ר׳ שמעון שפיצער

כ'מיין ס'איז נישט ניחא פאר'ן רבי'ן אז די טשאלמע חסידים זאלן דארט קומען, ער גלייכט זיי נישט ספעציעל,
דערמאנסט מיר איך האב אמאל געהערט אז די ערשטע שמועס די קארלינע רבי האט געגבן פאר זיין ירושלמע עולם איז געווען אז מען ברויך גיין און שויער און זיך זייפן...
 
דערמאנסט מיר איך האב אמאל געהערט אז די ערשטע שמועס די קארלינע רבי האט געגבן פאר זיין ירושלמע עולם איז געווען אז מען ברויך גיין און שויער און זיך זייפן...
נישט ממש די ערשטע, אבער גאר א באקאנטע.

מ'האט פארציילט אז איינער פון די זקני החסידים, הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל איז געגאנגען אין געשעפט קויפן א זייפל, ווייל די רבי האט געהייסן, און אזוי מיטן זייפל איינגעפאקט אינעם פאפיר האט ער פרובירט זיך זייפן, נישט וויסנדיג אז מען דארף עפענען דעם פאפיר....
 
תולדות אברהם יצחק רבי לאזט יא זיינע חסידים דארטן וואוינען.

אבער ער איז דאך א וויזיניצער חסיד נישט קיין קנאי בכלל.
חוץ פון דעם װאס ער איז מקרב נואפים און בועלי אשת איש.
 
אינטערסאנט אנצומערקען אז רוב תושבי גבעת זאב חסידי קארלין זענען אנעריקאנער
די רבי איז אנטלאפען אהין פון ירושלים נישט ליעב האבענדיג די ישיבת כרכים קשה ובפרט די ירושלמער קולטור, ער האט שוין געזאגט פאר איינעם פאר בערך 15 יאר צוריק ווערטעלדיג אז גבעת זאב איז שוין צו פיהל פאר איהם ער דארפען שוין גיין ווייטער... - שמעתי מכלי ראשון
 
איך זעה באריכטעט אז ר שמעון מופט אוועק פון גבעת זאב קיין ירושלים. איינער ווייסט פשט?

מיר זעהט אויס ווי עפעס איז דא ראבערייען צווישן אים און די קארלינע חברה אדער גאר מיט די רבי אליין. פאראיאר חודש תשרי איז ר שמעון געקומען קיין אמעריקע און געפראוועט אליינס און די צייט וואס אין קארלין פארט יעדער צום רבין אויף ראש השנה
 
ווייזט אויס אז ער איז שוין צו גרויס, האט שוין אן אייגענע נאכפאלגערשאפט, ביי אנדערע הייסט עס "צו קלוג", ער זאגט דרשות אין סאטמאר, סקווירא און וואו נישט? אין קארלין מעג מען זיין אויפגעקלערט (דוגמת יחיאל גולדהבר) אבער קלוג טאר מען נישט זיין.
 
איך זעה באריכטעט אז ר שמעון מופט אוועק פון גבעת זאב קיין ירושלים. איינער ווייסט פשט?

מיר זעהט אויס ווי עפעס איז דא ראבערייען צווישן אים און די קארלינע חברה אדער גאר מיט די רבי אליין. פאראיאר חודש תשרי איז ר שמעון געקומען קיין אמעריקע און געפראוועט אליינס און די צייט וואס אין קארלין פארט יעדער צום רבין אויף ראש השנה
איך בין אמאל געווען ביים טיש אין גבעת זאב א פשוטע שבת און סאיז מיר געווען אינטערסאנט אז די איינציגסטע איד וואס איז געזעצען ביים טיש אן א ווייסע בארד איז געווען ר' שמעון פרעג איך א קארלינער מה פשט זאגט ער מיר אז זיינע חסידים האבן געלעגט דרוק אז מען זאל אים זעצן און מכבד זיין
 
Back
Top