ר' יואל כהן

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
575
רעאקציע ראטע
2,402
פונקטן
413
איך וויל דא ארויסברענגען עטליכע שטריכן איבער דעם מענטש. בעיקר פון מיינע פערזענליכע איבערלעבענישן מיט אים.
מיין ערשטע באגעגעניש מיט דעם איד איז געווען ווען איך בין אדורכגעגאנעגען דעם ליובאוויטשער בהמ''ד אויף זעכצן און איינער האט מיר אריינגערופן פאר מנין. נאך שמונה עשרה האט ער מיך געגעבן שלום עליכם און פארפירט א שמועס מיט מיר. איך האב נישט געוואוסט ווער ער איז, א סאטמארער חצוף בין איך געווען, זאג איך אים גלייך אין פנים אריין דער ליובאוויטשער משיח שקר איז דאך א ציוני. וויאזוי קען ער זיין משיח?
ער האט געגעבן א שמייכל און מיך געבעטן צו ארקלערן דעם סאטמאר רב'ס שיטה. ווי א טיפיקל סאטמארער, האב איך קיינמאל קיין ויוא''מ נישט געלערנט. איך האב עפעס געוואוסט שלש שבועות אני מתיר את בשרכם וכו' איך האב מיך געקומען רעדן וואס מיינער מלמדים האבן מיך אינדאקטארירט, ער האט מיך אויסגעהערט, און ער גיבט מיך א פרעג הייסט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז די שלש שבועות? יא! נו אויב אזוי פארוואס שרייבט סאטמאר רב אז עס איז נישט אליבא דהילכתא? איך האב געעפנט צוויי גרויסע אויגן. ר' יואל האט ארויסגעקומען זיין פריוואטע יואל משה און מיך געוויזן ווי עס שטייט!
ר' יואל האט דאן געשפענדט א שטיק צייט מיך מסביר'ן סאטמאר רב'ס שיטה! דער איד האט באמת געקענט ויואל משה ישר והפוך!
דערנאך האט ער זיך געקומען צו די סוגיא אין וואס מיר האבן געהאלטן אין ישיבה. מיר האבן דעמאלס געלערנט דעם מחלוקת קצות און נתיבות איבער דעם נאמנות פון עדים. ער האט דאס געקענט ישר והפוך.
צום סוף האט ער מסכם געווען סאטמאר רב'ס שיטה און ליובאוויטשער רבי'ס שיטה און מיך איבערצייגט אז דער ליובאוויטשער רבי איז בכלל נישט געווען קיין ציוני בשיטה! ער'ט זיך געדינגען מיט קלייניקייטן ממש לשיטתו. ( לויט סאטמאר זענען אט די קלייניקייטן אפיקורסות. אבער ליובאוויטשער רבי איז זיכער געווען קעגן דעם רעיון הציוני!) ער'ט מיך געזאגט אז דער רבי האט געזאגט אז בן גוריון קען זיכער נישט תשובה טון! וכו' וכו' נאך זאכן וואס איך האב נישט געוואוסט.
דער איד האט געהאט א קינדערישע התפעלות פון דער רבי. איך האב אים אמאל געזאגט אז מיין זיידע פלעגט באגעגנען דעם רבי אין רב טייטלבוים'ס שול'ס מקוה. האם ער מיך גלייך געפרעגט דיין זיידע האט געזאגט רב טייטלבוים, אדער לעפערטס עוועניו? זאג איך אים טייטלבוים. אה דעמאלס איז דאס געווען אין די יוד יארן. ווייל שפעטער האט מען דאס גערופן לעפערטס עוועניו שול און דעמאלס איז דער רבי א סך וויניגער געגאנגען דארט. וכהנה וכהנה סתם שטותים איבער דעם רבי, אויב עס האט אינוואלוועד דעם רבי איזעס געווען מוראדיג, אן א פאנטשליין. ער האט מיך אמאל דערציילט אז דער רבי פלעגט יעדן טאג ארויפגיין צו זיין מאמע און ברענגען א צייטונג מיט עטליכע רעפטלעך ברויט, איך מיין פינעוו. דערציילט ער מיך אזוי אז אין דעם געוויסער טאג און אין דער געוויסער שעה האט ער געקויפט זעקס! און ער פלעגט איבערזאגן די מעשה מיט א התפעלות! און דערנאך אויסטייטשן מיט טיפע פשטים עפ''י חסידות.
איך פלעגט אים א סך מאל טשאלענדזשן בנגלה דער איד האט אלעס געקענט. ער האט מיר מודה געווען אז תומכי תמימים היינט וואלטן אפשר געמעגט לערנען מער נגלה. ''אבער דער רבי האט אויסגעשטעלט דעם סדר היום!''
איין נושא פלעגט ער נישט וועלן רעדן און דאס איז געווען ליובאוויטשער רבי'ס משיחיזם. ער'ט געזאגט פאר א חבר מיינע אז ''איר האב א שטארקער אי-בהירות אין דעם נושא, איך וויל נישט דערפון ריידן".
יהא זכרו ברוך
 
לעצט רעדאגירט:

יא ! ער איז גיוועהן אן אדם גדול אין זיינע ד׳ אמות
אבער מיט א שמאהלן חסידישן דעת
עס דערמאנט מיך ווי נאך די פרשה פון דידן נצח
מען האט גימאכט א סעלעברעישן סעודה , סעודת
הודאה , האט ער מסביר גיוועהן די גרויסע הויכפונקטן פון כלל ישראל
יציאת מצרים
קבלת התורה
בעש״ט
תניא
דידן נצח
 
ריכטיג.
ער איז געווען א חידוש פון א צאמשטעל.
ער האט געהאט א שטארקע היקפדיגער ברייטקייט, אבער ווען עס איז געקומען צום רבין איז ער געווען א קליין קינד.
איך האב אים אמאל געוויזן אז דער רבי'ס א שיחה איז סותר א בית יוסף. ער האט מיך נישט געהאט וואס צו ענפערן האט ער אויפגעבויט א גאנצע חסידות מיט גג על גג. איך האב מיך נישט געלאזט. איך האב אים געזאגט אז דער באטטאם ליין פון דער רבי איז למעשה סותר דער באטטאם ליין פונעם בית יוסף. זיין איינציגסטע ענפער איז געווען אז עס קען זיך ניט סותר זיין ווייל דער רבי האט דאך דאס געוואוסט...
 
Back
Top