אנטי-ציוני שרייבער פיטער ביינארט

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
365
רעאקציע ראטע
1,293
פונקטן
213
1752677487048.png


ר' פיטער 'אלכסנדר' ביינארט הי''ו, איז א פרומער מאדערן ארטאדאקסישער אמעריקאנער אידישער ענגליש שפראך גאר גרויסער שרייבער, וואס וואוינט אין ניו יארק; פיטער איז געזען דא ביי זיין ספרים שאפע, ווי ער לערנט דעם דף הקהילה זיינער יעדן טאג, און שמועסט דאס אויס אויף זיינע נאכאנאנדיגע טעלעוויזיע אויפטריטן פאר די וועלט אויף סי.ען.ען. און אנדערע קאנאלען. זיין לעצטער בוך איז 'זייענדיג אידיש נאכ'ן חורבן פון עזה'. ר' פיטער גייט אין שוהל דאווענען מיט א מנין אידישע מענער פאר'ן ג-ט ברוך הוא.

ר' פיטער ביינארט איז פון די באקאנטסטע הוגי דעות און שריפטשטעלער אויף עגליש אין אמעריקע היינט צוטאגס. ער איז געבוירן אין באסטאן מאסעטשוטשעס, צו אקעדעמישע עלטערן גאר איינפלוסרייכע רייכע ביידע אידישע משפחות, די מאמע איז א פילם פראפעסרקע אין הארווערד, זי איז פון ספרדישן אפשטאם. און די טאטע איז א ארכיטעקטור פראפסער אין עם.איי.טי. זיינע עלטערן זענען ביידע אימיגראנטן פון דרום אפריקע, דעריבער זאגט פיטער אז איזראעל איז פונקט ווי סאוט אפריקע מיט זייער אפארטהייד אויף די אראבער, ווי אין סאוט אפריקע די ווייסע אויף די שווארצע ביז עס איז ענדליך בטל געווארן אום מאי 1990 דורך דעם ''לייף לאנג'' פאליטישן ארעסטאנט דר. נעלסאן מאנדעלא וואס איז געווארן איר ערשטער שווארצער פרעזידענט. דר. מאנדעלא איז טאקע געווען גאר א גרויסער אנטי ציוניסטישער פרא פאליסטינער אקטיוויסט אויך.

1752680103568.png


ר' פיטער אינטוויאירט ''לייוו'' זיין חבר הרב שאול מגיד, דער הארווערד אנטי ציוניסטשער אידישער פראפעסאר און 'פייער איילענד' רב שלט''א; איך בין געווען דארטן אינעם אוידיענס בשעת מעשה, עס איז געווען ווען ר' שאול האט ארויסגעגעבן זיין לעצטער אנטי ציוניסטישער בוך, מיט'ן נאמען ''די נעסעסעטי (וויכטיגקייט) אפ (פון) עקזייל (גלות)', עס איז געווען צווישן קראונהייטס און וויליאמסבורג אין א גרויסן אידישן שוהל ושוהלע קעגן איבער דעם צענטראלן ברוקלין פובליק לייברערי, אויף אנפאנג איסטערן פארקוועי, דארטן לעבן דעם דריי וואס מ'גייט אויף בארא פארק צו, נאר צו לינקס. עס איז געווען תיכף נאך אקטאבער 7, די שמחת תורה שחיטות, פון די אראבער אויף די ציונים ה''י נישט מער געדאכט.

ר' פיטער ביינארט האט רעגולארע ''אפיניען'' קאלומס אין אלע גרויסע פרעסטישפולע איינפלוסרייכע צייטונגען פון איבער די גארער וועלט; אנגעהויבן פון די ניו יארק טיימס ביז די בריטישע גארדיען צייטונג, ווי ער דערציילט פאר די וועלט און היסטאריע אז אין סאטמאר איז ציונות די ערגסטע עבירה!... ווי למשל זעהט דעם ארטיקל ווי ר' פיטער לערנט מיט די גוים דעם הייליגן שיטה הקדושה נגד ציונות של הויא' משה מרבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע!

Debunking the myth that anti-Zionism is antisemitic | Peter Beinart

די ציונים האקן אויף אים זייער שטארק, אז ער איז א ''סעלף העיטינג זשו''.

ר' פיטער איז נישט נאר א בעל תשובה כלפי ציונות, נאר אויך כלפי אמעריקאנע רעכטע פאליטיק, ווי ער איז אמאל געווען מער גענויגט צו די רעפובליקאנער קאנסערוואטיווער פאליטיק, זייענדיג א אינגערמאן, האט ער פראפעגאנדירט פאר דאבעליו בוש דער זוהן אריין צו גיין אין אינוואדירן איראק מיט א שקר גס אז זיי האבן שעדליכע וואפן. א שטייגער ווי היינט די טראמפיסטישע שקרים קעגן איראן אז זיי האבן כמעט אן אטאם באמבע צו פארניכטן אלע אכט ביליאנען מענטשן פון די גאנצע וועלט פאר זייער אייאטאלע מכוח זעלבס-מארד LOL.

View: https://www.youtube.com/watch?v=DF-1HoPss-U

''וואטשט''; דער אידישער היסטאריע פראפעסער, וואס האט געשריבן א בוך איבער סאטמאר, מיט'ן נאמען 'אמעריקן שטעטל', ר' דעיוויד מאיערס, אינטערוויאירט ר' פיטער אלכסנדר ביינארט.

ר' פיטער זאגט, אז דאס וואס ער שרייבט איצט, און רעדט איצט ארום, אזויפיל קעגן ציונות, און קעגן רעכטע טראמפיסטישע שקרים, איז א 'תשובת המשקל' זיך זעלבסט ריין צו וואשן זיינע יארן לאנגע רשעות שטות וגסות רוח, וואס ער האט פארשפרייט ציונות און רעכטע רעפובליקאנע ניאוי-קאנסערוואטיווע העסליכע שקרים, קעגן יעדן איינעם וואס איז נישט ווייס, אדער טאמער יענער איז א שווארצער ברוינער געלער מענטש, אבער איז נישט קיין שטארקער פרא ציוני.

ער איז מסכים צו גיין על קידוש השם שרייט ר' פיטער, און נישט נאר ער זאגט דאס, נאר ער טוהט דאס אויך, ער פארט אויף ארץ ישרא' דארטן ביי צו זיין אויפ'ן מקום שריד בית מקדשינו, ביים געאסר'טער דורך דע בעל ויוא' משה זי''ע, כותל המערבי, אויף די שמחות, ביי זיינע קינדער ווי א בת מצוה, ער האט 2 קינדער פון זיין אידישן רביצן מרת דינא רובין-הארטשטיין, א גרויסער לויערקע, און ער איז טאקע געווארן ארעסטירט אין ארץ ישרא' דורך די ציונים, ווען ער האט באזוכט ארצינו הקדושה, מיט איר און די קינדערלעך. ווי ר' ישרא' פריי דער היימישער גורער זשורנאליסט, די וואך.

ער שרייבט אין אלע צייטונגען און זאגט כסדר אויף אלע מידיע נעצן, אז אמעריקע מוז אויפהערן צו געבן ביליאנען פון אונזערע שטייער געלטער פאר די ציונים! ווי אויך טענה'ט ער אז די אלע פרא שלום לינקע חברה, וואס זאגן אז עס מוז זיין 2 מדינות זענען ראסיסטען, מען מוז געבן גאנץ ארץ ישרא' פאר די פאליסטינער, ווייל עס איז זייערס, די אידן זאלן זיך צוריקגיין פון ווי זיי זענען געקומען פון מזרח אייראפע. ער טענה'ט אז ביז משיח קומט נישט, באלאנגן נישט אידן אין ארצינו המובטחת לנו על ידי השם יתברך לאבותינו אברהם יצחק יעקב. און דאס אז די יו.ען. האט עס געגעבן פאר די ציונים איז געווען מכוח זייער ''גילט''; זייער זעלבסט שולד אז זיי האבן געלאזט היטלער סטאלין און די פאגראמן פון די ציושטע גוים זיך צעלאזן זייער רשעות אויף די אידן.

ער איז היינט דער רעדאקטער אין דעם לינקען אידישען, בעיקר פאר אינגע קאלעדש סטודענטן, אנליין וועבסייט, ווי ער שרייבט אליינס רוב ארטיקלען אויך, ''דזשואיש קארענטס''; ''קארענטס'' איז דער ענגליש ווארט ווי אונזער 'קרעמל' געדרוקטער דזשורנאל 'כוואליעס'.

Jewish Currents

ר' פיטער איז יארן לאנג געווען דער הויפט רעדאקטער פון דעם 'ניו רעפובליק' מאגאזין. ס'איז דאן געווען זייער ציוניסטיש געשטימט, געשטיצט און בעל בתעוועט, דורך, 'מארטי פרץ', דע אייניקל פון דעם טאטע'ן פון אידישיזם, יצחק לייביש פרץ, - מארטי איז א גאר גרויסער אידישער עושר. דורכ'ן זיין אן איידעם ביי די באקאנטע 'זינגער נייען מאשינען'. וואס אונזערע באבעס פלעגן נוצן. היינט קויפט מען נייע קליידונג ווען עס כאפט א ריס, קיינער נייט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער די מאשינען ליגן נאך אין די ווינקלען פון אונזערע עלטערן'ס קעלערן פארשטויבט אונטער א פלאסטישער צודעק...

ר' פיטער איז אויך געווען רעדאקטער פונעם פרעסטיזשפולן 'טיים' מאגאזין אין פונעם 'אטלאנטיק' מאגאזין און פונעם 'די ניו יארק רעוויאו אויף בוקס' מאגאזין.

ר' פיטער האט שוין געשריבן 5 ביכער: 2 קעגן די אמעריקאנע רעפובליקאנער קאנסערוואטיוון, און 3 קעגן ציונות, איינס ספעציפיש געוואנדן צו די אמעריקאנע פרייע ליבעראלע אידן ווי סאנעטור טשאק שומער, וואס באטיטולט זיך מיט זיין פאליטישער לאזונג ווי ער קרוינט זיך 'שומר ישרא' אנטשטאט ג-ט ברוך הוא...! וואס זיי זענען זייער לינק געשטימט אויף אלעס און אלעמען אחוץ ווען עס קומט צו ציונות זענען זיי זייער רעכט פאנאטיש ציוניסטיש געשטימט, זיך ריינציוואשן זייער לינקע ליבעראליזם אויף אלעס אנדערש אין לעבן. און די פערדער בוך איז כלליתדיג אויפציווייזן ווי שוידערליך קעגן אנושית ציונות איז, און ס'פיפטער, זיין לעצטער בוך, איז איבער די אידן פון איבער די גארער וועלט, וויאזוי מיר שפירן זיך, אין די איצטיגע אנגייענדע נקמה פון די ציונים אויף עזה, צוליב זייער אקטאבער 7 שמחת תורה שחיטות אויף די ציונים, ה''י נישט מער געדאכט.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top