ר' יואל כהן

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
643
רעאקציע ראטע
2,778
פונקטן
413
איך וויל דא ארויסברענגען עטליכע שטריכן איבער דעם מענטש. בעיקר פון מיינע פערזענליכע איבערלעבענישן מיט אים.

מיין ערשטע באגעגעניש מיט דעם איד איז געווען ווען איך בין אדורכגעגאנגען דעם ליובאוויטשער ביהמ"ד אויף זעכצן און איינער האט מיר אריינגערופן פאר מנין. נאך שמונה עשרה האט ער מיר געגעבן שלום עליכם און פארפירט א שמועס מיט מיר. איך האב נישט געוואוסט ווער ער איז, א סאטמארער חצוף בין איך געווען, זאג איך אים גלייך אין פנים אריין: דער ליובאוויטשער משיח שקר איז דאך א ציוני, וויאזוי קען ער זיין משיח?

ער האט געגעבן א שמייכל און מיך געבעטן צו ערקלערן דעם סאטמאר רב'ס שיטה. ווי א טיפיקל סאטמארער, האב איך קיינמאל קיין ויוא"מ נישט געלערנט. איך האב עפעס געוואוסט שלש שבועות אני מתיר את בשרכם וכו', איך האב מיך גענומען רעדן וואס מיינע מלמדים האבן מיך אינדאקטארירט. ער האט מיך אויסגעהערט, און ער גיבט מיך א פרעג, הייסט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז די שלש שבועות? יא! נו אויב אזוי, פארוואס שרייבט סאטמאר רב אז עס איז נישט אליבא דהלכתא? איך האב געעפנט צוויי גרויסע אויגן. ר' יואל האט ארויסגעקומען זיין פריוואטע ויואל משה און מיך געוויזן ווי עס שטייט!
ר' יואל האט דאן געשפענדט א שטיק צייט מיך מסביר'ן סאטמאר רב'ס שיטה! דער איד האט באמת געקענט ויואל משה ישר והפוך!
דערנאך האט ער זיך גענומען צו די סוגיא אין וואס מיר האבן געהאלטן אין ישיבה. מיר האבן דעמאלס געלערנט דעם מחלוקת קצות און נתיבות איבער דעם נאמנות פון עדים. ער האט דאס געקענט ישר והפוך.

צום סוף האט ער מסכם געווען סאטמאר רב'ס שיטה און ליובאוויטשער רבי'ס שיטה און מיך איבערצייגט אז דער ליובאוויטשער רבי איז בכלל נישט געווען קיין ציוני בשיטה! ער'ט זיך געדינגען מיט קלייניגקייטן ממש לשיטתו (לויט סאטמאר זענען אט די קלייניגקייטן אפיקורסות, אבער ליובאוויטשער רבי איז זיכער געווען קעגן דעם רעיון הציוני!) ער'ט מיר געזאגט אז דער רבי האט געזאגט אז בן גוריון קען זיכער נישט תשובה טון! וכו' וכו', נאך זאכן וואס איך האב נישט געוואוסט.

דער איד האט געהאט א קינדערישע התפעלות פון דער ליובאוויטשער רבי. איך האב אים אמאל געזאגט אז מיין זיידע פלעגט באגעגענען דעם רבי אין רב טייטלבוים'ס שול'ס מקוה. האם ער מיך גלייך געפרעגט, דיין זיידע האט געזאגט רב טייטלבוים, אדער לעפערטס עוועניו? זאג איך אים טייטלבוים. אה דעמאלס איז דאס געווען אין די יוד יארן, ווייל שפעטער האט מען דאס גערופן לעפערטס עוועניו שול און דעמאלס איז דער רבי א סך ווייניגער געגאנגען דארט. וכהנה וכהנה סתם שטותים איבער דעם רבי, אויב עס האט אינוואלווד דעם רבי איז עס געווען מורא'דיג, אן א פאנטשליין.
ער האט מיר אמאל דערציילט אז דער רבי פלעגט יעדן טאג ארויפגיין צו זיין מאמע און ברענגען א צייטונג מיט עטליכע רעפטלעך ברויט, איך מיין פינף. דערציילט ער מיר אזוי, אז אין דעם געוויסע טאג און אין דער געוויסע שעה האט ער געקויפט זעקס! און ער פלעגט איבערזאגן די מעשה מיט א התפעלות! און דערנאך אויסטייטשן מיט טיפע פשטים עפ"י חסידות.

איך פלעגט אים א סך מאל טשאלענדזשן בנגלה, דער איד האט אלעס געקענט. ער האט מיר מודה געווען אז תומכי תמימים היינט וואלטן אפשר געמעגט לערנען מער נגלה. "אבער דער רבי האט אויסגעשטעלט דעם סדר היום!"

איין נושא פלעגט ער נישט וועלן רעדן און דאס איז געווען ליובאוויטשער רבי'ס משיחיזם. ער'ט געזאגט פאר א חבר מיינע אז "איך האב א שטארקער אי-בהירות אין דעם נושא, איך וויל נישט דערפון ריידן".

יהא זכרו ברוך.
 
יא! ער איז געווען אן אדם גדול אין זיינע ד' אמות, אבער מיט א שמאלן חסידישן דעת.
עס דערמאנט מיך ווי נאך די פרשה פון דידן נצח, מ'האט געמאכט א סעלעברעישן סעודה, סעודת הודאה, האט ער מסביר געווען די גרויסע הויכפונקטן פון כלל ישראל, יציאת מצרים, קבלת התורה, בעש"ט, תניא,
דידן נצח
 
ריכטיג.
ער איז געווען א חידוש פון א צאמשטעל.

ער האט געהאט א שטארקע היקפ'דיגער ברייטקייט, אבער ווען עס איז געקומען צום רבי'ן איז ער געווען א קליין קינד.

איך האב אים אמאל געוויזן אז דער רבי'ס א שיחה איז סותר א בית יוסף. ער האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, האט ער אויפגעבויט א גאנצע חסידות מיט גג על גג. איך האב מיך נישט געלאזט, איך האב אים געזאגט אז דער באטטאם ליין פון דער רבי איז למעשה סותר דער באטטאם ליין פונעם בית יוסף. זיין איינציגסטע ענטפער איז געווען אז עס קען זיך ניט סותר זיין ווייל דער רבי האט דאך דאס געוואוסט...
 
Back
Top