ר׳ שמעון שפיצער

כ'מיין ס'איז נישט ניחא פאר'ן רבי'ן אז די טשאלמע חסידים זאלן דארט קומען, ער גלייכט זיי נישט ספעציעל,
דערמאנסט מיר איך האב אמאל געהערט אז די ערשטע שמועס די קארלינע רבי האט געגבן פאר זיין ירושלמע עולם איז געווען אז מען ברויך גיין און שויער און זיך זייפן...
 
דערמאנסט מיר איך האב אמאל געהערט אז די ערשטע שמועס די קארלינע רבי האט געגבן פאר זיין ירושלמע עולם איז געווען אז מען ברויך גיין און שויער און זיך זייפן...
נישט ממש די ערשטע, אבער גאר א באקאנטע.

מ'האט פארציילט אז איינער פון די זקני החסידים, הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל איז געגאנגען אין געשעפט קויפן א זייפל, ווייל די רבי האט געהייסן, און אזוי מיטן זייפל איינגעפאקט אינעם פאפיר האט ער פרובירט זיך זייפן, נישט וויסנדיג אז מען דארף עפענען דעם פאפיר....
 
תולדות אברהם יצחק רבי לאזט יא זיינע חסידים דארטן וואוינען.

אבער ער איז דאך א וויזיניצער חסיד נישט קיין קנאי בכלל.
חוץ פון דעם װאס ער איז מקרב נואפים און בועלי אשת איש.
 
אינטערסאנט אנצומערקען אז רוב תושבי גבעת זאב חסידי קארלין זענען אנעריקאנער
די רבי איז אנטלאפען אהין פון ירושלים נישט ליעב האבענדיג די ישיבת כרכים קשה ובפרט די ירושלמער קולטור, ער האט שוין געזאגט פאר איינעם פאר בערך 15 יאר צוריק ווערטעלדיג אז גבעת זאב איז שוין צו פיהל פאר איהם ער דארפען שוין גיין ווייטער... - שמעתי מכלי ראשון
 
איך זעה באריכטעט אז ר שמעון מופט אוועק פון גבעת זאב קיין ירושלים. איינער ווייסט פשט?

מיר זעהט אויס ווי עפעס איז דא ראבערייען צווישן אים און די קארלינע חברה אדער גאר מיט די רבי אליין. פאראיאר חודש תשרי איז ר שמעון געקומען קיין אמעריקע און געפראוועט אליינס און די צייט וואס אין קארלין פארט יעדער צום רבין אויף ראש השנה
 
ווייזט אויס אז ער איז שוין צו גרויס, האט שוין אן אייגענע נאכפאלגערשאפט, ביי אנדערע הייסט עס "צו קלוג", ער זאגט דרשות אין סאטמאר, סקווירא און וואו נישט? אין קארלין מעג מען זיין אויפגעקלערט (דוגמת יחיאל גולדהבר) אבער קלוג טאר מען נישט זיין.
 
איך זעה באריכטעט אז ר שמעון מופט אוועק פון גבעת זאב קיין ירושלים. איינער ווייסט פשט?

מיר זעהט אויס ווי עפעס איז דא ראבערייען צווישן אים און די קארלינע חברה אדער גאר מיט די רבי אליין. פאראיאר חודש תשרי איז ר שמעון געקומען קיין אמעריקע און געפראוועט אליינס און די צייט וואס אין קארלין פארט יעדער צום רבין אויף ראש השנה
איך בין אמאל געווען ביים טיש אין גבעת זאב א פשוטע שבת און סאיז מיר געווען אינטערסאנט אז די איינציגסטע איד וואס איז געזעצען ביים טיש אן א ווייסע בארד איז געווען ר' שמעון פרעג איך א קארלינער מה פשט זאגט ער מיר אז זיינע חסידים האבן געלעגט דרוק אז מען זאל אים זעצן און מכבד זיין
 
איך האב געליינט אין די מאמענט די וואך פון אליעזר ראזען ווי ער רעדט גדולות אויף ר' שמעון שפיצער

תוך הדברים זאגט ער וואס האט אים געמאכט ווערן אזא חסיד פון אים, זאגט ער ווייל ער האט א חבר וואס האט שוין געספענד בערך 250K צווישן טערעפי אין סייקעדעליקס אין ס'האט אים גארנישט געהאלפן, ביז יענער האט געהערט א שיעור פון שמעון שפיצער וואס ער ברענג דארט ארויס אז 'טערעפי איז תורה' דאלמאטס האט יענער אנגעהויבן פראסעסן וואס ער האט אלס געהערט דורך אויס די יארן, פארדעם זאגט אליעזר ראזען אז שמעון שפיצער, ער איז דער וואס כלל ישראל דארף האבן היינט ציטאגס, בקיצור, ליינטס עס.

ר' אליעזר טייערע , כ'האב געמיינט ביזט קליגער פון דעם, וואלסט געקענט אויסניצן דיין קאלעם ארויסציברענגן אז מ'דארף נישט קיין פריקען ריאה פון די תורה צי יעדע זאך וואס מ'טוט.. ס'גארנישט, מ'מעג זיך גיין היילען ווייל מ'וויל זיין מער געזונט.. ווי קומט אריין די פריקען תורה דא..? נאו אפענס תורה, איך האב דיר ליב, אבער זאלסט ווויסן, אז מענטשן האבן נישט קיין בלאסען איינונג ווען מ'דארף אריינקוקן אין דיר..
 
איז דא דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט נאנטע וואס האבן זיך געטוישט נאכן הערן ר' שמעון שפיצער?
 
איך האב נאר געפרעגט נישט איז נישט
 
איך קען איינעם וואס איז געווארן גאר פרום א דאנק אים. בארירט? ווענדט זיך לויט וועם
 
איז דא דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט נאנטע וואס האבן זיך געטוישט נאכן הערן ר' שמעון שפיצער?
עסקינג פאר עי פרענד?

ווייל אויב נישט, האב איך האנה פון דיין דזשארני, סייקעדעליקס, שמעון שפיצער...
 
עסקינג פאר עי פרענד?

ווייל אויב נישט, האב איך האנה פון דיין דזשארני, סייקעדעליקס, שמעון שפיצער...
לול. מיינער א נאנטער וואס איז לעצטענס געווארן "מקושר" צו עים און יעדע צווייטע ווארט איז ר' שמעון שפיצער וכו' וועגן דעם פרעג איך . איז עס א שטיקל קאלט?
 
לול. מיינער א נאנטער וואס איז לעצטענס געווארן "מקושר" צו עים און יעדע צווייטע ווארט איז ר' שמעון שפיצער וכו' וועגן דעם פרעג איך . איז עס א שטיקל קאלט?
איך וואלט עס אנגערופן א "טרענד"...

א שטייגער ווי מיילעך בידערמאן, אברהם מרדכי מלאך, שמעון זאב מייזליש, מרדכי הערש שפיטצער, וכו.

וגם זה יעבור...
 
איך בין נישט מקושר מיט קיינעם, און קיין פארטיי מאלעסט מיר נישט. נישט מיר, נישט מיין טאטע, נישט מיין זיידעס, און נישט מיין עלטער זיידעס.

און איך האב מיר פארצופאל אנגעשטויסן אין די שיעורים פון הרב שפיטצער און איך בין זייער נתפעל פון אים. איך האב געהערט זיין אוה"ח שיעורים, און זיין אטענטשן צו דיטעיל, זיין ארויס ברענגן א קשיא אדער א תירוץ, איז ממש צו לעקן די פינגער. ער קעקעצט נישט, ער לייגט נישט צו וואס איז נישט נייטיג, און ער זאגט איבער מיט א קלארקייט.
פאר מיר איז דאס די זאך.

די תורות פון הרב שלעזינגער איז מעגליך גוט, אבער איך קען נישט איגנארירן זיין אנאויינג שווייצער אקצענט.
 
Back
Top