Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס גאנצער בוך איז פון ויוא' משה. ער ווארפט נאר אריין דרך אגב פאליסטינער ליידן זייער ווייניג.@שמייכעל דיין מערסט יסודות'דיגע טעות איז דאס וואס יעדער וואס האט סימפאטיע צו פאלעסטינער אלס לינקער/ליבעראלע האט עפעס מיט סאטמאר.
דו האסט געזעהן איין ווארט אין שאול'ס בוך וועגן שלש שבועות?
וואס איז מיט לינקע אנטי ציוניסטישע אידן (רוב רעפארמער און קאנסערוואטיוון) וואס האבן קיינמאל מיט סאטמאר גארנישט געהאט? זיי גלייבן ניטאמאל אין תורה מסיני ווי דו... זיי זענען אויך נשפע פון רבי יואל?
רוב פון זיינע שיטות על כל פנים עוועילבעל אנליין זענען קעגן ציונות ווי סאטמאר רב. וועגן דעם זענען די שמוציגע ציונים שרצים אזוי בייז אויף אים ווי דיר...@שמייכעל
מיין עיקר שאלה איז צו דו שטימסט צו צו שאול מגיד אין אנדערע עניני הלכה והשקפה אויך, אדער נאר ווען ער רעדט קעגן ציונות?
פעכי!! פויע!! דאדא!!וועגן דעם זענען די שמוציגע ציונים שרצים אזוי בייז אויף אים ווי דיר...
אדער האסטו נישט געליינט זיין בוך, אדער פארשטייסטו נישט וואס דו ליינסט.דאס גאנצער בוך איז פון ויוא' משה. ער ווארפט נאר אריין דרך אגב פאליסטינער ליידן זייער ווייניג.
Basya Schechter, Shaul Magid - Kabbalachia (Full Album)רוב פון זיינע שיטות על כל פנים עוועילבעל אנליין זענען קעגן ציונות ווי סאטמאר רב.
איך בין נישט קיין ציוני און איך בין נישט בייז אויף איהם. מיינט נאך נישט אז איך האלט ווי איהם מיט יעדע זאך.וועגן דעם זענען די שמוציגע ציונים שרצים אזוי בייז אויף אים ווי דיר...
איך האב געלייענט זיין בוך איבער 'די וויכטיגקייט פון גלות' עס איז איין שטיק ויוא' משה.אדער האסטו נישט געליינט זיין בוך, אדער פארשטייסטו נישט וואס דו ליינסט.
וועם ווילסטו איינרעדן אז זיין בוך איז פון ויואל משה?
Basya Schechter, Shaul Magid - Kabbalachia (Full Album)
למשל סאטמאר רב וואלט מתיר געווען צו זינגען מיט פרויען? וואס איז למשל מיט א קאפל, דו גייסט דערמיט?
גראדע איז ער נישט חתונה געהאט מיט איר, הגם ער איז אין ראמאנטישע באציאונגען מיט איר.
איך בין נישט קיין ציוני און איך בין נישט בייז אויף איהם. מיינט נאך נישט אז איך האלט ווי איהם מיט יעדע זאך.
דיין וועלט קוק איז עפעס זייער שווארץ און ווייס.
ס'איז דא פארשידענע סיבות פארוואס איינער זאל זיין אנטי ציוניסטיש.
יא כהאב געלייענט זיין בוך דאס לעצטער מיט'ן נאמען ''דאס וויכטיגקייט פון גלות''. און ניין ער איז נישט קוים פרום געווארן. ער האט געלערנט גאר אסאך; לייען דעם הויפט ארטיקל פון דעם שנירל, וועסטו זעהן זיין היסטאריע.מאדנע. ער איז קוים פרום און עס גייט אים אן די שלוש שבועות פון חז"ל? @שמייכעל דו האסט געליינט די בוך?
איך לייען איצט ראבערט סאפאלסקי, איך האב נישט קיין חשק צו קבלה. ווייל דאס האב איך גענוג אין סאטמאר זאלי שוהלן. חסידישע ספרים זענען פיהל דערמיט. איך בין איצט פולי אינטו די בוק ביהעיוו פון ראבערט סופאלסקי. בכלל בין איך מער א בעל מוסר איך האב נישט ליב חסידות ווייל איך לויף דאך אוועק פון חסידות. און סאטמאר רבי האט געהאלטן אז עס איז נשתכח. הקיצור איך האלט נאך פאר ניגלה לאז מיך אפ פון ניסתר. איך האב נאר ארויפגעברענגט ר' שאול מגיד'ס לעצטע 2 ביכער קעגן ציונות ווייל ער איז היינט געווען אין די נייעס צוליב זיין אנטי ציוניזם סאטמערע שיטה הקדושה וואס ער איז געווארן א ריזן פראפעסער און די ציונימלעך שווענץ זענען נעבעך זייער צעקלאפט און צעחושט דערפון... כן יאבדו כל אויביך השם יתברך!...אין זיין בוך Chasidism Incarnate ערקלערט שאול מגיד אז אנדערש ווי מערב אייראפעישע אידן (דייטשע/יעקעס) וואס האבן כסדר געדארפט מאכן זיכער אז זייער השקפות מישן זיך נישט אויס מיט זייערע קריסטליכע שכנים, האבן די חסידים פון מזרח אייראפע דעוועלאפט השקפות, געבויט אויף קבלה, וואס ענדלט שטארק צו קריסטליכע דאָקטרינעס מיט זייער שטארקע אנגעבינדנקייט אין א צדיק (אפי' נאך זיין שטארבן) און נאך.
נישט דווקא אז ס'איז גענומען דירעקט פון קריסטנטום, אבער וויבאלד זיי זענען נישט געווען דירעקט געדראעט פון די שיטות, האט זיך עס אזוי דעוועלאפט אן קיין שטער.
(@שמייכעל ס'איז ווערט צו ליינען. זייער אינטערעסאנט. ס'איז מסביר אסאך איבער די צוגעבינדנקייט וואס געוויסע פילן צו רבי'ס וואס לעבן שוין נישט. )
רבי שאול שליט"א לאזט גיין צו בחירות?איינס פשוט מענטשן רעכט און איינס אז איז כנגד יהדות והתורה די צווייטער סיבה איז סיי ר' שאול מגיד'ס און סיי ר' יואליש טייטלבוים'ס
איך געדענק נישט אז ער זאל רעדן דערפון. אבער איצט אז גורער רבי מיט ר' דוב לאנדאוי האבן שוין געהייסן זייערע חברי הכנסת ארויס פון די איזראעלי רעגירונג פארשטיי איך די שאלה איז מער נישט נוגע.
לויט ראבערט סאפאלסקי איז דאך נישטא קיין בחירה, איז וואס ביסטו אזוי בייז אויף די ציונים? זיי האבן עס נישט געוועלט, פונקט ווי רבי יואל האט נישט געוועהלט צו זיין אנטי ציוניזם. און דו אליין וואלסט אויך מעגלעך געווען א ציוני אויב וואלסטו געבוירן געווארן ביי אנדערע עלטערן אין אן אנדערע פלאץ...
זיי גייען ווייטער געהעריג צו די בחירותאבער איצט א גורער רבי מיט ר' דוב לאנדאוי האבן שוין געהייסן זייערע חברי הכנסת ארויס פון די איזראעלי רעגירונג פארשטיי איך די שאלה איז נישט נוגע.
ווייל ראבערט סאפאלסקי אליינס איז זיך סותר ער האט געשריבן דעם בוך ביהעיוו פון 800 זייטן אז מיר זאלן טרייען על כל פנים צו זיין גוטע מענטשן אפי' עס גייט נישט גיין עפעס וועט דאס פועלן אין הימל אז די סייעתא דשמיא זאל זיך אנצינדן מיר זאלן ווערן ערליכע אידן זיך אפלאזן פון ציונות אהרוניזם טראמפיזם און מענדאליזם און אלע אנדערע איזמס וואס מיר ליידן זיך ליידער צוזאם אין גלות. אוי איך רעדט שוין ווי די שפאטיווקער לאז מיך צוריקגיין ארבייטן, פאר נחי יאווא קאללט מיך ארויפצוגיין אויף זיין טמאנעם פעגי האטליין...לויט ראבערט סאפאלסקי איז דאך נישטא קיין בחירה, איז וואס ביסטו אזוי בייז אויף די ציונים? זיי האבן עס נישט געוועלט, פונקט ווי רבי יואל האט נישט געוועהלט צו זיין אנטי ציוניזם. און דו אליין וואלסט אויך מעגלעך געווען א ציוני אויב וואלסטו געבוירן געווארן ביי אנדערע עלטערן אין אן אנדערע פלאץ...
וויאזוי טוסטו קאנסאלידעיטן רבי יואליש מיט ראבערט? איך בין באמת נייגעריג.
יואלי לאנדא האט געגעבן זיין פלעין פאר יענקל אלתר סא איך גלויב זאכן גייען זיך רוקן צום גוטן זייט...זיי גייען ווייטער געהעריג צו די בחירות
ס''ה ווילן זיי ארויס גיין פון ממשלת נתניהו ווייל ער גיבט זיי נישט וואס ער האט זיי צוגעזאגט
ממש דאס איז וואס ער זאגט אין די 800 זייטן?ווייל ראבערט סאפאלסקי אליינס איז זיך סותר ער האט געשריבן דעם בוך ביהעיוו פון 800 זייטן אז מיר זאלן טרייען על כל פנים צו זיין גוטע מענטשן אפי' עס גייט נישט גיין עפעס וועט דאס פועלן אין הימל אז די סייעתא דשמיא זאל זיך אנצינדן מיר זאלן ווערן ערליכע אידן זיך אפלאזן פון ציונות אהרוניזם טראמפיזם און מענדאליזם און אלע אנדערע איזמס וואס מיר ליידן זיך ליידער צוזאם אין גלות
צו זיין מער פונקטלעך 799 זייטן.ממש דאס איז וואס ער זאגט אין די 800 זייטן?
דו ווייסט אז ראבערט איז אן אטעאיסט?
און ווי איז ער זיך סותר?
און וויאזוי ענטפערט דאס מיין קשיא?
איך ענטפער נישט דיין קשיא בכלל. איך ענטפער בלויז זאלסט ניט האבן דאס לעצטע ווארט פון פארשפרייטן דא דיין טמאנע ציונות.