חלק י''ט: והיית משוגע צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא!
א בוך פון א תלמיד, נישט פון ר' אביגדור אליינס, אז מיר ברויכן נאכמאכן ג-ט; ווארשיינלעך אויך צו שמייסן א האלאקאוסט אויף אנדערע אידן...!
א ספר פון ר' אביגדור אדער פון זיין'ס א תלמיד איבער'ן האלאקאוסט.
ר' אביגדור האט קלאר געהאלטן אז מיר מוזן פארענטפערן ג-ט; אז אפי' ער שטראפט אונז, איז ער צדיק השם בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו, און מאיתו יתברך לא תצא הרעות; און אז טאמער זעהט מען יא ג-ט'ס שלעכטס, מוזן מיר דאס פארענטפערן אז דאס איז גוט, כאטש די וועלט קוקט דאס יא אן שלעכט.
מיט דעם הינזיכט צו פארענטפערן ג-ט איז ר' אביגדור געווען אן עקסטרעמער משוגענער! ווי געשריבן אין
חלק ב' האט ער געהאלטן פון סאטמערע קנאות, אבער ווי געשריבן אין
חלק ד' איז ר' אביגדור געווען אפי' מער עקסטרעם ווי סאטמאר, ממש ווי די נטורי קרתא, נישט מיט זייער אנטי ציונות, נאר מיט זייער כללית'דיגע פרומקייט אין לעבן, ווי מיר האבן אויסגעמשלט ר' חיים פלאהר ולהבדיל בין חיים לחיים, ר' שמוא' אויבערבאך וכדו', אז זיי זענען סתם פרום מילא ווען עס קומט צו ציונות זענען זיי אויך מער פרומער ווי זאלי, וואס זאלי האט געהאקט אפען אוןן גראב קעגן די נטורי קרתא.
און אפי' ווי זאלי'ס עלטער פעטער, דער ערשטער סאטמאר רבי, דער בעל ויוא' משה זי''ע, האט זיך אויסגעדרוקט, בעיקר קעגן די שווארצע, דהיינו זיינע אייגענע תלמידים וחסידים, ווי ר' אברהם לייטנער ז''ל, אז זיי פארהארגענען נאר ''זיין מערכה קעגן ציונות''...! מיט זייער עקסטרעמקייט, כאילו ער האט געהאט זיין אויסשליסלעכער שליסל וויאזוי צו באקמעפן די ציונים און קיינער טאר נישט אליינס מוחה זיין... אבער מיר ווייסן אז סאטמאר רב האט שוין געהאלטן דאן נאך 2 סטראוקס און איז געווארן אויפגעהעצט דאן דורך זיינע שטוב מענטשן. אבער צוריק צו ר' אביגדור'ס עקסטרעמער שיטה, פון זיך משוגע מאכן פאר'ן אייבערשטן.
כאטש ר' אביגדור איז געווען א סלובאדקער תלמיד, דהיינו אנדערשט ווי די קעלעמער בעלי מוסר, וואס האבן זיך נאריש געמאכט צו מבטל זיין זייער גאווה. האט סלובאדקע געהאלטן פונקט פארקערט, אז מ'מוז יא זיך פירן בגאווה, כדי צו מאכן א קידוש השם יתברך. דהיינו, ר' אביגדור האט אייביג געהאט שטארק געפוצטע שיך, און קיין איין קנייטש אויף זיין רעקל קיינמאל! ווייל ער האט געהאלטן אז יעדער מענטש, אפי' א גוי, איז א צלם אלוקים, א צורה פון ג-ט אליינ'ס, מילא מוזן מיר זיין ''פיקטשער פערפעקט'' אייביג!
אבער ווען עס איז געקומען צו פארענטפערן ג-ט האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגענער! דאס איז פשט פון זיין פארענטפערן דעם
האלאקאוסט, מיט זיין זיך שלאגן מיט'ן סייענטפישער טעאריע פון
עוואלאציע, וואס יעדער איינער איז היינט מודה אז דאס איז א מציאות! - אלעס כדי צו פארענטפערן ג-ט גוסטקייט, חסד ורחמים שבכל רגע ורגע מיט אונז זיינע באשעפענישן נאכאנאנד אן אויפהער!
עס איז דא אין קרעמל א
שנירל, וואס טוהט זיך אויף טיהשן אויף בענק, איבער דיע נושא, צו מען דארף האלטן ג-ט פאר א גוטער, אפי' ווען ער טוהט אונז שלעכטס כביכול? וואס איז פשט אז ג-ט שמייסט אונז ווי עס דארף צו זיין, און מיר מוזן אים נאך ליבן לויבן דאנקן און פארכטן, אז א בשר ודם טשעפעט אונז נאר א פראצענט ווי ג-ט שליידערן מיר אים אריין אין תפיסה ווי נחמי' וועבערמאן פאר איבער הונדערט יאר...!
איינער טענה'ט דארטן אז דאס איז גאר א קריסטליכע גלויבונג, און אן אנדער ענטפערט אים אפעט דארטן, אז יאשקעלע פאנדראקאליינס, איז געווען א אידישער קולט פירער, מילא האט ער דאס גענומען פון אונז, פונקט ווי ר' שלמה העלבראנץ ז''ל... אנדערע ווי ר'
@יששכר כץ מאכן שלום זאגן א פשרה, אז אלעס איז גאר אמת. פונקט ווי אלעס אין אונזער הייליגער תורה ויהדות, איז יעדער גערעכט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים, עס איז א מחלוקת פון פארשידענע שיטות הפוסקים, ווי אלעס אין אונזער לעבן...
אבער ניין, ר' אביגדור האט זיך געקריגט מיט סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע אז דער האלאקאוסט איז א שטראף ווי אלע שטראפן... ר' אביגדור אליינס האט געהאלטן אז די שטראף בעצם איז גוטער זאך!
ר' אביגדור האט מסביר געווען די גאנצע תוכחה פון איוב ווי א טאטע וואס שמייסט זיין קינד, נישט אז מיר האבן פשוט געכאפט א נערוון בראך, אז מיר וועלן נישט קענען טאהן שיינע שידוכים, מיט אונזערע אוי.טי.די. קינדער, דעריבער זענען מיר געווארן פאלנע נאציס. נאר עקידת יצחק איז אז מיר ערוועקן אינזער ליבשאפט!...
איי מיר זענען דאך אין כעס, אבער ווי פינחס בן אלעזר אהרן הכהן איז דער ''פעשאן'' נישט קיין כעס חלילה, נארגאר ליבע! ליבע צו ג-ט, אין הכי טאקע מיר האסן אונזערע ''סא קאלד'' 'אפגעפארענע' קינדער ווי דאס גיהנום; איז דאס דער געפיל פון ליבע וואס האט אנגעדרייט אונזער גאנצער האס קעגן זיי, לויט ר' אביגדור'ן...!
ער האט געהאלטן היטלער פאר א גוטער זאך! איי די וועלט זאגט אז דו ביסט א משוגענער פאר'ן אזוי זאגן? ''איך קער נישט וואס די וועלט זאגט'', טענה'ט ר' אביגדור!
ווען עס קומט צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא, דארף מען זיין טויט משוגע אויף תו לארץ, האלט ר' אביגדור, ווי איך האב שוין געשריבן
אין חלק א', פערזענליכע זכרונות סיי פון ר' אביגדור'ן אליינס, סיי פון זיין אייניקל, ר' ישרא' בראג שליט''א, און סיי פון מיר אליינס, דער שרייבער פון די דאזיגע שורות, וואס אפילו פאפא רבי זאל זיין געזונט און שטארק, האט געהאלטן אז איך בין משוגע, אבער רוב סאטמערע רבנים האבן מיך געשטיצט דאן.
איך וויל דא אראפברענגן א מעשה נורא ווי ווייט ר' אביגדור מאכט זיך משוגע ליידער צו פארענטפערן ג-ט ברוך הוא. מיר האבן שוין געברענגט
איין אזא מעשה. אבער דא איז דאס ממש ''קלאונערי'', מער בלויז א מעשה, נישט מיט קיין דרשה, ווי די פריערדיגע מעשה.
אבער קודם מוזן מיר מסביר זיין פארוואס ער האט פארלייקענט א מציאות פון עוואלאציע? ווייל ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז עוואלאציע איז ניט אמת, מ'קען דאך נישט זאגן אויף טאג נאכט און נאכט טאג, עספעשעלי ר' אביגדור וואס איז געווען אן אמעריקענער אינגל האט גוט גוויסט אז די סייעטסיטן ווייסן וואס זיי זאגן. ער האט נישט זיין ווי אונז אונגערישע אימיגראנטן דאהי, וואס קענען נישט קיין טראפ ענגליש נישט.
ר' אביגדור האט פשוט געוואלט צולייגן ג-ט צו עוואלאציע, האט ער מבטל געווען עוואלאציע, יא! געשפעט דערפון און חוזק געמאכט דערפון מיט ליצי ליצנות ווי ס'איז איינע פון די 3 ערגסטע עבירות וואס מ'דארף זיך לאזן הרגנען דערויף אויף קידוש השם יתברך, דהיינו, א) עבודה זרה ב) גילו עריות וג) שפיכת דמים, - ממש.
ר' אביגדור האט געוואלט ארויסברענגן דעם ''דעזיינער''פון אט די ''דעזיין'' פון עוואלאציע. אז עס איז נישט מכוח א ביטערע עקסידענט פון ''סורווייוועל אפ די פיטעסט'', נאר א לאנג טערמינענדיגן געוואלדיגן גוטער דעזיין די פראצעס פון עוואלאציע, און מיר זאלן זיין פרייליך און דאנקן דעם דעזיינער פון דעם!
נישט בלויז אז ג-ט איז א ''גאד אפ די געפס'' ווי רוב קריעשניסטס שרייען. נאר אפי' מ'טרעפט יא די ''פאסיל'' רעקארדס, דהיינו די ''געפס'' פאלן אוועק זאלן מיר זיין פרייליך אויף די פאסילס אויכט... ער פעגט שטענדיג אנכאפן די ''טאנסילס'' אלץ משל. אז די דאקטוירים האבן אים דאס ארויסגענומען אלץ קינד, דאן האט מען געהאלטן אז דאס איז בלויז א ''פאסיל'' פון אוועלאציע אז דאס האט נישט פאר זיך לכשעצמו קיין שום באנוץ פאר'ן גוף. עס איז בלויז א זאך וואס האט אמאל געהאט א תכלית פאר'ן לעבן. אבער היינט צוטאגס דארפן מיר דאס מער נישט האבן. אבער היינט איז שוין די וועלט מודה אז דאס דינט א געוואלדיגער קריטיש וויכטיגער תפקיד, און האט א זייער א יסודותדיגער זשאב אין אונזערע באדיס צו היטן פון שעדליכע באצילן מיקראבען און זשערמס.
האט ר' אביגדור, געהאלטן אז טראץ עוואלאציע, מוזן מיר זיך קאכן צו דאנקן דעם דעזיינער פון די אלע טוישונגען און ''וועסטיזשעס'' דהיינו שיריים, פון די טוישונגען. ווייל עוואלאציע זאגט נישט אז מיר זאלן פארהוילן דעם ''דעזיינער''; נאר נוצן דעם 'דעזיין'' אויכט! ווייל ווי מער מיר וועלן זיך אריין טראכן און איינזעהן דע טיפקייט פון דעם דעזיין וועלן מיר ליבן דעם דעזיינער אז ער מאכט ניט קיין שלעכטס ווי דער האלאקאוסט אדער א טעות ווי דער טאנסיל.
כ'בין מודה אז די אנטי אוועלוציע מלחמה זיינער פון ר' אביגדור'ן, האט אים געמאכט פאר א משוגענער! ווייל רוב וועלט גייט נישט אן דעם ''דעזיינער'' פון די ''דעזיין''. רוב וועלט איז ''ביזי'' בלויז מיט די ''דעזיין'' ווייל מיר האבן פיינט דעם ''דעזיינער''. האט ר' אביגדור געטענה'ט, אז רוב וועלט איז משוגע משוחד צו זינדיגן ווייטער ווילן זיי נישט איינזעהן א ''דעזיינער'' און בלויז זיך קאכן אינעם ''דעזיין''; דאס זעלבע מיט'ן האלאקאוסט, מיר ווילן ווייטער זינדיגן מילא זאגן מיר אז ג-ט איז געווען א שלעכטער מיט'ן שואה. בעת ר' אביגדור האט געהאלטן אז דאס איז געווען אינזער בעסטער טובה!
איי וואס טוהט זיך מיט קינדער פונעם האלאקאסט שלא טעמו טעם חטא, אדער אזאלכע צדיקים וקדושים ווי ר' אלחנן וואסערמאן מיט באבובער רב ר' בנציון, ר' שלמה'לע השני'ס פאטער? האט ער דאס מסביר געווען אז ג-ט איז זיך דייקא יא מתלבש אין טבע. ער טוישט נישט נאטור קיינמאל, און אט דעם תירוץ איז אויך עוואלאציע. אז ג-ט געפינט זיך סיי אין שלעכטס, ווי האלאקאוסטס, און סיי און גוטס ווי די פראצעס פון עוואלאציע. - און אונזער ארבייט אויף די וועלט, אונזער גאנצער עבודת השם יתברך ביז מיר שטארבן, איז אויפצודעקן ג-ט פון די טבע סיי אין שלעכטס און סיי אין גוטס, און זיך פארליבן און ג-ט ברוך הוא!
און איצט די מעשה רב:
איינמאל קומט דער אייניקל ר' ישרא' בראג שליט''א, ערווענט אין חלק א', ער איז א געוואלידגער בעל מספר און א ראש ישיבה פאר בחורים און א רב בישרא' פאר בעלי תשובה, מילא קומען רוב מעשיות פון זיידן פון אים, אבער די זיידע פלעגט פארציילן די מעשה אויכט, נאר אויסלאזן די פערזענליכע אנעקדאטן וואס די אייניקל לייגט צו. שרולי וואקט אריין אין זייער זיידע'ס דירה, זיי, די בראגס, קינדער פון די טאכטער און איידעם, האבן געוואונט אונטן, און די זיידע באבע אויבן, מ'פלעגט נישט קלאפן דארטן אויפ'ן טיר. ער זאגט באבי, אבער באבי איז נישטא. לויפט דער קליינער שרולי אריין אין קיך, און זעהט א מראה נורא!
די זיידע ר' אביגדור איז איינגעטונקן דאס קאפ אין סינק אנגעפילט מיט וואסער, די אייניקל וויל רופן הצלה, די זיידע האט געכאפט א נערווען בראך ה''י אויף אלע גוים געזאגט!....
אבער נאך אפאר סעקונדעס וואס די אייניקל שלעפט דעם זיידענ'ס הויזן... גיט ר' אבגדור א פאפ ארויס דאס קאפ פיל מיט וואסער און כאפט זיך אן די נאז און שרייט ''אהא ווי גוט די לופט איז!'' אטעמט אריין טיעף און שטארק און שרייט ''א יישר כוח ג-ט פאר די געשמאקע מחי'הדיגע לופט''!
אויפ'ן פראגע פונעם אייניקל וואס איז פשט פון דאס מאדנע געפיראכץ? ענטפערט ר' אביגדור אז ער איז נאר וואס צוריקגעקומען פון זיין טעגליכן שעה שפאציר, "און איך האב געהערט ווי 2 אלטע באבישקעס רעדן זיך אפ פון די פילע קארן אויף אוישן פארקוועי וואס פארפעסטעט די לופט, האט ער געזאגט אז עס איז מיר אריין אין די ביינער די לשון הרע אויפ'ן אייבערשטענס וועלט, האב איך געמוזט טאן א פעולה דאס מעביר זיין פון מיר, און איך האב איינגעטונקן מיין קאפ און פארשטאפט דעם סינק אנגעפילט מיט וואסער איך זאל נישט אטאמען פאר א מינוט און א האלב אין איין צוה!''
אטא דאס איז געווען ר' אביגדור; ער פלעגט אייביג שרייען די גמרא אז כל נשימה ונשימה תהלל קה, מיינט אז מען דארף אויסזאגן הלל אויף יעדן אטעם אויף די וועלט! האט ר' אביגדור צוגעלייגט בשם זיין רבי, ר' אייזעק שעהר ז''ל, אז דאס מיינט מען גאנץ הלל נישט ווי ראש חודש און חול המועד וואס מ'לאזט אויס די 2 קאפיטלעך, פון לא לנו און אהבתי, ווייל מיר קענען נישט גענוג דאנקן השם יתברך פאר אונזער לעבן.
איי ס'גייט אונז אסאך זייער ביטער שווער, מ'זעהט פלענטי יתומים וואס זאגן קדיש אין שוהל? אבער מיר קענען נישט קיינמאל דאנקן ג-ט ברוך הוא פאר איין טאג לעבן אויף די וועלט! פלעגט ער שרייען. מיט די אלע צרות מיט די אלע פיין מיט די אלע שרעקליכע טראגעדיעס! איז נאך אלץ דאס לעבן גליקלעך אן א שיעור!
ר' אביגדור האט מסביר געווען די טובה פון קרענק, אז מענטשן זאלן קענען זיך געזעגענען פון די וועלט גרינגער...!
ווי אויך ווען עס פלעגט רעגענן האט ער געבעטן און געפאדערט אז מיר זאלן זעהן די טובה דערפון, אז אפשר לעולם בלא רוחות, דאס מאכט איצט פלאנצן גוטע פרוכט און תבואה. בעיביס פאלן אראפ פון הימל פלעגט ער שרייען; אז רוב פון אונזער גוף איז וואסער! איבערהויפט די מוח מאשין דארף האבן זייער אסאך וואסער צו טראכטן און חלומען אונזערע שטותים און לאקשן...!