רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

חלק מ''ט: הכנעה וענווה איז די איינציגסטע מידה וואס מוז זיין עקסטרעם משוגע

1752427514541.png


והאיש משה עניו מאוד מכל האדם על פני האדמה, אזש, אז כלל ישרא' האט חוזק געמאכט פון אים געשפעט פון אים כאילו ער האט געהאט הערנער!...

ר' אביגדור האט אייביג געפרעגט דעם הכי תמצא שאלה; אז משה רבינו איז דאך געווען דער הייליגסטער; בעסטער; קלוגסטער; ערליכסטער; וכו' מענטש, פון יעדן איינעם אין די וועלט און אין היסטאריע; און ער האט דאך דאס געוויסט, ווייל ער איז געווען א נביא; איז וויאזוי האט ער זיך באמת געקענט קלענער האלטן פון מיך און דיך און יעדעס קינד רשע וגס רוח אויף די וועלט? עס איז דאך נישט אמת אז ער איז קלענער ווי אונז!...

נאר וויבאלד משה רבינו איז שטענדיג געשטאנען אין שאטן פון די הטבות די חסד וניסי השם יתברך, מילא האט ער זיך נישט געקענט שפירן גארנישט ביי זיך, אפי' נישט ווי א מורישקע, אדער נישט ווי קיין ''זשערם''. ווי א בעל חוב וואס ''פעיסד'' זיין מלווה פון אפאר הונדערט ביליאן דאלער, וואס מיר ווייסן מיר גייען קיינמאל נישט קענען דאס צוריקצאלן גארנישט, פון דעם גרויסן סכום געלט.

ר' אביגדור האט אראפגעברענגט דעם יסודות'דיגער הלכה פונעם הייליגן רמב''ם אין הלכות דעות, וואס דאס איז הלכות מידות. אז אין אלע כאראקטער שטריכן, כגון כעס; גאווה; כבוד; רחמנות; חסד וכו'; דארף עס זיין 'ממוצע', דהיינו, מיטלגארטיק; ''מידיעיאויקער'' ווי מ'זאגט אויף ענגליש, באלאנצירט, נישט צו שטארק און נישט צו ווייניג; אחוץ די דעה מנהג ומידה פון זיך קליין האלטן, וואס דאס מוז יא זיין עד לאשפה, עד כדי, ועד בכלל, אז מען זאל טרעטן אויף אונז; ענווה והכנעה מוז זיין זייער עקסטרעם; משוגע; אז מ'זאל חוזק מאכן פון אונז, מיר זאלן ווערן פארשעמט. פארוואס?

ווייל נאר אזוי קענען מיר באמת ריכטיג שפירן, נאכאנאנד, אונזער אמונה בהשם יתברך, דער טוב ומטיב לכול, פרייליך, גוטמוטיג, און מלא הכרת הטוב, שטענדיג, אז ער גיט אונז אזויפיל גוטע חסדים אין לעבן!

און מיר וועלן אים באמת דאנקן און לויבן שטענדיג אן א אויפהער!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ': א פרוי מוז זיך אנטאן אייביג שיין און ציענד אין שטוב פאר'ן מאן מער ווי אויפ'ן גאס פאר די פרעמדע חברטעס

1752431317687.png


די אנטי ציוניסטישע UNORTHODOX סאטמערע ווייבלעך; קודם, די היימישע בית רחל מחנכת מרת דבורה פעלדמאן תליט''א, רעכטס, מיט 'שירי האס' די איזראעלי אקטריסטקע, לינקס, שירי שפילט דבורה אויפ'ן מאווי, אנארטאדקעס, וואס האט אראפגעמאלען אונזער 'אנ-ארטאדאקס' לעבנס שטייגער, פאר די וועלט, און היסטאריע; קודם אינעם פארעם פון א 'בעסט-סעללער' ביך; און דערנאך אין צו א האליוואד ''בלאקבאסטער'' מאווי פילם, וואס מ'האט געוויזן אין טעאטערס און אויף אנליין סטריעמינג פלאטפארמעס; ביידע מיט'ן זעלבן נאמען אנארטאדאקס.

ר' אביגדור האט געזאגט אז ס'איז זייער א גרויסער פראבלעם אז היימישע ווייבלעך גייען טיכלעך טורבאנס און פאנזשעלויס אין שטוב און ווען זיי גייען ארויס פון שטוב שאפינג אדער ארבייטן טוען זיי זיך אן שיין מיט ''מעיק-אפ'' ''אלל דאללט אפ'' מיט א שייטל און טייערע ''פענסי'' אויפרייסערישע קליידער.

דערמיט צוברעכט מען דאס אינטימער משפחה לעבן, ווייל דאס מאן לערנט זיך אויס אז נאר פרעמדע פרויע זענען שיין, און זיין ווייב איז אייביג גרויליג.

ר' אביגדור פלעגט נישט באדערן די צניעות הינזיכט, אזוי ווייט אז מ'צעפליקט משפחות דורך דעם צדרייטן מנהג אז פרויען ''גרוהמען'' זיך בעיקר נאר פאר די גאס אבער אינדערהיים איז מען איגאנצן נאכגעלאזט און נישט ''פענסי'' פאר'ן מאן.

א פרוי איז נישט קיין שפחה כנענית פאר'ן מאן טאקע, אבער דאס אז זי פוצט זיך פאר די פרעמדע גאס, און טוהט גארנישט זיך שיין צו מאכן פאר'ן אייגן מאן, צייגט אז זי איז נישט נאר א נאכגעלאזטער מענטש, נאר גאר אן 'אויסווארף' רח''ל.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''א: חינוך לילדים צו זיין שטענדיג פרייליך און אנקוקן אלעס ארום זיי גאר שטארק פאזיטיוו

1752509695032.png



די צוויי גאר חשובע זינען פון ר' אביגדור, וואס לעבן שוין נישט, ער האט געהאט נאך 3 טעכטער וואס אלע לעבן נאך. רעכטס: דער אינגערער ברודער ר' שמוא' זצ''ל א תלמיד פון זיין חשובער טאטע, און שפעטער פון הגאון רבי אהרן קאטלער זצ''ל. ער איז געווען דער ראש ישיבת בית ישרא' קודם אויף עוועניו זשעי. קארנער אוישען היינט א פילאליע פון טורא קאלעדזש, דערנאך אין מאנסי, און צום סוף אין לעיקוואד, ביז ער איז אוועק דעם ערשטן ערב פסח אנפאנג קאווי''ד צוזאמען מיט זיין רביצן ליידער, די פאטער ר' אביגדור איז געווען אפיציעל משגיח ביי אים אין ישיבה. און לינקס איז דער בכור, ר' לעיזער ז''ל, ער איז געווען גאר אן ערליכער פארצייטישער בעל הבית, א גרויסער רעספעקטירטער ''אקאונטענט'', ער האט אויך משמש געווען זיין הייליג פאטער ר' אביגדור עד יומו האחרון, מכוח גדול שימושה יותר מלימודה, ער איז געבוירן אין דער אלטער היים אין סלאבאדקע, און זיך געראטעוועט מיט זיין טאטע מאמע זיידע באבע און נאך אידן פון היטלער אלץ קליין קינד.

ר' אביגדור פלעגט מאכן א גרויסער חנוכה פארטי יעדעס יאר, מיט א מחיצה שפעטער ווען די אייניקלעך זענען שוין געווארן זייער אסאך אין צאהל. ער האט דערביי געזאגט אז מיר זאגן ביים דאווענען 'הבו להשם משפחות עמים' האבן מיר די זכי' דאס ענדליך צו מקיים זיין נישט נאר צוזאגן דאס ביים דאווענען!...

ר' אביגדור פלעגט זאגן אז מ'דארף אויסלערנען קינדער ווען עס רעגענט ווי גוט דאס איז אז אונזערע ''באדיס'' און זיבעציג פראצענט ''ליקוואד'', אז 'עס פאלן ''בעיביס פון הימל' מוזן מיר אויסלערנען די קינדערלעך ווען זיי זענען נאך אינג. ''עטיטוהד'' אין לייף איז א זאך וואס האט מיט חינוך.

אז א קינד הערט חלילה וחס א טאטע אדער א מאמע זיך אפרעדן גייט דאס אריין אין זייערע מוחות, און שפעטער ווען זיי ווערן גרויס טוען זיי דאס זעלבע פאר זייערע קינדערלעך זיך אפצורעדן אין לייף. מיר מוזן ''סטאפן'' דעם ''ווישעס סייקל''. א טאטע מאמע נישט קיין חילוק וויפל צרות זיי גייען ליידער דורך טארן דאס נישט ארויסווייזן פאר די קינדער אין שטוב, נאר לאכן און שפילן זיך מיט זיי!

עס שרייבט זיך גרינגער ווי ס'פירט זיך, אבער רבי אביגדור פלעגט זאגן אז א טאטע מאמע מלמד דרדקי זענען האליוואד אקטיארן, מער אין אמת'ן פלעגט ער זאגן אז יעדער איינער מוז ''עקטען'', אבער מחנכים אסאך מער נישט ארויסציווייזן אפילו א ''קרעק'' נישט פון זארג אדער מרה שחורה.

ר' אביגדור פלעגט לערנען און שפילן מיט זיינע קינדער און אייניקלעך, אפילו שפעטער אין לעבן וואס ער האט זיך שוין געגרייט צו זיין פטירה פאר'ן בית דין של מעלה, האט ער זיך אראפגעלאזט צו זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך זיי צו פרעגן חידות און ווער עס האט גענטפערט גוט האט באקומען ''פרייזעס''. ער פלעגט אייביג האבן מתנות אוועקגעלייגט, אז ווען אימער אן אייניקל אדער אור אייניקעל איז געקומען צו אים האט ער זיי געגעבן מתנות נאכדעם וואס ער האט זיך געשפילט און פארברענגט מיט זיי!

יעדן מוצאי שבת פלעגט ער טאנצן און זינגן מיט זיי און דאן איז געווען א ''ספעשל טריט'', ר' אביגדור האט זיי אויסגעמאלן א אייגן סצענע ווי זיי טוען עפעס א מצוה אדער גוטער זאך! די ביאגראפיע בוך פון ר' אביגדור דורך הרב האמבורגער האט קאפיעס פון די געמאלערייען; ר' אביגדור איז א מייסטער קונטסלער געווען! אזויפיל הארץ און געפיל אריין געלייגט אויף יעדן פרט אין די פארטרעטן.

א שבת סעודה איז געווען מיוחד צו פארציילן די חסדי השם יתברך, ער האט נישט געזאגט קיין דבר תורה! נאר געזינגען און געשמיעסט געמיהטלעך מיט די געסט, אייביג אן אנדער אייניקל און אסאך מאל פרעמדע געסט ווי ירושלימע אידן וואס קומען אהער נאך געלט, פלעגן וויסן אז ער איז זייער אדרעס צו עסן ביי אים.

עס איז דא א היימישער חשובער רב א סאטמערער תלמוד חכם אדיר, ער הייסט הרב הגאון רבי יושע יודע גליק שליט''א, ער לערנט זיין גאנץ לעבן אין די חושן משפט כולל פון הרב שווארץ רבי @יששכר כץ'ס ערשטער שווער, דער בויאמער רב שליט''א, ר' יושע יודא פירט היינט אן גרויסע דין תורות, ער האט זיך אמאל פארעקשענט אז ער האט נישט ווי צו עסן פאר ר' אביגדור. און אזוי ווי אלע מתפללים זענען שוין געווען אוועק געגאנגען פון שוהל, האט ר' אביגדור געלאזט ר' יושע יודא'ן עסן ביים עים די פרייטיג צונאכטס'דיגן סעודת שבת.

איך גיי נישט אריין גיין אין אלע הנהגות פון ר' יושע יודא'ס עדות, דאס וועט אי''ה זיין אין א באזונדער ''פאוסט'' פאר זיך, אבער ר' יושע יודא האט מיר געזאגט אז ר' אביגדור האט נישט געזאגט קיין דבר תורה נאר גערעדט איבער חסד השם יתברך און געזינגען גאר אסאך. געדאנקט די ווייב און די געסט אינקלודינק יושע יודאן. ועוד חזון למועד, אבער איך ברענג דאס נאר אהער צו ווייזן אז ער האט אויסגענוצט די שבת סעודות פאר חינוך.

ר' אביגדור פלעגט אייביג דאנקן זיין עלטערן ברודער, וואס האט אים מחנך געווען צו טרונקן נאר וואסער, ווען ער איז געווען א קינד פלעגט ר' אביגדור זייער ליב האבן סאודע, ביז איין טאג, האט זיין עלטערע ברודער אים אפגעוואונט דערפון, דורך אים אוועק כאפן די סאדע און דאס באהאלטן, און געזאגט פאר'ן קליינעם אביגדור'ל, ''כ'געב דיר וויפיל סאדע דו ווילסט; אבער נאר נאכדעם וואס דו וועסט טרונקן איין גלעזעל וואסער....!" - ר' אביגדור האט מער קיינמאל נישט געטרונקן קיין סאדע, כאטש אויף זיין שבת טיהש האט ער יא געהאט געצוקערטע סאדע פאר די געסט, זיי צו מקרב זיין מיט זיינע שמועסן, ער פלעגט אנגיסן אליינס די סאדע פאר זיינע געסט!.... און א גאנצן צייט געפרעגט: ''דארפסט נאך א שטיקל חלה? דארפסט נאך א גלאז סאדע?''!...

אגב, דער ''שוויתי השם לנגדי תמיד'' טעוועלע ביי ר' אביגדור אין שוהל איז געווען א פלאש ''מעיסיס'' ניו יארק סיטי ''טעפ'' וואסער, דהיינו פון א פשוטער סינק אנגעפילט, אבער גאר א ''פענסי'' פלאש ''באטעל'', אז ס'האט אויסגעזען ווי א טייערע ברוינפאן אדער וויין... אט אויף דעם האט דער בעל תפילה געקוקט ווען ער האט פארגעדאווענט פאר'ן עמוד אלץ שליח ציבור!...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752509618900.png
    1752509618900.png
    98.7 KB · געזען: 8
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ב: זיין קנאות

1752594248837.png

רות בן דוד איז געווען א פראנצויזשע שיקסע לינקע אנטי ציוניסטישע אקטיוויסטקע און אקטאריסטקע וואס האט זיך מגייר געווען צוזעהנדיג די קנאות פון ר' עמרם בלוי זי האט חתונה געהאט מיט אים אויף די עלטער נאכדעם וואס ער איז געווען אן אלמן, די קינדער זענען געלאפן צו אלע רבנים אים אריין לייגן אין חרם ווי נחום ראזנבערג היינט צו טאגס, דערפאר ער האט זיך געמופט קיין בני ברק סוף ימיו צוליב די רדיפות. בריסקער רב זצוק''ל האט אים געאסר'ט חתונה האבן מיט א געבוירענע אידענע צוליב דעם וואס די ציונים האבן אים ליידער געמאכט אויף אים דער מום פון סירוס, דורך ביטערע מכות רצח אין זייערע תפיסות ער זאל מער נישט קענען האבן קיין קינדער, און דאס איז אסור צו מאכן פאר א איד.

ווי שוין באשריבן אין חלק א' וב' איז ר' אביגדור געווען זייער א גרויסער קנאי. אבער די וואך גייט פרשת פינחס פיהל איך פאר וויכטיג צו איבערשרייבן אט דעם אייגענארטיגער נקודה פון זיין לעבן אין א באזינדערע פאויסט.

זיין האקן אויף די האלאקאוסט קדושים און האקן אויף סייענס פון עוואלוציע מיט געיז קומען פון דעם קנאות זיינער. כאטש ער איז געווען אן אפענער שטודירטער קאפ מער ווי סיי וועלכער אנדערער חרדישער רב, ער איז דאך א וויי.יו. אמעריקאנער געבוירענער פובליק סקול קינד!

פון איין זייט האב איך מיך געשפירט ווי א שייגעץ ווען ער האט גערעדט פון סייענס און אלע אנדערע מאדערענע ניסיונות ותאוות ווי ספארטס געיז לעסיביאנס און גיין אין טעאטערס. ער האט אפילו מוחה געווען אויף א ''טריפל עקס'' לעבן זיין הויז און שוהל אויף קינגס הייוועי וואס מ'האט נאר געוויזן דארטן פאר עלטער פון 21 ערוואקסענע פארנאגרפיע פילמען. בכלל איז ביי ר' אביגדור געווען אויפ'ן בימה שטענדיג אלע מינע פעטיציעס אונטעצושרייבן אויף כל מיני פראבעלעמן פונעם דור, וואס מיר חסידים האלטן זיך העכער הייליגער און אפגעזינדערט דערפון אבער ר' אביגדור האט געהאלטן דאס איז וויכטיג מ'זאל וויסן דערפון!...

אבער פון די אנדערע זייט האט מען געזעהן אז ר' אביגדור רעדט נישט פון די אלע שמוץ ווייל ער האט הנאה זיך צו קאכן דערין. מ'האט געזעהן אז עס באדערט אים באמת די אלע עוולות ועבירות פונעם דור, אפילו זיי זענען נישט זיינע קינדער אדער משפחה. ער האט געהאלטן אז יעדער גוי מוז זיך פירן בשבע מצוותיהם און יעדער איד, אפילו ער איז שוין דורי דורות אסימילירט, מוז זיך פירן בקדושה ובטהרה ווי א סאטמאר חסיד אדער ירושלימער ''סיקריק'' קנאי, ווי די אהרוני מקרי רופט זיי אן מיט שפאט און ביטול ווייל זיי האלטן נישט פון אים!

ר' אביגדור האט מסביר געווען קנאות אויף אונזער שטאפל;

"שטעל דיך פאר אז דו זעהסט דיין מאמע שוועסטער טאכטער אדער אייגן ווייב, ווערנדיג גערעיפט דורך אפאר הויכע פעסטע מוסקולירטע מאפיאנערן, וועסטו אריין שפרינגן דארטן זיי אפצושטעלן, נישט קיין חילוק ווי שטארק און מעכטיג זיי זענען, אפילו דו ווייסט קלאר אז דו גייסט געהארגעט ווערן דורך זיי!"

אזוי אויך אונז דארפן ליב האבן דעם באשפער אזוי שטארק אזש אז טאמער מיר זעהן איינער טוהט עפעס קעגן די תורה הקדושה דארפן מיר זיך מוסר נפש זיין דאס אפצושטעלן.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ג: קרבנות ותפילה לויט'ן מלבי''ם צו פארענטפערן די 2 מורה נבוכים'ס פונעם רמב''ם 1) אז קרבנות זענען א מנהג עמי הארצות וחוקת הגוים 2) און אז עס איז אסור צו מגשם זיין הקב''ה לויט אונזער שכל אז ער איז א טאטע מיט א קעניג

1752661597816.png


הגאון רבי מאיר לייביש ווייזער זצ''ל, באקאנט אלץ דער הייליגער 'מלבי''ם', וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען מ'איר ל'ייביש ב'ן י'חיא' מ'יכל, איז געווען א פוילישער געבוירענער בוקארעסטער רוימעינישער הויפט רב, וואס האט מפרש געווען די תורה על פי פשוטו של מקרא דהיינו די פשוטע פשט אן קיין פילפולים און קבלה טערמינען, נאר לויט די דיקדוק פירוש המילות פון די ווערטער.

ר' אביגדור פלעגט אסאך נאכזאגן פונעם מלבי''ם, צוליב זיין פשוטע פשט מהלך, אין יעדער שווערע מיסטישע שאלה אויף די תורה הק', אזוי ווי די ענין פון קרבנות.

ווי אויך איז דער מלבי''ם געווען א גרויסער קנאי ווי ר' אביגדור, אזש אז ער האט געמוזט איבערלאזן זיין רבנות פאסטענעס, און אנטלויפן פון אסך רבנות שטעלעס, און אפילו געזיצן אין תפיסה מחמת זיינע ''אנטי עסטעבלעשמענט'' שטעלונגען. אבער מיט דעם אלעם איז דער מלבי''ם געווען זייער א גרויסער אנערקענטער רב בישרא' אז מ'האט אים אויפגענומען אין אלע גרעסטע קהילות ער זאל ווערן רב, איבעראל אין אוקרייאנע רוסלאנד פרוסיע און אפי' אזש ביז אמסטערדאם און אויך אין די ווייטע אמעריקע האט מען אים פארבעטן צו קומען אהין ווערן הויפט רב, אבער ער האט זיך אנטזאגט צוליב דעם וואס ער איז געווען פארנומען צו שרייבן זיינע פירושים על התורה.

אויך ווי ר' אביגדור, האט די מלבי''ם זיך נישט געשראקן פון די קנאים, און ברענגט אראפ טייטשטן אויף די תורה הקדושה, פון פאלנע גוים, ווי 'עמנוא' קאנט' און אפילו פרייע אידישע משכילים אויך.

פארשטייט זיך אז ר' אביגדור האט נאכגעזאגט פונעם מלבי''ם נאר געמישט מיט די סלובאדקע דרך המוסר תורות, אויף יעדע זאך, צוגעלייגט צום פשטות הענין פונעם מלבי''ם, מחשבות און טיפע קאנצעפטן פון ר' אביגדור'ס הייליגע רביס, טאקע פונעם 'אלטער' גופא, אבער אויך דורכ'ן איידעם רבי אייזעק שעהר ז''ל.

*

ר' אביגדור פלעגט דערמאנען דעם הייליגן שטיקל מורה נבוכים פון רמב''ם, אז דער גאנצער ענין פון קרבנות דהיינו מקריב זיין א בהמה פאר'ן אייבערשטן, איז נאר מכוח ווייל די גוים טוען דאס אויך; האט די תורה הקדושה געלאזט די אידן דאס אויך טאן...

פרעגט ר' אביגדור אויב די גוים זינדיגן מיט זייערע נארישע פיראכצער דארפן דאס די אידן נאכטאן? מארגן וועלן מיר שפילן באלל אין ראדני סטריט ווייל די גוים טוען דאס אויך?...

נישט נאר מיר קאפירן זיי, נאר מיר בעטן זיך צום באשפער זאל שיקן משיח'ן כדי מיר זאלן קענען נאכטאן די גוים און שעכטן בהמות אין בית המקדש נאכאמאל?

עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס נישט!

*

נאכמער פרעגט ר' אביגדור מיט א צווייטן שטיקל 'מורה נבוכים' פונעם הייליגן רמב''ם, וואס מיר זאגן דאס אלץ אונזער יסוד פון אידישקייט, אלץ איינע פון די 13 אני מאמינ'ס; אז אין לו דמות הגוף; אז מיר טארן נישט ממחיש זיין דעם אייבערשטן מיט אונזערע משוגים פון א בשר ודם, דהיינו, דער אייבערשטער האט נישט קיין אויער צו הערן אדער אויגן צו זעהן!

איז פרעגט ר' אביגדור וויאזוי קענען מיר בכלל דאווענען צו אים, ער זאל אונז אויסהערן? ווי מיר זאגן אבינו מלכינו, אז ג-ט איז אונזער פאטער און קעניג, זענען מיר אפיקורסים גמורים, שרעקליכע כופרים לויט'ן הייליגן רמב''ם אז אינז זענען ממחיש ג-ט אלץ א מענטש רח''ל יעדן תפילה!... וויאזוי איז אהבת השם יתברך אדער יראת השם יתברך נישט נאר נישט קיין מצוה וחוב? עס איז דאך אן עבירה חמורה אויבן אויף לויט דעם הייליגן רמב''ם; פרעגט ר' אביגדור?

*

כדי צו פארענטפערן די 2 שווערע יסודות פונעם הייליגן מורה נבוכים צו אונזער תורה, וואס הייסט אז אונז שעכטן יא קרבנות, און דאווענען יא צום בורא כל עולמים, ברענגט ר' אביגדור צו דעם מלבי''ם וואס גיט א מהלך אין די 2 קושיות דאס צו פארענטפערן. ר' אביגדור ברענגט דאס טאקע די וואך, די שטיקל מלבי''ם אויף די פרשה פון פינחס, ווי קרבנות פון תמיד מיט מוסף ווערן דערמאנט, פאר משה רבינו שטארבט, און די אידן גייען אריין קיין ארץ ישרא' אן אים. מיט'ן סלאבאדקע שניט:

אז אוודאי מיינט 'יד השם' און 'עיני השם' בלויז א נארישער כפירהדיגע משל, ווי די רמב''ם זאגט, דהיינו אז מיר טארן טאקע נישט טראכטן אז ג-ט האט באמת אויגן און א האנט חלילה וחסד. אבער דאך מוזן מיר זיך אויסמשל'ן ג-ט אין אינזער מוח אלץ א מענטש, אפילו דאס איז כפירהדיגע טיפשות!

נאר מען דארף וויסן אז דאס איז ארגער צו טראכטן פון ג-ט אן א נארישער כפירהדיגער משל בכלל. אפי' אז טאמער איינער זאגט ג-ט און טראכט נישט גארנישט דערביי, דהיינו, ס'איז אים נישט גארנישט מחייב; איז מען א גרעסערע נארישער כופר בעיקר, ווי איינער וואס גיט בלויז א משל אז ג-ט האט א אויער וואס הערט אדער א אויג וואס זעהט.

קומט אויס אז לויט ר' אביגדור, - וואס זאגט דאס נאך פונעם מלבי''ם, על דרך סלאבאדקע, - איז דאס גאנצער דאווענען, ווי אויך די תפילה אז מיר זאלן האבן נאכאמאל די קרבנות צו שעכטן פאר ג-ט, א בדיעבד שבדיעבד, עס איז א טיפשותדיגער כפירה, אבער אלעס איז כדי, נאר אז מיר זאלן זיך פארעכטן די מידות מגונות דורך דעם טיפשותדיגע כפירהדיגע מהלך פון תפילה און גלוסטן פאר קרבנות.

אמת טאקע, אז צו מגשם זיין הקדוש ברוך הוא איז א שטארקער כפירה ומינות פראבלעם, אזש אז אויב גלייבט מען דאס באמת, אז מען נעמט דאס אן אלץ א נמשל רח''ל, נישט בלויז אלץ משל, האט מען נישט קיין חלק לעולם הבא לויט'ן הייליגן רמב''ם. ווי אויך איז דאס טאקע אמת דעם אנדערן שטיקל מורה נבוכים, אז קרבנות ותפילה איז נישט מער ווי א מנהג הגוים! וואס איז אבסאלוט זייער עקלדיג און גרוליג, דאס צו טאהן, צו שעכטן א קוה פאר ג-ט, כאילו ער איז א מענטש חלילה וחס! ווי די אנדערע שטיקל רמב''ם אין מורה, אז צו זאגן אבינו מלכינו איז אויך זייער עקלדיג גרויליג און כפירהדיג!

אבער נישט טאן די 2 עקלדיגע גרויליגע כפירהדיגע זאכן ווי תפילה און גלוסטן צו מקריב זיין קרבנות איז פיהל פיהל ערגער! ווייל דאן טראכטן מיר נישט בכלל פונעם אייבערשטן קיין כי הוא זה; איי מ'דאווענט דאך? ביסטו נישט מער ווי א ראבאט! אן ''עי.איי. באט'', וואס איז א איינפאכער פראגראמירטער קאמפיוטער סאפטווער מאשין צו נאכמאכן א איד; אבער ביזט אפי' נישט קיין מענטש אויך נישט!

ג-ט איז נישט סתם נאך א ווארט וואס מיר באמבעלען נאך אלץ א ריטואלער חוב סתם אזוי, נאר עס איז אונז מחייב זיך צו טוישן אונזער לעבן, מכוח דעת השם, דורך טראכטן איבער דעם מיט נארישע כפירהדיגע משלים. נישט דורך דאס זאגן סתם אן טראכטן בכלל ווייל מיר ווילן נישט זיין קיין נארישע כופרים.

ר' אביגדור האט זיך שטארק געקאכט אין דעם מלבי''ם די וואך אויף פרשת פינחס על דרך סלאבאדקע: אז אמת מיר זענען טאקע נארישע כופרים ווען מיר דאווענען, ''גילטי: עס טשארדזשט!'' אבער מיר ווערן דאך בעסערע מענטשן דורך דעם, אסך בעסער ווי די נישט כופרים וואס זאגן סתם ג-ט אן עס ממחיש זיין אלץ א טאטע און קעניג!

ר' אביגדור האט צוגעברענגט די גמרא, אז 'הלוואי שיהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם!' און דעם דריטן שטיקל מורה נבוכים, אז 'שלימות האדם איז געוואנדען אין זיך אויסמשלן א ג-ט ווי א טאטע און א קעניג'.

דער מלבי''ם זאגט דאס אויף די וואך פרשת פינחס ווייל איצט גייען מיר אריין צו ארץ כנען ווי זיי דינען עבודה זרה, און מיר גייען ארויס פון מדבר ווי די משכן האט געמאכט השראת השכינה זייער בחוש צו גלייבן דערין, צווישן אונז פאר פערציג יאר. אזא ''טראנזישען'' אין אמונה מוז ווערן באזונדער אנגעווארענט, דעריבער ווערט די וואך דעמאנט די פרשת הקרבנות פון מוספין ותמיד.

לייגט צו ר' אביגדור צום מלבי''ם און צו זיינע סלאבאדקע רביס; אז היינט צוטאגס ווען מיר לעבן אין א צייט פון עוואלוציע סייענס פון די גוים ארום אונז, דהיינו מער נישט קיין נארישע קרבנות אדער כפירהדיגע ממחיש זיין הקב''ה אין די מאסן;

דארפן מיר זיך מער אריינטאן אין די חסד השם יתברך פון שער הבחינה פונעם בעל חובת הלבבות, דהיינו, צו מאדערנאזירן אונזערע תפילות, ''אפדעיטן'' אונזערע עבודת הקרבנות, זיך צו קאכן תמיד אין די גוטס פון אונזער לעבן צו דאנקן און לויבן טאנצן און זינגן זיך פרייען און 'שמייכעלען', אז מיר זענען אזוי גליקלעך און ניסים'דיג אז מיר לעבן און האבן די אלע ביליאנען מתנות טובות פונעם לעבן כסדר נאכאנאנד בלי הפסק כלל!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ד: ברכות און פארוואס זאגן מיר נישט קיין ברכה אויפ'ן 'רעדן'?

1753267382733.png


ברכות זאגט ר' אביגדור קומט מלשון 'ברך', א קניה אויף לשון קדוש.

אז די 'קניען' פאלן זיך אונז איין, פון אזויפיהל הטבות וואס מיר האבן אויף די וועלט פונעם אייבערשטן.

מיר זענען גרויסע בעלי חובות וואס פאלן אנידער אונטער די שווערע לאסט פון הכרת הטוב!

און נישט די רוקן פאלט אונז איין נאר די קניען.

*

אויב אזוי פרעגט ר' אביגדור פארוואס זאגן מיר נישט קיין ברכה אויף די מתנה פון קענען רעדן?

היינט וואלט ער געפרעגט פארוואס זאגן מיר נישט קיין ברכה אויף קענען 'טייפן'? ווייל ווער רעדט דען היינט אלעס איז געטייפט... אבער מיר טרעפן ברכות אויף אלעס און אלעמען. גראדע נישט אויפ'ן הערן, אחוץ אויב מיר ווילן זאגן אז 'הנותן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה' איז אויפ'ן הערן דעם האן קרייען. היינט צוטאגס דער וועקער זייגער קלונגען. אבער פשטות מיינט דאס נישט אויפ'ן הערן, נאר אויפ'ן חילוק צווישן נאכט און פריה-מארגן.

אויף הערן איז טאקע נישטא קיין ברכה, און דאס קען זיין דער זעלבער טעם פארוואס ר' אביגדור זאגט על פי דרוש, אז מיר האבן נישט קיין ברכה אויפ'ן רעדן.

ווייל 'החיים והמוות ביד הלשון', אז רעדן איז נישט אזוי גוט, עס איז זייער שלעכט אויכט, אז מ'קען רעדן לשון הרע רח''ל אדער אונאת דברים, אדער אפילו דברים בטלים, וואס איז רוב רעדן ליידער!... מילא פאסט זיך נישט צו מאכן א ברכה דערויף!

ר' אביגדור האט אזוי פיינט געהאט דאס איבעריגע רייד, וואס פעלט זיך נישט אויס צום לעבן, ווי דער הייליגער נועם אלימלך מליזענסק וואס שרייבט אין זיין 'צעטל קטן';

אז איידער מיר עפענען זיך אויף אונזער פיסקעלעך, צו ארויסלאזן איין דיבור, און היינט צוטאגס איידער מיר צעשפירנגן זיך די פינגער אויפ'ן 'קי-בארד', צו ''טייפן'' אפילו איין אות נאר, זאלן מיר דאס דורכזיפן 18 מאל אין אונזער מוח ווי א זייער א זיפ די מעהל איידער מיר באקן חלות אדער מזונות, צו איז דאס געמאסטן און געוואויגען און דורכגעטראכט אז עס איז טאקע אזוי כל כולו טוב און וויכטיג צו שרייבן אדער זאגן?!...
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ה: 'שמחת החיים פובלישינג' פון ר' אביגדור'ס אייניקל, הרב רבי יהודא בראג שליט''א

1753270423765.png



ר' אביגדור'ס טאכטער'ס זוהן, מוה''ר ר' יהודא בראג הי''ו, וואוינט אין מאנסי, ער דרוקט די ספרים פון הגאון רבינו הקדוש רבי אביגדור מילער זי''ע, אין זיין קאמפאני 'שמחת החיים פובלישינג', אינערהאלב זיין ארבייט אלץ אדמינסטראטור פון ישיבה גדולה בית ישרא', פונעם פעטער הגאון רבי שמוא' מילער ז''ל. ווי די גרויסע זיידע, ר' אביגדור, איז געווען משגיח.

View: https://www.youtube.com/watch?v=OLAsfGgXvr8

זעהט דעם ווידיא ווי ער רעדט ארום פון זיין ביזנעס פון מאכן געלט פון זיין גרויסן זיידע'ס ירושה פון תורה. ער פלעגט אייביג פארקויפן טעיפס און ''פאנדרעיזן'' פאר די ישיבה, דורך זיין זיידע'ס ר' אביגדור'ס גרויסער נאמען איבער די גארער וועלט, אבערהויפט ביי די רייכע ספרדים און סאטמערע חסידים וסתם עמך אידן איבעראל אויף די גאנצער וועלט.

אחוץ איבערלייגן די אלטע טעיפס אויף היינטיגע נייע טעכנאלאגיע, דרוקט ער גענצליך נייע ספרים, אויפ'ן מהלך פון ר' אביגדור דעם זיידע'ן זיינער. ווי אויך פארקויפט ער בילדער פון זיין זיידע'ן, אויפצוהענגן אין שטוב אדער אין סוכה אלץ נוי סוכה.

ער שיקט ארויס יעדן טאג אזא סארט, ''מארקעטינג'' אי-מעיל, א חיזוק ווארט, קורץ און שארף, נישט מער ווי א טוויט, געציילטע שורות. רוב מאל איז דאס ארויס פון קאנטעקסט טאקע. אבער דאס דינט פאר'ן ציהל, אז מ'זאל זיך גיין פארטיפן און זיין זיידע ר' אביגדור'ס ווערטער ווייטער, צו פארענטפערן עפעס וואס באדערט אייך, אזוי ארום לערנט מען א גאנצער שטיקל תורה יעדן איינציגן טאג פון זיין זיידע ר' אביגדור.

זיך צו ''סובסקרייבן'' אויף הרב בראג'ס טעגליכע 'שמחת החיים' אי-מעילס; תורתו פונעם גרויסן זיידע'ן ר' אביגדור; קליקט דא.

עס קומט אריין יעדען טאג זעקס אזייגער פארטאגס פונקטליך אין אינזערע אינבאקסעס, אחוץ פארשטייט זיך שבתים וימים טובים. אט דא האט איר א דוגמא וויאזוי עס קוקט אויס דאס היינטיגעס:



"Our Actions Towards Others Affect Our Faith in G-d"

A thought for 07/23/2025

Rabbi Avigdor Miller said...

[email protected]

July 23, 2025 | כ״ז בְּתַמּוּז תשפ״ה

This is a general principle.

We just cannot be mean to our fellow human beings without being mean to G-d.

If we complain, then we have to know that we have a certain attitude of hostility to the Creator.

— The Complainer #379

Subscribe

Thought for the Day (Daily Blog)

 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ו: זיין אראטארישע כח הדיבור, און ענגלישע שפראך שליטה, האט זיך אנגעהויבן ביי זיינע תקיעת שופר וכל נדרי דרשות, פאר הונדערטע אידן, נאך אלץ 17 יאריגער בחור'ל

1753285052645.png

ר' אביגדור האט דערציילט אז זיין ראש ישיבה אין YU הגאון רבי משה סאלאווייטשיק ז''ל האט אים פארבעטן אז ער זאל פריוואט ''טוטערען'' ענגליש, זיין זוהן, הגאון רבי אהרן סאלאווייטשיק ז''ל, דער אינגערער ברודער, פון JB און זייער שפעטערע ממלא מקום אלץ ראש ישיבה בYU.

ר' אביגדור האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א אינג בחורל האט מען געזוכט א ''דאלמעטשער'' אין זיין טאטענ'ס בית הכנסת פאר'ן רב'ס דרשות דאן בימי נוראים ווי טויזענטע אידן זענען נעבעך געקומען אין שוהל דאווענען. אבער דער רב האט נאר געקענט אידיש, דער בחורל אביגדור מילער האט געקענט סיי אידיש און סיי ענגליש פלעגט ער איבערטייטשן די דרשות פונעם רב פאר'ן מאדערנעם עולם.

דאן האט ער זיך אויסגעקענט אזוי גוט אין ענגליש בפרט און אראטארישן קראפט פון האלטן דרשות בכלל, אינעם שפעטערן לעבן, אזש, אז עס איז היינט דא 6000 טעיפס פון אים אין ענגליש מוסר.

רבי אביגדור האט אויך געהאט שיעורים ודרשות אויף אידיש אסך, הויפטזעכליך איז באקאנט זיין אידיש מוסר שמועס יעדן זונטאג אינדערפרי, בישיבה גדולה בית ישרא' פון זיין זוהן רבי שמוא' ז''ל אוואו ער איז געווען משגיח, אבער דארטן איז געווען בבחינת אימתא ויראה שאין לשער ואין לתאר, יעדעס ווארט האט ער געזאגט מיט א פחד און אויסגערעכנט, געוואוגען און געמאסטן, אזש, אז איין ווארט האט געהאט די מיינונג פון אסאך ווערטער.

ביי די אידישע שיעורים האט זיך נישט געפלאסן פארוויילונג, ווי ביי די ענגלישע שיעורים, ער פלעגט זיך דארטן אפשטעלן צווישן איין ווארט אינעם צווייטן פאר זייער לאנג. אבער ביי די ענגלישע שמועסן פלעגט ער קראכן וויצן, חוזק מאכן, און פראקטיצירן זייער אסאך ''פאני'' זאכן.

ביי אידישן שיעור איז דאס געווען אויפ'ן סטיל, ווי זיין הייליגן רבי'ן, הגאון הצדיק רבי אברהם גרודזינסקי זצ''ל הי''ד. אז עס האט אונז אלעמען אנגעכאפט א פחד רתת ויראה פונעם בורא עולם, אנהייבנדיג אונזער וואך.
 
לעצט רעדאגירט:
אז איידער מיר עפענען זיך אויף אונזער פיסקעלעך, צו ארויסלאזן איין דיבור, און היינט צוטאגס איידער מיר צעשפירנגן זיך די פינגער אויפ'ן 'קי-בארד', צו ''טייפן'' אפילו איין אות נאר, זאלן מיר דאס דורכזיפן 18 מאל אין אונזער מוח ווי א זייער א זיפ די מעהל איידער מיר באקן חלות אדער מזונות, צו איז דאס געמאסטן און געוואויגען און דורכגעטראכט אז עס איז טאקע אזוי כל כולו טוב און וויכטיג צו שרייבן אדער זאגן?!...
dash2.gif
 
חלק נ''ז: האפענונג פאר משיח איז די שווערע ארבייט פון שער הבחינה מהחובת הלבבות של אמונה חושית לפרסם כבוד אלוקים בעולם

1753713011738.png


דער יסוד פון די סאטמאר 'שיטה הקדושה' נגד ציונות, איז אז זיי די ציונים האבן אוועקגענומען די אמונה אין ביאת המשיח, דורכדעם וואס מ'לייזט זיך אויס ב'כוח ועוצם יד', בעטן מער נישט אידן פאר קיין משיח וואס זאל קומען אויף א ווייסן אייזל. מיר האבן דאך די הונדערטע ביליאנען א יאר פון אמערקע אויסצוראטן אלע עמלקים פונעם שבכול דור ודור שעומדין עלינו לכלותינו, וואס אין דעם דור איז דאס די ליבעראלע פראפעסארן און זייערע פאליסטינער רוצחים... מיר מאכן א ''דזשענאסייד'' וזהו.

מיט דעם זענען די ציונים זייער גערעכט אז מיר אונגערישע אפשטאמיגע וואס האבן געהאט אסאך געלט אין אונגערן, אנדעשט ווי אין פוילן און אין רוסלאנד, וואס דארטן איז טאקע געווען אסאך אידישע עשירים אבער דער המון עם איז געווען מער ארימער און געליטן מער צרות רעלאטיוו ווי אין רומעניע טראנסלאוויניע ווי די אינגערישע גוים זענען געווען מער ''ענלייטענד'' דהיינו נאורים ווי די מערב וועלט, ביז פארשטייט זיך היטלער איז דארטן אנגעקומען דאן האבן די אונגערישע זשאנדארן זיך ארויסגעוויזן צו זיין פונקט אזוי שלעכט ווי די אוקראינער רוצחים. אבער דאס איז דאך אמת כלפי דעם דייטש אליינס אויך, אז פאר די מלחמה איז ער געווען זייער א שיינער וואולער אריסטאקרטישער מענטש, ביז ער האט זיך צעלאזט ביי די נאציס צו ווערן חיות בצורת אדם. ממש ווי שדים.

הקיצור היינט צוטאגס וואס מיר אלע זענען אין אמעריקע דאהי די פוילישע מער אין בארא פארק און די רוסישע אין קראוינהייטס, און אונז סאטמערע אונגערישע אין ווילאמסבורג ומונדרו, דאן וואס איז שייך אונזער גלוסט צו משיח צו א גאולה, אז מיר ליידן זיך נישט אפ די טעראר פון די פאליסטינער אין איזראעל?

פארוואס זענען מיר גורס דעם היינטיגען 9 טעג וואך בעפאר תשעה באב? אויף וואס טרויערן מיר?

אמת מיר דאווענן עטליכע ברכות ביי שמונה עשרה 3 מאל א טאג, און ווי אויך ביים בענטשן נאך די סעודות, אבער פארוואס טאקע זאגן מיר אזוי סך תפילות פאר'ן צוריק אויפבוי פון בית המקדש נאכדעם וואס משיח וועט קומען רייטן אויף זיין ווייסן אייזל?

צו פארענטפערן דאס וועלן מיר פרעגן נאך א קושיא מרפסין איגרות, נעמליך אז די חוב ומצוה פון צפי' לישועה, אז מיר מוזן האפן און בעיטן פאר א גאולה דורך משיח'ן, קומט גאר פאר דעם ערשטן דיבור, פון די עשרת הדיברות 'אנוכי השם אלוקיך'!

איז וואס האט משיח א בשר ודם מיט'ן אייבערשטן? איך קען דאך גלייבן דאהי אין גלות פון וויליאמסבורג אז דער אייבערשטער גיט מיר פרנסה געזונט נחת און אלעס וואס איך דארף צו מיין לוקסוסדיגן געשמאקן לעבן אז עס פעלט מיר ברוך השם גארנישט; איז צווואס זיך מאכן פראבלעמן וויינען אויף א זאך וואס פעלט מיר ניט בכלל.

און דער חז''ל וואס זאגן אז ווען מ'וועט שטארבן, וועט די ערשטע שאלה זיין צו מיר האבן געהאפט אויף בעסערס? איז פארוואס דארף איך בעסערס אז עס קען מיר נישט גיין בעסער בכלל? איך קען מיך נישט פאנטאזירן צו האבן א בעסער לעבן ווי איך האב איצט, איך האב ברוך השם געזונט נחת פרנסה שלום בית כבוד וכו' אז עס פעלט מיר גארנישט, איז וויאזוי קען איך מיך מאכן וויינען פאר עפעס א קורבן מקריב צו זיין וואס איך ווייס נישט וואס דאס מיינט אפילו?

בקיצור ענטפערט ר' אביגדור אז עס פעלט אונז כבוד שמים, מיר ווייסן נישט בכלל, אז עס פעלט אונז אמונה ובטחון, מיר לעבן מיט זייער אן אויבערפלעכליכער אמונה פשוטה. אמת אמונה פשוטה איז אויך גוט, אבער צו זיין א איד לויט די תורה הקדושה מוזן מיר האבן אמונה חושית!

אמונה חושית מיינט מיר זאלן שפירן ג-ט ברוך הוא אויף יעדער רור אין אונזער לעבן, כאטש קיינער קען קיינמאל נישט אנקומען צו אזא מדריגה, מוזן מיר אבער שטרעבן און ארבייטן דערויף.

דאס איז געווען דער בית המקדש, אז עס איז געווען השראת השכינה דורך אמונה חושית, אז ווען מיר זענען ארויף קיין ירושלים האבן מיר באמת געשפירט אז מיר גייען ''וויזיטן'' דעם רבונו של עולם כביכול אליינס.

דער אמונה חושית איז א זאך וואס מיר בענקן! ניין מיר בענקן נישט פאר א בית המקדש און אויך בענקן מיר נישט פאר א קרבן, נאר ווען משיח קומט גייען מיר משיג זיין וואס דער בית המקדש און קרבנות האבן אונז געלערנט, דהיינו קירבת אלוקים, די נאנטשאפט צו אונזער באשעפער אונזער מקור כל החסד. א גאנצן טאג וועט זיין שער הבחינה פון חובת הלבבות.

מיר וועלן זיין פרייליכע מענטשן ווייל מיר וועלן אנערקענען דער טוב ומטיב לכל דער מקור כל הטבות פון אונזער לעבן הקב''ה שטייט פאר אונז שטענדיג.

און דאס איז טאקע פשט פון דעם חיוב ומצוה דאוריתא מכוח אנוכי השם אלוקים אויף 'אחכה לו בכל יום שיבוא', אז די גאולה וועט זיך גארנישט טוישן ווי חז''ל זאגן דאך אז 'אין בין זמן הזה לימות המשיח רק שיעבוד גליות בלבד', דהיינו, אז די גאולה וועט זיין, אז מיר וועלן נישט זיין אזוי פארטאן אין גשמיות נאר מיר וועלן משיג זיין דער בעל חסד נאכאנאנד. מיר וועלן זיין אזוי צופרידן און דאנקבאר אז מיר וועלן נישט זיך מוטשען מיט מאכן נאך א דאלער טוען א שענערע שידוך מיט'ן קינד דער אלטער בחור אדער אלטער מויד.

נאר מיר וועלן זיין פארנעמן די גאנצע מעת לעת פון טאג צו דאנקן הקב''ה!

און 'דאס' טרויערן אויפ'ן גלות מיט גלוסטן בעטן און שטרעבן, פאר די געטליכע גאולה, אטא דאס, האבן די ציונים מיט די חב''דסקע משיחסטן מבטל געווען, פון אונזער תורה ומסורה.

רצונינו לראות את מלכינו השם יתברך בכבודו ובעצמו כביכול אליינס; כאטש עס איז נישט מעגליך, אבער מיר ווילן עס יא, ווייל פאר דיר באשעפער איז אלעס מעגליך; 'נאר' דאס, איז אונזער גאנצער צפי' לישועה די טעג, פונעם ערב 'יום טוב' תשעה באב; בביאת משיח צדקינו בב''א.
 
לעצט רעדאגירט:
האסט פארגעסן צולייגן דער חלק נומער.

שוין באלד אזוי לאנג ווי פּסאַלמס.

און קענסט ביטע פליז לייגן געהעריגע בילדער, נישט טהאָמבנעילס?
 
חלק נ''ח: דער אייניקל הגאון הגדול ראש ישיבת ורב דקהילת 'תפארת אביגדור' וויקליעף אהייאוי, רבי ישרא' בראג שליט''א, ההולך בדרכי אבותיו, פון זיין חשובע זיידע, רבי אביגדור מילער זי''ע, לעורר ליבות ישרא', לחזור בתשובה, לאבינו שבשמים!

1753801894782.png


ר' ישרא' רעדט מיט די הענט און מויל זייער אינטערסאנט שוין מער גראב און מאדערן ווי די זיידע ר' אביגדור אבער מאכט עים דאס בעסטע נאך...

זיין טאטע ר' שמוא' ז''ל איז געווען ווי ר' אביגדור די זיידע א פשוטער אמעריקאנער אינגל, וואס איז געקומען לערנען נאך פאר די בר מצוה אין חיים בערלין ביי ר' יצחק הוטנער ז''ל אבער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אין אידישקייט אזוי היסטאריש הויך אזש צו ווערן דער ראש ישיבה בישיבת חיים בערלין, דורך זייענדיג דער מגיד שיוער אינעם העכסטן כיתה, וואס האט אנטהאלטן עלטערע אידן אויך אלץ תלמידים, גרויסע פראפעסארן און לויערס דאקטוירים און פראפעסינאלן, וואס האבן זיך געזעצט לערנען תורה אין ישיבה האט מען אים געגעבן אלץ תלמידים. - ר' שמוא' ברוג זצ''ל איז געווען דער עלטסטער איידעם ביי רבי אביגדור מילער זי''ע, זיין אלמנה יבדל לחיים טובים ארוכים ולשלום, די רביצן בראג תליט''א, לעבט נאך עד מאה ועשרים שנה, און זי איז די מוטער פון חתן דינן רבי ישרא' ברוג שליט''א.

ווי געשריבן אין די ערשטער חלק איז ר' ישרא' בראג די מערסטע דומה צו זיין זיידע, כאטש ער איז שוין א בריסקער תלמיד, און חתונה געהאט קיין טעלז ביי די בלאך איידעם הרב סורוצקין,

1753802174484.png


ר' ישרא ברוג איז דער פעטער פאר דעם מאדענעם איזראלי גרעסטער שנארער ומרביץ תורה ר' שלום בער סורוצקין, דעם סאטמערן זאלי נגיד ומוזיק קאמפאזער הרב בומי זופניק'ס בוי-פרענד, דער מיט די רויטע צעפלאטשקעטע פיאות און חסידישן טלית קטן אונטערן רויטן 'נעקט-טיי' וואס פירט טישן און לאזט זיך פיקטשערן יעדער וואך אין אלע ''סענטער-פאלד סעלברעטי פעידזש 6 נאקעטע גאלעריען'' ווי די גרעסטע חסידישע רביס פון אונזער דור מער פון דעם אהרוני מקרי און זיינע שוואגערס די בעלזער בער און די זנב ממרכז וויזיניץ דער מענדאליסט וכו'.

הקיצור ר' שראל ברוג איז א חברהמאן ווי דער זיידע, דהיינו, אז ער רעדט אפען און גראב פון אונזערע עבירות זייער גראפיש און פערזענליך מיט א געוואלדיגן ''סענס אפ הומאר'' און א שארפער לויזער פיסקל, ווי ער שרעקט זיך נישט צו באשמוצן אונזערע פירער וואס באגייען עוולות, ווי למשל די מחלוקת אין פאנאוויטש ישיבה אדער אין גור קעגן ר' שאול אלטער איז א געווענליכע טעמע אין זיינע שיעורים אפילו עס איז אוועלעביל אנליין אויף קול הלשון.

Rabbi Yisroel Brog

ר' ישרא' זאגט זיינע שיעורים בעיקר פאר בחורים אין זיין ישיבה וואס איז אין די סובארבס פון זיין שווער'ס טעלזער ישיבה אין א געגענט וואס הייסט ''וויקליעף' געגענט אין אוהייא ארויס פון קליבלאנד. ער האט דארטן א קהילה בעיקר פאר בעלי תשובות פרייע אידן וואס זענען געווארן ישיבה לייט. טאקע דורך ר' ישרא' ברוג שליט''א, אליינס, פון נאך ווען ער איז געווען א כולל אינגערמאן ביי זיין שווער אויף קעסט אין ישיבה דטעלז קליוולאנד, ר' ישרא' האט אבער גענומען עיקר תורתו פון זיין רבין, ר' מאיר סאלאווייטשיק, א אינגערער דריטער ברודער פון ר' משולם דוד און ר' בערל קינדער פון בריסקער רב ר' וועלוועל ז''ל. מילא האט ר' ישרא' א שטארקע בריסקע שטרענגע קנאות אויך בנוסף צו זיין זיידע ר' אביגדור'ס קנאות.

אבער בעיקר פארוואס איך הער אויס ר' ישרא' כאטש ער קאכט זיך אין זאכן וואס זיין זיידע ר' אביגדור האט נישט געהאלטן ווי למשל ער פארענטפערט פארוואס צדיקים רע להן בעולם הזה איז מכוח גילגול פון חטאים וואס זייער נשמה האט געטאן דא אין א פריערדיגן לעבן, א קאנצעפט וואס זיי זיידע האט מבטל געווען כאטש עס ווערט געברענגט אין חז''ל. זיין זיידע ר' אביגדור האט געהאט אן אנדערען גאר פשוטערן פשט פארוואס ערליכע מענטשן גייען דורך צרות אויף די וועלט מער פון רשעים?

ווייל הקב''ה מתאווה לתפילתן של צדיקים, אז טאמער ערליכע אידן האבן אוי.טי.די. קינדער אדער שטארבן פון לוקימיע ווי ר' אביגדור אליינס נאך דריי יאר ליידן, דאן מאכן זיי אונז אלע תשובה טאן, ווי ר' אביגדור אליינס האט געטאן צו מיר די לעצטע דריי יאר פון זיין לעבן וואס ער האט אזויפיל געליטן אויף בלוט קענסער אנע דעם מיר זאלן וויסן דערפון, אדרבה ער האט געשמייכלט ווי א קליין קינד וואס האט געוואנען די מעגא לאטערי טיקעט פון הונדערטע ביליאנען דאלארן און פרובירט מיר זאלן אויך זיך שפירן גליקלעך און 'שמייכעל'ן און דאנקן הקב''ה. ביז'ן טאג פון זיין פטירה, אין עלטער פון 93 יאר אלט!

ר' ישרא' האט אבער יא אלע ''מענאריזמס'' און סטיל פון ''דעליווערי'' ווי זיין זיידע ר' אביגדור! ווי אויך האט ער די בעסטע מעשיות וואס קיינער פארציילט נישט, פיהל מאל זייער קאנטריאווערסיא'ל, ווי שוין באשריבן אין ערשטן חלק פון די סעריע ארטיקלען דא אויף קרעמל איבער ר' אביגדור'ן...!

למשל קוקט אן דעם ארטיקל ארויסגענומען פון זיין שיעור וואס ער האט געגעבן פאריגער וואך פרשת מטות מסעי, אבער מיט אסאך יארן צוריק, אין וואך פון לייבי קלעצקין הי''ד'ס ערמארדונג, דורך נישט קיין אנדערע ווי אן ערליכער שומר תורה ומצות איד! - וויאזוי ר' ישרא' נוצט עס אויס, אונז אויסצופראקן וויאזוי עס באדארף צו זיין מיט תוכחה ומוסר, אז קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט, אז א היימישער איד זאל דאס טאן צו לייבי קלעצקינען! יעדער איינער האט געטראכט אז נאר א ליבעראלער לינקער אנטיסעמיטישע פראפעסער אדער גאר פאליסטינער טעראריסטן קענען אזוינס טאן...!

Matos-Masei 5785: Stop the Baseless Hatred! | Sichos Yisroel
 
לעצט רעדאגירט:
חלק נ''ט: 'עשה לך רב' מיינט אז אפילו דער רב איז נישט קלוגער ערליכער בעסער מער תלמוד חכם פון דיר

1753876077634.png

דער סאטמערער רבי ווערט אנגערופן דורך די שמוציגע אהרונים וציונים 'דער עם הארץ פון בארא פארק' כאטש ער איז געווען אלע יארן א מרביץ תורה בישיבה לצעירים אין סאטמאר וויליאמסבורג, איז ער דאך א שטילערער מענטש ווי זיין גרויסער ברודער דער אהרוני מקרי, א תלמוד חכם אבער א געוואלדיגער גבר אלים, וואס טשעפעט שלאגט פארשעמט און פארגיסט אזויפיל אידיש בלוט פאר זיין אויסשליסליכער פארטייאישער כבוד ושררה.

א מוראדיגער שיעור פון ר' אביגדור פאריגער וואך, איך וועל דאס לאזן פאר אייך צו לערנען, ווייל איך וועל נישט צולייגן מיינע ווערטער, דאס צו פארהארגענען פאר אייך!

אידיש תורת אביגדור מטות מסעי;

מיר טרויערן ט' באב אויף אונזערע רביס אונזערע קריטיקירער וואס מיר האבן מער ניט ווי אמאל וואס זיי דארפן מיטגיין מיט אונז אין טורמע צו די ערי מקלט

- אבער היינט האבן מיר אויך רביס ווייל זיי מוזן ניט זיין בעסער אדער קלוגער פון אונז

אידיש תורת אביגדור מטות מסעי; מיר טרויערן ט' באב אויף אונזערע רביס אונזערע קריטיקירער וואס מיר האבן מער ניט ווי אמאל וואס זיי דארפן מיטגיין מיט אונז אין טורמע צו די ערי מקלט - אבער היינט האבן מיר אויך רביס ווייל זיי מוזן ניט זיין בעסער אדער קלוגער פון אונז
 
Back
Top