יואל גאלד

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
503
רעאקציע ראטע
1,533
פונקטן
213
Latest Talks Podcast #57 | Upbringing | Divorce | Production Films | Klei Hamikdosh Project - YouTube

View: https://www.youtube.com/watch?v=Nv-HsApcBms


איך ווייס נישט ווער דער אינטערוויואער איז ער פרעגט עים פארוואס ער האט פרויען אויף די ווידיאס זיינער, און גאלד ענטפערט אים אז עס איז פאר קירוב, כאילו פאר קירוב מעג מען ברעכן מנהגים אדער הלכות פירונגען און געזעצן פון די תורה אדער אידישקייט. אבער גאלד זאגט אים אויך, העי, איך בין דאך א מאדערן ארטאדאקס... סא זייער מנהג איז יא צו האבן פרויען אויף ווידיאוס...

אלענפאלס, איז דאס גאר אן אינטערסאנטער שמועס!... איך דאנק זייער דעם לעיטעסט טאלקס חברה מאן, אז ער האט זיך מטריח געווען צו פליען פאר אונז קיין האליוואד לאס אנדזשעלעס צו אינטערוויאואירן דעם אידישן אקטיאר היינט צוטאגס און פראדוסער פון קירוב קליפס אנטשטאט אש התורה.קאם.

ר' יואעל גאלד איז א היימיש סאטמאר וויליאמסבורג אינגעלע, א זוהן פון מוישעלע אדער פייווישל גאלד, דער בעל I KNOW איי קנאוי וואס משה און ר' פייוויש זענען דאך א זוהן פון אשווארער רב דער טאטע פון פנחס און מענדל דער בארא פארקער אהרונישע טוען וואס איז אן איידעם ביי ר' שמעון לעלובער.

דער בדחן ומגיד שיעור בראדני פייוול קליין'ס מאמע איז אויך א גאלד.

יואעלי איז אבער אויך א ראכמאן אייניקעל! דער ראכמאן האט ארויסגעגעבן דעם ירושלימען אידישן ליכט יארן לאנג. סא ער האט ביידע טאלאנטן סיי פון די גאלדס און סיי פון די ראכמאן'ס אבער ליידער ליידער האט זיך זיין טאטע און מאמע געגט נאך זיין בר מצוה, ומה שאירע למשהלע או לפייוויש אירע ליואעלי ער האט זיך אויך געגעט. און דאס זאגט ער איז דער סוד פון זיין גאנצער הצלחה גאר...!

יואלי גאלד איז דער גרעסטער סוקסעס סטארי פון די אידישע מידיע, וואס איז היינט צוטאגס הויפט באזירט אויף וויירעל וואצעפ קליפס וואס פליט ארום אויב עס איז א געלונגענער מעשה.

גאלד האט זייער אסאך כאריזמע און זעלבסט זיכערקייט! דאס גיט ''פאוער'' אז זיינע קליפס זענען ציענד און פאפולער. כאטש ער האט נישט עפעס מוראדיגע מעשיות מער פון מיר און דיר, איז אבער זיין ''דעליווערי'' מיט א געוואלדיגער חן!...

דער אינטערוויאו אויף אידיש איז נישט אנגעקומען גרינג פאר דעם לעיטסט טאלק אינגערמאן, ווייל ער האט געהאט אסאך דילעיס און זיין סעלפאון האט זיך צובראכן און זיין חבר האט געקענסעלט אויף אים די לעצטער מינוט, אבער ווי שווער עס איז אים אנגעקומען האט זיך אלעס געלוינט צו זעהן יואלי גאלד און זיין היימישען אידישן גירסא דיונקותא שורשים פון ראדני!... אן די ''פענסי'' געקינצעלטע מאסקעס פון זיין פראפעסיאנאלער ענגליש און מאדערענע וועג פון וויאזוי ער עקט!...

גאלד זיצט אויף דעם קליפ כאילו זיין טאטע משהלע אדער זיין טאטע פייוויש איך ווייס נישט וועלכער ברודער איז זיין טאטע ביידע זענען געגט קאווקעטסט ארום מיט זיין פעטער פינחס אין אשוואר'ן שוהל אויף פעהן סטריט נעבען בעדפארד עוועניו בעת זייער פאטער דאווענט און לערנעט דארטן מיט'ן פרומען אייניקל דער בדחן ומגיד שיעור ר' פייוול קליין...

זייער הנאה געהאט בעיקר וואס איז די סוד פון יואלי גאלד אז ער איז געגט אליינס און איז א פראדוקט פון געגטע עלטערן אז אן די פעין און צרות וואלטן מיר קיינמאל נישט געהאט דעם שמייכעל פון יואלי גאלד!

זיין פעטער ר' פינחס גאלד איז אויך א געוואלדיגער אקטיאר, ער איז אויך געגט, און פירט היינט אן מיט א פראיעקט פון בחורים אויף א שבת, זיי צו געבן א טעם אין שבת...

חבורת אור השבת

הגם דער אינטערוויאואירער דער בעל ה'לעיטעסט טאלקס' רעדט צו סך, טרעפט זיך אבער יואלי גאלד זייער באקוועם אינטער דעם לעיטעסט טאלקס ''דייעטרייבס'', אז גאלד דארף נישט רעדן.... נאר רומט אויס דעם ''לעיטעיסט טאלקס'' אין די וועלט אריין... דער ''לעיטעסט טאלקס'' איז דורך אסאך טראמע מיט זיין צובראכענעם פאון און דזשי.פי.עס. און דילעיד פליגער און אן אובער אנטשטאט א אייגן געדינגן קאר וכו'... צרות ישרא'...!

אגב דער בארא פארקער עסקן ונגיד ר' אהרן נאה דער איידעם פון יענקל מילער דער בדחן היינט א 'נאה דורש' זיינע תורות ווערן פארשפרייט אין אלע שוהלן ביז היינט איז ער געווען סתם א נגיד... אבער היינט איז ער תורה וגדולה מתאחדים על שלחנו ווייל ער איז א פאליטישן ווי משה מארגערעטן און משה דוד נידערמאן אבער וויבאלד ער איז א יודע ספר איז ער אויך איצט געווארן שוין א גרויסער משפיע, ער האט אנגעהויבן זיינע תורות דורך זיין א פורים רב ביי אלע גדולי ישרא'. אבער דעם זומער איז ער אין עפעס א גרויסער אדער רייכער קאנטרי, כ'ווייס נישט פונקטלעך. דער נאה זיין מאמע איז אויך א ראכמאן יואלי גאלד'ס מומע.

און דער הויפט באשולדיגע פון נחמי' וועבערמאן זי איז א ראצפערטער אייניקל, אבער איר מאמע איז אויך א ראכמאן די מומע פון יואלי גאלד החתן דינן....

1753703350797.png

כאטש דער אידיש אינטערוויאו מיט לעיטעסט טאלקס איז געווען צו פראמאטן א תשעה באב שוי פון גאלד פאר גוט געלט איבער די זוכונגען פאר די פארלוירענע כלים פון בית המקדש וואס ליגט באהאלטן אינעם וואטיקאן קעלער, איז דאס ווערד געווען אלע געלטער פאר אונז צו זעהן.

ווייל דערמיט באקענען מיר זיך אינטים מיט די רעלאטיווער סוקסעס סטארי וואס הייסט יאולי גאלד, אז נישט נאר שטאמט ער פון א שטארקן יחוס פון כאריזמאטישע עלטערן פון ביידע צדדים, נאר בעיקר האט זיין ''פעין'' און ליידן אים געמאכט וואס ער איז היינט!

הקיצור יאולי גאלד'ס כאריזמע מאכט ''סענס'' סיי אלץ יחסן, ער קוקט אויס גענוי, און פירט זיך גענוי, ווי זיין טאטע ר' פייוויש אדער ר' משה גאלד דער בעל איי קנאוי, און האט אבער אויך די ראכמאן אוטאטריטעטיוו פאויער, אבער בעיקר קומט זיין שמייכעל און זיין כאריזמע פון זיין ליידן אזוי סך אין לעבן פערזענליכע דורכפאלן אז ער קאנעקט צו יעדן איינעם היינט צו טאגס.

בבחינת מעז יצא מתוק, אבל מתוק היסטורי!... ווי ישעי' הנביא זאגט אין פסוק 'אודך השם כי אנפת בי'!

***

תיקון טעות:

בעת כ'האב געשריבן דעם ארטיקל האב איך בטעות אויפגעטוישט פייוויש מיט משהלע. ער איז פיווייש'ס זוהן. נישט משה'ס. ואיתכם הסליחה. א גרויסן יישר כוח פאר די אלע וואס האבן מיך פאראכטן.
 
לעצט רעדאגירט:
יא פאראכטן.

ווארטן מיר נאר איצט פאר רעב משה'לעס זוהן; וואס פון אים איז געווארן גאר!...

I KNOW....
 
וואס איז מיט די אלע יואל ספעללינגס?

יוא'
יואעל
יואעלי
יואלי
יאולי

אגב האסטי נישט דערמאנט ציונות אין די גאנצע ארטיקל (ב"ה וועבערמאן איז יא אריינגעקומען)
 
איך האב ליידער נישט אויסגעהערט גאלד גענוג צו וויסן אויב ער פארשפרייט ציונות צו נישט. פון די פאר קליפס וואס איך האב געזען פון אים בעיקר דעם אידישען מיט 'לעיטעסט טאלקס' סאונד ער נישט צו פארשפרייטן ציונות ברוך השם!
 
קרעמל לאזט מיך נישט רעדאקטירן מיינע אייגענע הודעות.

סא סארי פאר די מיספעלינגס.
 
וואס איז דער פראבלעם פון האבן פרויען אויף די ווידעאס?
 
איינער מיט א בילד פון זיין טאטע?
 
Back
Top