן דאס הערן. אפי' די גארבעדזש מענטשן די טראק דרייווערס ביים רויט לייט וכו'. קיינער האט זיך נישט געפילט א סטרעינדזשער צו אים, ער איז געווען יעדעם איינעם'ס ''ראביי'' און בעסטער ''פרענד'' ער פלעגט זאגן אז שבת ביי זיינע שפאצירן, האט ער א פראבלעם ווייל די קינדער וואס שפילן באלל זענען צוגעוואוינט אז ער שיסט דאס צוריק צו זיי אבער שבת טאר ער דאס נישט טאן, אבער תיכף זונטאג בעטן זיי זיך צוריק איבער מיט אים...!

ר' אביגדור פלעגט טייטשן 'הווי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות', אז דאס מיינט דריי-פאכיג: א.] 'סברא' אז דער שמייכל זאל האבן א טעם נישט געמאכט נאר מען זאל פארשטיין אז איר האט יענעם ליב באמת. ב.] גיט אים די גאנצע פנים אייערער, נישט א וואונק, אדער א שנעלער דריי מיטן האלבן פנים, ג.] יפות, עס זאל זיין שיין, וויאזוי מאכט מען שיין א פנים? אז איר געבט א ''שמייכעל''! ווייל אפי' דער גרויליגסטער מענטש; אויב שמייכעלט איר, זענט איר שיין!

ר' אביגדור האט שטענדיג געזאגט אז דאס פנים פון א מענטש איז א רשות הרבים, אראפברענגדיג די מעשה פון ר' ישרא' סאלאנטער דער מייסד תנועת המוסר, אז ער איז אמאל געגאנגען אויפ'ן גאס, עס איז געווען א' סליחות, קומט אים אנטקעגן א אידל, פארכמארעט פארוויינט פארווייטאגט און פארקוועטשט, איינגעבראכן און פארקניישט דאס פנים מיט טרערן מרוב חטאים וואס ער האט איצט תשובה געטאן.

פרעגט אים ר' ישרא' וואס איז געשען? זאגט יענער פאר ר' ישרא', אז ער האט זייער אסך געזינדיגט די יאר, האט ער געמוזט זיך גוט אויסוויינען, נאר וואס, ביי סליחות. זאגט אים ר' ישרא', קענסט צוריקגיין, ווייל אלעס וואס דו האסטיך אפגעווישט די עבירות איז דאס איצט צוריקגעקומען פי כמה אזוי פיל! פארוואס? ווייל דו האסט נישט קיין רעכט צו מאכן מיך אין א שלעכטער גוסטע, פאר מיר זאלסטו לאכן שמייכעלען און טאנצן!

האט ר' אביגדור אויסגעפירט די מעשה, אז א מענטש'ס פנים איז א רשות הרבים! - מיט דעם איז ער געווען ווי חסידים, דהיינו, צהלה וחדוה בחוץ, ויגון ואנחה בפנים. מ'טאר נישט ארום גיין מיט א פנים זועפות. אפי' די מאוסט דעפרעסינג מאודס מוז מען באהאלטן ווייל החיצוניות מעוררת את הפנימיות. דאס איז טאקע פשט פון די מעשה פון חלק ה', אז ס'האט אים שוין איינמאל גאר גוט געבאדערט אז זיין באליבסטער אייניקל איז געשטארבן אזוי אינג פלוצינג און טראגיש! אבער ער האט געהאלטן אז ער טאר דאס נישט באווייזן!

ר' אביגדור פלעגט שטענדיג נאכזאגן די גמרא, אז 'המלבין שיניים לחבירו כאילו משקהו חלב', די 'קאלסיום' פון מילך גייט אריין אין די ביינער און עס מאכט דאס שטארק. אזוי אויך אויב איינער צייגט די פולע מויל ווייסע ציין, אז מ'שמייכעלט צו יענעם, מאכט דאס יענעם, נישט נאר פיזיש, ווי מילך, שטארק; נאר אויך גייסטיש שטארק!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ב: פורים ביי ר' אביגדור!

1750641657173.png

א תלמיד האט ארויסגעגעבן א ספר איינגעזאמלט אלע ר' אביגדור'ס תורות אויף פורים.

אוי ווי פרייליך איז ר' אביגדור געווען פורים!

די סעודת פורים ביי אים אין קעלער פון שוהל יעדעס יאר, זענען זיך צוזאם געקומען אזויפיל אידן, ווען ער האט אנגעטאן מיין שטריימל, און יעדן חסיד'ס שטריימל, ווען מ'איז געטאנצן שעות ארוכות אין איין צוה. איך געדענק איין יאר איז פורים אויסגעפאלן ערב שבת, האט די פורים סעודה גענומען גאנצע זעקס שעה. מיר זענען אנטלאפן פון דארטן פאר זיי אלע, ווייל מיר האבן נאך געדארפט אנקומען אהיים אויף שבת. אבער דארטן איז געווען אידן פון לעיקוואד, זיין אייניקל ר' שמחה בונם קאהן שליט''א און פון מאנדרוי, באנדא דער בני יוא' פרומער אינגערמאן, און פון מאנסי דער סאטמערער ר' איסר גרינפעלד ז''ל'ס אינגעסטער זוהן וואס איז געווארן שפעטער א וויזיניצער חסיד, וכו' נאך אידן וואס האבן זיך אויך אהיים געאיילט ווייל די טראפיק אין וויליאמסבורג ווי איך וואון איז געווען לענגער ווי די גאנצער וועג פאר זיי אהיים און די ווייטע מקומות.

ר' אביגדור האט נישט געהאלטן פון שיכור'ן, ער פלעגט זאגן אז אלקאהאל איז סם המוות. אויב איינער געט אייך א לחיים? זאלט איר יענעם נישט פארשעמען און דאס אויסגיסן נאכ'ן זיך מאכן כאילו איר טרונקט דאס. אבער פורים האט ער יא געשיכור'ט און אונז אנגעגאסן גאנצעטע פלעשער וויינען. ער האט געטאנצן צוריק צו וועגס, אלץ ונהפוך הוא.

ר' אביגדור האט גערעדט צווישן יעדן ניגון טענצעלע ותנועה, און געהאקט מיט די ליידיגע פלעשער וויין לרחצה אויף די טישן. דאס איז געווען א יוצא מן הכלל פאר ר' אביגדור'ן, ווייל ער האט נישט געלאזט ווילדעווען קיינמאל ער איז געווען מלא יראת שמים אייביג. מיט א ליטווישע פחד ומורא שמים שטענדיג. אבער פורים האבן זיך געגאסן עסן בעיקר טשיפס און קעיקס גארנישט געזונט ווי ער פלעגט פאדערן. אבער די שמחה איז געווען עד אין לשער, ממש ער האט זיך נאריש געמאכט ווי א קליין קינד, אנגעטאן אלע מיני פאני קלאוני העטס. גערעדט זייער פאני, כ'דענק איין יאר איז הילערי קלינטאן געווען די מדוברת רוב טאג... אבער מ'האט געזען אז ער פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן!

ער האט געהאלטן אז מ'מוז זיך פרייען ווי א קינד באמת מיט'ן אייבערשטן, און טאקע דייקא ווען עס גייט נישט ווי מ'וויל! און טאקע אויף דעם צער אויף דעם צרה אויף דעם טראגעדיע מוז מען טאנצן דאנקן לויבן און זיך פרייען. ס'איז טאקע נישט מעגליך, אבער אין פורים זעהט מען יא דעם יד השם יתברך פון אינמיטן אזויפיל הסתר פנים געווענליך. מילא דארף מען דאס אויסנוצן, צו זיין בשמחה אז דאס זאל נשפע ווערן אויף א גאנץ יאר.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק כ''ג: פטירתו

1750641391803.png


ציונו הקדוש בהר הזיתים בעיה''ק ירושלים תובב''א.

פאר ר' אביגדור איז געשטארבן האבן די דאקטוירים אים געזאגט אז ער טאר נישט זיין אינדערויסן פון שפיטאל, ווייל עס מאכט דאס נאר ערגער די נוירסעס ווייסן וויאזוי צו ארבייטן מיט אים און זיי זענען בעיקר אין שפיטאל מיט זייערע כלים, אבער הוא בשלו פייפט זיך אריין אינעם דאקטער!

דאס איז געווען זייער וואונדערליך, ווייל ווער עס האט געקענט ר' אביגדור, האט געוויסט אז ער האט געהאלטן פון דאקטוירים ווי פון ג-ט, זייער ווארט איז געווען ביי אים קדוש! און דא פייפט ער זיך אריין אין ג-ט, אז ער גייט שטארבן פריערט ווייל ער וויל נישט גיין אין שפיטאל. מאי האי? אז אויף דער עלטער האט ער זיך געטוישט זיין מיינונג כלפי דאקטעריי? איז ער דען געווארן אן אחר לעת זקנתו, להצית ונפגע, אן אפיקורס צו לייקענען זיין קרוב צו הונדערט יאר תורה אויף די וועלט, חלילה וחס? ניין! האט ער דערקלערט פאר זיינע קינדער:

''איך גיי שוין עניוועיס שטארבן, די דאקטער זאגט מיר, אז היינט אדער מארגן טראגט מען מיך צו קבר ישרא', און איך האב א גאנץ לעבן זיך געגרייט פאר דעם מאמענט, לקיים, אז 'אפי' בעת שהוא נוטל את נפשיך' זאל זיין ואהבת אותו יתברך! דהיינו, אויף דעם טויט אליינס, מוזן מיר אויך דאנקן לויבן און זינגן צו השם יתברך! דא אין דעם הויז קען איך מיך קאנצעטרירן, מיטן גאנצן כוח, צו זיין פרייליך, ווען דער מלאך המוות געבט מיר שלום עליכם, אבער אין שפיטאל איז דא ''נויז'' פון מאשינען מיט נוירסעס וואס קומען אריין און ארויס פונעם צימער, קען איך נישט געהעריג דארטן הונדערט פראצענט זיך קאנצעטרירן צו דאנקן השם יתברך אויף מיין טויט''! - און ער איז טאקע געשטארבן מיט זיין 'שמייכעל'...!

כ'דענק טאקע צום סוף איז ער נישט אוועק אינדערהיים, ס'איז געווען א מנין אין שפיטאל ביי זיין יציאת הנשמה, מ'האט אים אריין געפירט אין שפיטאל ווען ער איז שוין מילא נישט געווען ''קאנטשעס''.

אגב מוז איך דערמאנען לטובה, הוא הגבר, האברך החשוב, הבנש''ק, טשאבער רב שליט''א'ס זוהן, הלא הוא, הרה''ח ר' חיים שניצלער הי''ו פון וויליאמסבורג, וואס האט זייער געטריי באדינט ר' אביגדור דאן די לעצטע 2 טעג פון זיין לעבן אין שפיטאל, שוין נישט ביי זיך, ר' חיים האט טאקע באקומען פון ר' אביגדור'ס קינדער'ס אנערקענונג, די משפחה האבן אים אוועק געשאנקן ר' אביגדור'ס א סידור, וואס מ'האט מיטגענומען אין שפיטאל, וואס ר' אביגדור האט דעראין געדאווענט אלע זיינע יארן. אלץ הכרת הטוב פאר ר' חיים'ן, פאר'ן באדינען דארטן ר' אביגדור, מיט זיינע קינדער און אייניקלעך. ר' חיים איז געווען דאן א רפואה עסקן, בכלל זייענדיג א שניצלער, ר' מיכא'לס קאזין, איז ער סתם א העפליכער מענטש וואס העלפט יעדן איינעם. אבער פאר ר' אביגדור איז ער געווען זייער געטריי אלע יארן בעפאר, און די לעצטע צייט זיך נישט אוועקגערוקט פון ר' אביגדור, אים משמש זיין. ר' חיים האט זיך זייער גוט אויסגעקענט אין שפיטאל, מיט די דאקטוירים, און די ביוראקראטיע דארטן, צו העלפן וויאזוי זיך אומציגיין דארטן די קינדער.

ר' אביגדור איז געווען א מוסטער פון א 'טוב לב משתה תמיד', אפי' כשהוא נוטל את נפשיך, ווען השם יתברך גיט אונז דאס טויט דורך הארץ אטאקעס עקסידענטס מגיפות האלאקאסטס מיט קענסערס; אדער ווי ר' אביגדור אליינס איז געשטארבן, פשוט פון אלטקייט ביי די 93 יאר, ווען זיינע אדערן האבן אים שוין נישט געדינט, עפעס א בלוט מחלה האט עס דאן געהייסן. - איז מען נאך אלץ פרייליך ווי א קינד וואס באקומט א מתנה א ''ביג-וויהל'', ס'ערשטער מאל אין לעבן!...

טויזענטע אידן האבן זיך איינגעזאמלט צו זיין לווי' אין פארענט פון זיין שוהל אויף אוישן פארקוועי, די קינדער און רבנים וראשי הישיבות ווי ר' אהרן שעכטער ז''ל מישיבת חיים בערלין ור' שמוא' בירנבוים ז''ל ממיר און נאך. די מיטה איז דאן געפארן צו קענעדי עירפארט, ווי ער איז געקומען לקבורה בארה''ק, וואס דארטן האט מספיד געווען הראב''ד הגאון הגדול ר' משה שטערנבוך שליט''א און נאך ער איז געקומען לקבורה בהר הזיתים אין ירושלים עיה''ק תובב'''א.

ר' אביגדור'ס יארצייט איז כ''ז ניסן. א טאג נאכ'ן בייראך מוישע'ס, כ''ו ניסן, פון וועמען ער האט זייער שטארק געהאלטן בחייוו, אלץ עניו, על כל פנים, אזוי האט ער שטענדיג געזאגט...

תורתו יגן עלינו!
 
לעצט רעדאגירט:
הערליכע שיינע ארבייט, שמייכעל! שכויעך!!

אויב רבי אביגדור מילער וואלט געטראכט אויף זיך וואס איך טראכט אויף אין וואלט ער זיכרער זיך נישט איינגעהאלטן גיבן זיין מיינונג מיט א גראבע שפראך. כמבואר וועגן די זעקס מיליאן קדושים, גוים און שווארצע וכו'

איך דארף זיך איינהאלטן אדער ארויס געבן וואס איך טראכט?
 
הערליכע שיינע ארבייט, שמייכעל! שכויעך!!

אויב רבי אביגדור מילער וואלט געטראכט אויף זיך וואס איך טראכט אויף אין וואלט ער זיכרער זיך נישט איינגעהאלטן גיבן זיין מיינונג מיט א גראבע שפראך. כמבואר וועגן די זעקס מיליאן קדושים, גוים און שווארצע וכו'

איך דארף זיך איינהאלטן אדער ארויס געבן וואס איך טראכט?
ביטע געב ארויס אלעס וואס דו טראכסט.

איך בין זיכער די עולם וועט הנאה האבן!
 
די אידישקייט וואלט אונטערגעגאנען אויב היטלער קומט נישט. די פאר ערליכע אידן האבן איבערגעלעבט און איבערגעפלאנצט אידישקייט פון דאס ניי אסאך שטערקער און בעסער ווי בעפאר.
אינטערעסאנט, דער רחום וחנון, טוב ומטיב לכל
די משפחה האבן אים אוועק געשאנקן ר' אביגדור'ס א סידור, וואס מ'האט מיטגענומען אין שפיטאל, וואס ר' אביגדור האט דעראין געדאווענט אלע זיינע יארן. אלץ הכרת הטוב פאר ר' חיים'ן,
דאכצעך מיר אז דעם סידור האט רבי אביגדור אליין נישט זיין משפחה, געשאנקן פאר הרב יאווא וואס האט זיך שטענדיג משתתף געווען אין זיינע שיעורים און איז געווען גאר נאענט מיט רבי אביגדור
 
חלק כ''ד: וזאת למודעי, א ''דיסקלעימער'' - נישט ח''ו אנצונעמן מיינע ווערטער איבער דעם גרויסן איד ווי תורת לאקשן.

1750689076765.png


ביטע נישט אנעמען מיינע ווערטער אלץ אמת אדער עפעס וואס מען דארף זיך רעכענען דערמיט. איך פרוביר צו פארעכטן כסדר ווען מען מערקט מיך אן, אויף איבער עפעס וואס איז נישט ריכטיג, אדער ניט לפי כבודו דאס צו באשרייבן. - אבער אלטע הודעות קען איך נישט פארעכטן. כ'ווייס נישט פארוואס.

קטונתי מכל החסדים ומכל האמת, איך בין נישט ראוי, צו האבן די זכי' צו האבן געגאנגען צו אזא גרויסן אמאליגער הייליגע איד ווי ר' אביגדור ז''ל, איינער האט מיך דאן אהין געשלעפט, אלץ בחור'ל, איך האב נאך נישט געקענט קיין איין ווארט ענגליש דאן. אבער מיר זענען אהין געגאנגען ווי איינער גייט צו א רבי, אז אפי' מיר פארשטייען נישט וואס יענער זאגט ווייסן מיר אז יענער איז אן ערליכער איד, וואס מיר פראווען זיך ביי אים, מיר ווייקן זיך ביי אים.

ווי א רבי וואס רעדט ארום העכערע זאכן ווי עשר ספירות מיט מיסטישע קבלה קאנצעפטן, האב איך דאן אויסגעהערט דאס ענגליש פון ר' אביגדור'ן. אבער עס איז מיר אריין אין די ביינער זיינע תנועות, און שרייערייען אויף די לשון קודשדיגע פסוקי התורה אדער אראמישע מאמרי חז''ל, אבער דאס נישט פארשטאנען ווי היינט, דורך טאקע דעם ארבייט פון הרב פינחס וואלהענדלער שליט''א יושב ראש פון 'תורת אביגדור' אידיש ליפלעטס אין די בתי מדרשים ווי אויך ''אנליין'' וואס איך ''פרינט'' ארויס יעדן ערב שבת צו האבן ביי מיר אין שטוב, דאס נאכצוזאגן ביים שבת טיהש די לעצעטע זעקס א האלב יאר. ועל זאת אני מכיר טובה להן, ביי סיי ר' פינחס שליט''א, און סיי זיין שותף ר' עמיחי שליט''א!

עס איז שוין פארלאפן א דרייסיג יאר זינט איך האב מיטגעלעבט די ''עקספיריענס'' פון גיין צום דעם גרויסן איד, מילא איז אלעס שוין געשריבן מיט מיין אייגן סאטמערן ''בייעס'', פארדרייט, פארקרומט, צוגעלייגט, אראפגענומען, געטוישט און אויפגעבלאזן וכו', אבער איך האב דאס אלעס אראפגעשריבן דא אין קרעמל, לויט מיין גאר שטארק פעלערדיגען זיכרן, בלויז אלץ 'במקום שאין איש השתדל ליהות איש'.

איך וויל זיך טאקע באדאנקן פאר די פילע חברים וואס האבן זיך געטנה'ט מיט מיר, אדער סתם פאראכטן, דורך מיר אנווייזן אז איך מאך א טעות. - איך שרייב דאס אלעס נאר מזכרוני הרע מאוד מאוד מאוד וכו'; אנטשולדיגט!

איך האלט אין איין פארעכטן אויף די הודעות וואס איך קען נאך. ואיתכם הסליחה אז איך האב געשריבן טעותים פאנטאזיעס מיט נישט ריכטיגע אינפארמאציע אסך מאל, - אבער איך קען זיי שוין נישט פארעכטן ווייל קרעמל לאזט מיך נישט צו דערצו צו זיי רעדאגירן.

ווי געזאגט; איך בין בכלל נישט דער מענטש זאל באשרייבן דעם איד, אבער ס'איז נישטא קיין אנדערער.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top