ר' יוסל וואלדמאן והספר אמעריקן שטעטל

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
370
רעאקציע ראטע
1,306
פונקטן
213
1752572859674.png


הרב ר' יוסל וואלדמאן איז זיך משתטח זיין על ציון של הרב הקדוש מטאהש רבי משולם פייש לאווי זצוק''ל.

אינזער דור שפל ומלא רשעות האט א גרויסער זעלטענער זכי' צו האבן אן ערליכער איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן רוב ימי חייוו, וואס לעבט נאך צווישן אונז, און די אהרונים, אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר, קענען אים נאך איבערבעטן!...

מיר האבן אים אפגעטאן היסטארישע טעראר; מ'האט פארברענט זיין קאר אסאך, מ'האט געווארפן שטיינער אויף זיין הויז ווייב און קינדער און אים אליינס געוואלט הינריכטן אסאך מאל. נישט די ציונים נאר די סאמע סאטמערע חסידים פון קרית יוא' די היינטיגע אהרונים, וואס האבן אים אויך אנגערופן א מסור...!

ער הייסט ר' יוסל וואלדמאן באקאנט פון זיינע פעולות במסירת נפש צו ראטעווען די בני יוא' דיי היינטיגע זאליס פון סאטמארע טעראר - אלץ דער בעל הצלת יוסף שליט''א, - אבער קודם לאמיר אנהייבן דעם היסטאריע פון פאר אים:

אין סאטמאר קרית יוא' זענען אנגעגאנגען רדיפת הדת אויף די פרומע בני יוא' ונטורי קרתא אידן, וואס האבן ניט גוואלט זיך צושטעלן צו דעם אהרוני'ס רבנות. און אמת'ן איז די טעראר געקומען פון דעם טאטע'ן דעם ברך משה, וואס האט געשטיפט זיין זוהן אהרן צו ווערן רב, אהרן אליינס האט דאך נישט אויסגעוועלט זיין וויזיניצער ווייב סאשע האגער פאר א רביצן אין סאטמאר, און אהרן פאר זיך האט פיין געלערנט, כאטש ער איז געווען א מושחת במידות אייביג א בעל גאווה ושחצן. אבער די טאטע די ברך משה האט זיך געשפירט שולדיג אז ער האט משדך געווען זיין זוהן צו וויזיניץ אגודת ישרא'. האט ער געשטופט אהרן ט''ב צו ווערן רב אין קרית יוא'.

1752576277562.png


משה גאבע אין חב''ד, ער האט צעטיילט סאטמאר אריינברענגדיג זלמן לייב צו ווערן רבי אין וויליאסמבורג דערמיט צוריקערנדיג ר' יוסל וואלדמאן און אלע בני יוא' קיין סאטמאר.

אין אנפאנג איז ר' יוסל וואלדמאן געווען נאנט צו אהרן טייטלבוים מכוח זיין זיין אן עלעקטארישן פאר פרנסה, אבער די וואלדמאן'ס זענען געווען די רביצנ'ס אלטע פייגע'ס שטוב מענטשן, זיי האבן געהאסט דעם נעפיו די ברך משה. צוליב כוח און מאכט געלט און כבוד שליטה, וואס איז געווארן אריבערגעפירט צום ברך משה ווען רביה''ק דער ויוא' משה זי''ע איז געשטארבן. וואס די וואלדמאן'ס די רבי'ס שטוב מענטשן האבן דאן פארלוירן זייער איינציגע כוח, כאטש ס'איז נאך געווען שטארק, אבער איצט האבן זיי דאך א קאנקורענט אין משה גאבע וואס איז ביים ברך משה.

עס איז דא א בוך פונעם אידישן היסטאריע פראפעסער, 'דעיוויד מאיערס', מיט זיין רביצן, נעמי סטאלצענבערג, וואס זי איז א געזעץ פראפעסער, ביידע אינעם קאליפארניע יו.סי.על.עי. אוניווערסיטעט, מיט'ן נאמען, 'אמעריקען שטעטל', וואס באשרייבט סאטמאר און זייער מלחמה קעגן ציונות, זייער היסטאריע, און זייערע מלחמות צווישן זיך; די אהרונים קעגן די זאליס און בני יוא'.

1752573367989.png

מאן און ווייב ר' דוד מאיערס און זיין רביצן נעמי סטאלצנבערג

ר' דוד מאיערס איז געווען דאהי אין מאנהעטן דער פארזיצער פונעם פרעסטישפולען אידישע היסטאריע און וויסנשאפט מוזיעום אין מאנהעטן, ביז די רעכטע גבירים, די געלטער האבן אים ארויסגעשטופט, ווייל זייענדיג אן אקעדעמיק איז ער צו לינק פאר זיי.

1752576561154.png


ר' יוסל וואלדמאן פירט אן צוזאמען בשותפות מיט זיינע קינדער, א נעץ פון קינדער קליידונג געשעפעטן, 'סימיס אפ לאנדאן', אויפ'ן נאמען פון זיין עלטסטער טאכטער וואס ווערט גערופן מרת 'סימי' פיליפסאן, זי איז די שוועגערין פון דעם רייכן טאהשן נדיב ונגיד, ר' בען פיליפאסאן, וואס ער איז איר מאן'ס, הרב החסיד ר' דניא' פליפסאהן שלט''א'ס עלטערער ברודער, און זי אימפארטירט לאנדאן סטיל מאדע קינדער קליידונג קיין ניו יארק צוזאמען מיט איר פאטער ר' יוסל און די איבעריגע קינדער. זיי האבן געשעפטן אין וויליאמסבורג אויף בעדעפארד, די אויבערשטער בילד, אבער אויך אין מאנסי מאנדרוי לעיקוואד בארא פארק פלעטבוש און נאך אידישע געגענטער. ר' יוסל וואונט היינט אין דעם שיינעם רייכן געגענט ארויס פון געגענט אין איינע פון די רייכע רואיגע שיינע הערליכע גלילות ארויס פון קרית יוא', וואס איז געווארן א געהעריגער שטאט, מער צוזאם גשטופט ווי וויליאמסבורג; טאקע ר' יוסל'ס הויז קעגן איבער דעם ווייסן שוהל איז געווארן א 'פראזשעקטס קאמפלעקס' קע''ה!...

ר' דוד מאיערס אין זיינע אידישע היסטארישע שטודיעס, האט דאסמאל געטאן שטודירן סאטמאר; וואס דרייווט אונז? וואס מאכט אונז לעבן? ער איז געפארן אויף שבתים קיין קרית יוא' און געטראפן אן אפענער טיר, סיי ביי די ארונים, און סיי ביי די זאליס, געטראגן לשון הרע פון רעכל צו מעכל, אזוי אז ביידע האבן זיך געמוזט פארענטפערן איינער קעגן דעם אנדערן. ער האט לאנגע שמועסן אויף טעיפ מיט משה גאבע, ווי אויך מיט הרה''ח רבי שלמה יענקל געלבמאן ז''ל בעל מחבר הספרים די ביאגראפיע פון רביה''ק הויא' משה זי''ע און די תולדות פון סאטמאר וואס איז אויך מסביר די שיטה הקדושה קעגן ציוניות אין די צעהן בענדער 'מושיען של ישרא'ל'. ר' שלמה יענקל איז אוועק אינמיטן וואס דעיוויד מאיערס האט אים אינטערוויאואירט. אבער ער האט טויזענטע שעות פארבראכט מיט אים, פרעגנדיג כל מיני אינטימעט היסטארישע שאלות וואס איעדער קען נאר האבן איבער סאטמאר דאס צו באשרייבן פאר די וועלט און היסטאריע אינעם ענגלישן ביך 'אמעריקען שטעטל'.

1752576025821.png


ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל א בדחן אין סאטמאר איז דער עיקר ''סארס'' פאר ר' דעיוויד מאיערס

1752576129971.png


געלבמאן'ס ספרים 'מושיען של ישראל' איז דער לשון קודש בוך פון אמעריקען שטעטל...

פראפעסער ר' דוד מאיערס, מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלנצבערג, וואס זי קען זיך זייער גוט אויס אין געזעץ, האט איר אינטערסירט דעם געזעץ דורכפירונג פון דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט דורך קואמא דער פאטער, שעלי סילווער ע''ה, וואס איז געשטארבן אין תפיסה פון קענסער, און פאטאקי די רעפובליקאנער גאווערנער, ווי יעדער איינער ארבייט פלייסיג פאר'ן 'בלאק-וואוט' צו טוישן די געזעצן פון אמעריקע, בעיקר אפטיילנדיג 'שטאהט פון רעליגיע', באמת איז שוין דא א בוך פון דעם זשורנאליסט, 'לואי גרומעיט', ער לעבט שוין נישט, וואס הייסט 'די קוריעס קעיס אפ קרית דזשאויעל' פאר די גוים איז דאס געווען אן אינטערסאנטע זאך, אבער פאר דעיוויד מיט זיין ווייב 2 אידן איז דאס געווען א חכמה נישט סתם א נייגעריגער פאל.

1752574055278.png


די בוך קוריעס (אינטערסאנטער) קעיס (פאל) אפ קרית יוא'

The Curious Case of Kiryas Joel | Chicago Review Press

דער בוך פון ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלצענבערג, איז אויך אריינגענומען די סאטמערע היסטאריע פון דערהיים, און דאס מלחמה צווישן בני יוא' מיט די אהרונים און שפעטער די זאליס. עס הייסט, 'אמעריקען שטעטל'; וויאזוי די ''בלאק וואוט פאוער'' לעבט זיך אפגעטיילט אבער זייער מעכטיג, און וויאזוי זיי האבן געמאכט דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט. דער טייל איז בעיקר פון דעם ווייב פון מאיערס מרת נעמי סטאלצנבערג.

די ציוניםלעך האסן זייער שטארק דעם בוך, צוליב דעם וואס עס פארלאזט זיך אזויפיל אויף ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל, אויף די היסטאריע פון סאטמאר אינדערהיים און נאך די מלחמה קעגן ציונות, אז זיי רופן דאס אן ''העגיאגראפיע'', דהיינו נישט ''ביאגראפיע'' נאר זייער איין זייטיג לטובת סאטמאר קעגן ציונות, אבער ר' דעיוויד מאיערס איז א לינקער אנטי ציוניסטישער פראפסער וואס איז קעגן די ציונים אויך, טאקע נישט מכוח די שלוש שבועות פון די גמרא אליינס, נאר מכוח סברה ו''קאמאן סענס'', אז ציונים האבן איינגענומען ארץ ישרא' און ווילן פארטרייבן די ארטיגע אראבער אדער זיי אויסהארגענען מיט א ''זשענאסייד''. די נארוינישע ציוניםלעך טענה'ן צוריק אז אמעריקע איז אויך אזוי. איז קודם כל, 2 עוולות מאכן נישט איין גערעכטיקייט, און נאכדעם, מיר אידן פארקויפן זיך דאך צו זיין בעסער און הייליגער פון אמעריקאנע טראמפיסטישע גויאישע פויערן.

1752575296760.png


דער בוך 'אמעריקען שטעטל'

די היימישע חרידישע ציונים זענען דאך בעיקר רעליגיעזע היפאקריטן, מכוח קליינקעפיגקייט, איגנאראנץ און אראגאנץ, עמי הארצות אין וועלטליכע היסטאריע, מיר גייען נישט אין מיליטער אבער זענען גאר רעכט געשטימט צוליב וואס די תורה זאגט אז ארץ ישרא' געהער פאר די אידן. מילא דארפן נישט מאראלן און עטיקס מאכן עני סענס ווען דו טענהסטיך מיט א חרדישער ציוני. שכל קומט נישט אריין דא. מיר זענען רעכט געשטימט צו וואויטן פאר טראמפ אפילו מיר זענען קינדער און אייניקלעך פון אימיגראנטן, טראמפ אליינס איז אויך א קינד פון אן אימיגראנט; ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך ליידער.

מיר חסידים האבן זיך פיינט, די ארונים קעגן זאליס און בני יוא', נישט ווייל מיר האלטן טאקע א זאלי אדער א בני יוא' פאר א גרעסער שייגעץ ווי אונז, אדרבה מיר ווייסן זיי זענען ערליכער ווי אונז, אבער מיר זענען זייער פארטייאיש, לעבנדיג אין גרופעס, זיך צו האסן איינער דעם אנדערן. דעריבער אפילו מיר גיין נישט אין מיליטער פון צה''ל, האסן מיר לינקע אידן, ווי דעיוויד מאיערס און די אראבער. דעריבער אפילו די אהרונים זענען אויך קעגן ציונות, האסן זיי דאך לינקע אידן ווי מאיערס און זיין רביצן מרת סטאלצנבערג, מיט רעכטע אידן, ווי די בני יוא' זאליס ונטורי קרתא, ובראשם ר' יוסל וואלדמאן אונזער ''היראוי''. ווייל זיי געהערן צו אנדערע גרופע ארויס פון מיין שמאלע סעקעטע.

ר' יוסל וואלדמאן אינעם בוך פון דעיוויד מאיערס ווערט אראפגעלייגט ווי סתם אן ''אטענשען סיעקער'', ווייל עס איז גע''סארסט'' דורך די אהרונים און זאלונים בעיקר, און נישט דורך די בני יוא'; זיי האבן נישט גערעדט צו מאיערס און נישט צו די פרעסע בשעתו אחוץ ר' יוסל אליינס.

1752575235524.png


די 2 מחברים מאן און ווייב מיט זייער בוך אינדערמיט.

דער אמת מוז געזאגט ווערן אז ר' יוסל וואלדמאן איז נישט קיין תלמיד חכם, זיין דרייוו איז בעיקר צו פייטן די טעראר פון ברך משה קעגן די בני יוא', זיינע ברודער און שוועסטער. אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר. דיסקלעימער; די שרייבער פון די שורות; איך אליינס, האב איבערגעבעטן ר' יוסל וואלדמאן פערזענליך מיט זיינע קינדער, און איך שרייב דעם ארטיקל בעיקר מיט איין ציהל אז נאך אהרונים אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר זאלן אים איבערבעטן ווילאנג ער לעבט נאך.

ר' יוסל וואלדמאן איז היינט שוין א געהעריגער זאלי, דאס הייסט ער גייט צו אלע כ''א כסליו מסיבות אין וויליאמסבורג און אלע חתונות און שיינע צוזאמקופטן פון די זאליס אין קרית יוא', אבער ער איז געווען מוחרם אלץ מסור אין סאטמאר, ווי נחום ראזנבערג היינט צוטאגס, ביז משה גאבע האט אריינגעברענגט ר' זלמן לייב טייטלבוים צו ווערן רבי אין וויליאמסבורג סאטמאר.

ר' יוסל וואלדמאן פלעגט וואונען קעגן איבער'ן ווייסן שוהל. מילא איז דארטן פארגעקומען פראטעסטן יעדן יום טוב אין פארענט פון זיין הויז. ער פלעגט אבער ''פעיסן'' יעדן איינעם מיט זיין קאמארע צו דאקומענטירן די טעראר אויף אים און זיין משפחה.

1752575341741.png

דער שילד איבער צניעות ביים אריינגאנג צו קרית יוא'

אלע טעראר קעגן ר' יוסל וואלדמאן איז אויף יו-טוב. ער לייגט שוין היינט סתם קליפס פון זאליס ווי ער געהער זיך אן כאחד כל האדם.

KJ History

די שרייבער פון די שורות האט געאימעילט דעיוויד מאיערס איבער זיין אוועק מאכן די מסירת נפש פון ר' יוסל וואלדמאן און נאך אפאר קליינע טעותים אין זיין בוך, ''מעינלי'', אז משה גאבע ווערט אויסגעמישט מיט משה מאנדרויער, ביידע הייסן דאך משה פריעדמאן, אבער איינער איז געבוירן פאר די מלחמה און איינער נאכדעם, ביידע האבן געבויעט און געפירט סאטמאר, דורכאויס דער בוך, און ביים סוף בוך ראטעווען זיי סאטמאר פון דעם אהרוני מיט זיינע אהרונים. כאטש 5 מאל פאר דעם אדער מער, אינעם גאנצן בוך זענען זיי גוט אפגעטיילט, אבער צום סוף די לעצטע מאל שרייבן זיי אז משה גאבע איז געבוירן פאר די מלחמה ווען ער איז געבוירן גראד נאך די מלחמה, דערמיט אים אויסמישנדיג מיט משה מאנדרויער. און נאך קליינע זייער ''סובטעל'' טעותים וואס נאר אן ''אינסיידער'' ווי מיר, קען דאס באמערקן, ער האט מיר געזאגט אז אין די צווייטע דרוק איז דאס שוין פאראכטן.

דער אמת מוז געזאגט ווערן אז איך בין נישט קיין אביעקטיווער מענטש צו רעצענזירן דעם בוך אמעריקען שטעטל ווייל איך האב מיטגעלעבט יעדן שורה פון די בוך. אבער טאקע דערפאר איז דאס מיר געווען אזוי אינטערסאנט צו לייענען, וויאזוי איך און מיין לעבן ווערט באשריבן פאר מיינע קינדער צו לייענען לאנג נאכדעם וואס איך בין טויט. איך בין טאקע נישט דערמאנט אינעם בוך ביים נאמען. אבער זייענדיג א חסיד פון ברך משה און דערנאך אן אהרוני און דערנאך א זאלי זעה איך מיך באשריבן אין יעדן זייט פונעם בוך, אלץ חסיד שוטהלע, ליידיגער שמייליגער שוואנץ שלעגער און לעקער, וואס איך בין געווען ליידער, אזוי סך יארן פון מיין לעבן ה''י.

American Shtetl


View: https://www.youtube.com/watch?v=we2ym5UpMcs

זעהט ר' יוסל וואלדמאן אויף 60 מינוטס און די טעראר פון סאטמאר אויף די בני יוא'
 
לעצט רעדאגירט:
המשך; וויבאלד מ'קען מער נישט לייגן קיין בילדער אין פריערדיגן פאוסט.

1752577838011.png


ר' יוסל וואלדמאן אין די אינגע יארן.

1752577881474.png


ר' יוסל וואלדמאן היינט צוטאגס.

דער בוך אמעריקען שטעטל איז אסאך באזירט אויף קריס מעקענא דער זשורנאליסט פון העראלד רעקארד אין מאנדרוי און זשורנאל אין מאנסי

1752578361387.png


ער שרייבט היינט אין אנדערע צייטונגען שוין נישט אין אונזער געגענט

https://muckrack.com/chris-mckenna-2/articles

ווי אויך איז די אמעריקען שטעטל בוך באזירט אסאך אויף 'מייקל סאסאמן', דער אידישער לעגאנדארער ציווילע רעכטן גרויסער לויער באזירט אין גושן ניו יארק וואס פארטרעט אויך אנדערע חסידים ווי ר' אהרן ראטנבערג דער וואס איז געווארן פארברענט אין סקווער צוליב'ן דאווענען אינדערויסן פון שטעטל אין א נוירסינג האום אוועק פון רבינס מנין. ווי אויך דעם שווארצן פארברעכער וואס האט געהארגעט ר' יוסל ניימאן חנוכה אין מאנסי ביי פארשעי רבינ'ס טיהש.

1752578572601.png



מצד די אהרונים זענען דעיוויד מאיערס' ''סארסעס'' גאר אסאך ווי ר' מאיר ווערטהיימער פון 'המספיק' פרידע וויזעל'ס פאטער, און דער ווארטזאגער דארטן סעגעדין וכו', אבער בעיקר איז דאס הרה''ח רבי יעקב ישרא' פריינד שליט''א, דער בילד דא פון אונטן, וואס ער איז זייער א געשמאקער ווארימער חסיד פון ר' אהרן מיט'ן ביירעך מוישע. ער פלעגט פאנדרעיזן פאר שערי חמלה בעפאר זיי זענען געווארן ''פוהלי פאנדעד'' דורך אונזערע שטייערן, ווייל זיי האבן אראפגעפליקט די מזוזות און זיך מתחייב געווען ארויסצורייסן דעם שם השם יתברך פון דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט, ווייל זיי האלטן אז דאס איז א שפיטאל נישט קיין בית חינוך.

דער פריינד איז שוין מער נישט טעטיג אין פאליטיק ארויס פון די שמאלע סעקעטע פון די קרית יואלע אהרונים, אבער ער האט אריינגעברענגט פאטאקי צו ווערן גאווערנער פון ניו יארק, א שטילער פארמער אין אפסטעיט, וואס איז געווען א אסעבלימאן פון פיקסוויל. גראדע צוזאמן מיט די 2 פאפא יוסלעך; גאלדבערגער און מענצער.

פריינד איז זייער א באגאבטער פארצייטישער פלאם-פייערדיגער היסטארישער חסידישער איד.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752579229532.png
    1752579229532.png
    88.4 KB · געזען: 319
לעצט רעדאגירט:
איך זעה ווי דער ארטיקעל ווערט געשריבען 6:30 אינדערפרי מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בערך זה לעומת זה אויכעט אינדעפרי שעות כדי צו קענען מעורר זיין דעם שחר מיט ענטפערן דעם הימעל שרייענדער פארדרייעניש וואס דער שנירל האט אין זיך.
וואודבערי זשאנקשען
קאנטרי האלאו.

דיינע פאקטן דארפן אביסעל צורעכט ווערן.
איז דער עיקר ''סארס''
וואס איז געווען באקאנט אז בעקער אין היסטאריע, און האט געדרייט היסטאריע ווי אזוי עס איז איהם געפאלן.

ער איז געווען דער אפיציעלער בדחן ביים ברך משה ביז טיף אין די נ' יארן. ער האט זיך פארזינדיגט לכאורה נו' - נז' ווי ער איז געווארן באקאנט מיטן נאמען דער געלער בדחן.

פארזינדיגט האט ער זיך קודם אנטקעגען די ממשלה בעפאר ער האט געדזשוינט די רעביצען ע"ה מאוומענט. איינמאל די הנהלה האט אויף די נאסע ליילעך געווארפן איז אוטאמאטיש רביצען אלטה פיגא געווארן א נרדפת און א צדיקות. (גיוו מי א ברעיק)
ווערט אראפגעלייגט ווי סתם אן ''אטענשען סיעקער''
איז ער דען געווען עפעס אנדערשט ווי א בלויזער אטענטשען סיקער דעמאלס. והא ריאה היינט ווען גארנישט קאכט זיך נישט ארום איהם און קיינער איז שוין אין איהם נישט נייגעריג. לויפט ער נאך אלץ ארום צו די אינגערע דור, וואס ווייסט נישט ווער ער איז און נעמט אפ זיין אטענטשען ווי א קליין קינד.


אבער ער איז געווען מוחרם אלץ מסור אין סאטמאר
קיינמאל נישט געווארן אויס מוחרם. אלץ מסור (מוסר ממון ישראל לעכו"ם) פאר פערזענליכע צוועקן און פאר אטענטשאן. ניצענדיג די נעבעכדיגע בני יואל קהילה פאר דעם צוועק. עס האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט בני יואל קיינמאל ביז טיף אין די מ' יארן איז ער געשטאנען אונטער דעם ב"מ און אויך געווען פון די שוויצער. אפי' די בני יואל קהילה איז נישט געווען מיטן ב"מ שוה בשוה שוין בימים ההם (טאקע נישט אזוי בפומבי, ווייל די סקול דיסטריקט פרשה האט געעפענט דעם פענדורעס באקס. די בני יואל האבן געהאסט דעם רבין דער ב"מ ז"ל פון די ערשטע רגע, אפי' דער ב"מ פלעגט א יעדעס פרייטאג צו נאכטס גיין זאגן גוט שבת פארן מומע מיט יראת הכבוד, והערצה בעפאר אפאר אינגען האבן מחליט געווען אריין צו דרייען דעם רביצען ע"ה אין די סאמעטוכע פון זייטיגע פאליטיק וואס האט נישט געהאט מיט גארנישט נאר מיט די שאלה פון מי אמלוך און פיל רשעות ווייניג מצות)
ער לייגט שוין היינט סתם קליפס פון זאליס ווי ער געהער זיך אן כאחד כל האדם.
וועלעכער אלטגעזעסענער סאטמערע אינגערמאן לייגט יוטוב קליפס אויסער יוסל וואלדמאן וואס גארט און לעכטצט פאר אטענטשאן. ער שוין כמעט 70 יאר אלט און לייגט יו טוב קליפס קאם אן, דאס איז א נארמאלער מענטש?
אבער זייענדיג א חסיד פון ברך משה און דערנאך אן אהרוני און דערנאך א זאלי זעה איך מיך באשריבן מיין פערזענליכע ''פריקשען'' אין יעדן זייט פונעם בוך.
איך זעה שויןי די בוסט דאך אליינס צופריקשענד ווי קענסטו נעמען אזא שטעלע ? ממילא ווען די זאגסט אוקיי איט וואס אביסעל טו מאטש און איך ריק זיך ארויס פון די גאנצע מעשה החרשתי. איך דערהערן אז אן עלטערע באזעסנער מענטש ביסטו געווארן איך די נידיריגע 50 יארן בסדר. אבער גאר הופך זיין קערה על פיהו דיס איז אלרעדי פריקשען וויט אין יורסעלף. מיט אביסעל טעראםי קען מען דאס היילן יש תקוה.
זעהט ר' יוסל וואלדמאן אויף 60 מינוטס און די טעראר פון סאטמאר אויף די בני יוא'
וואס איז דאס אויב נישט אטענשאן און וואס נישט. איז געווען ווייניג סוכסוכים אין כלל ישראל און אפי' גאר שווערע סוכסוכים ווי קיין איין צד האט נישט געניצט 60 מינוטס צו וואשען אונזער שמוציגע וועש צו דער גואישער גאס. וואס האט די 60 מינוט'ס אינטערוויו געדארפט ברענגען? וואס האט ער דערמיט געוואלט אויפטוהן ?

רופט ער נאר פאליציי ווייל מען האט איהם אויסגעשאסן די רעדער הער איך אז ער וויל מאכן א פאליס רעפארט עס איז נישט קיין דירעקטע אנקלאגע מען קען הערן אולי אז עס איז נישט אזוי געפערליך, אבער גיין צו 60 מינוט'ס כדי צו ברענגען אטענשאן צו זיינע נויגונגען איז וואס עקזעקטלי ?

מצד די אהרונים זענען דעיוויד מאיערס' ''סארסעס'' גאר אסאך ווי ר' מאיר ווערטהיימער פון 'המספיק' פרידע וויזעל'ס פאטער, דער ווארטזאגער דארטן סעגעדין וכו', אבער בעיקר איז דאס ר' יעקב ישרא' פריינד זייער א געשמאקער ווארימער חסיד פון ר' אהרן מיט'ן ביירעך מוישע. ער פלעגט פאנדרעיזן פאר שערי חמלה בעפאר זיי זענען געווארן פוהלי פאנדעד דורך אונזערע שטייערן, ער האט אויך אריינגעברענגט פאטאקי צו ווערן גאווערנער, א שטילער פארמער אין אפסטעיט, צוזאמן מיט די 2 פאפא יוסלעך גאלדבערגער און מענצער. פריינד איז זייער א באגאבטער עסקן און פלאמעדיגער היסטארישער חסידישער איד.
איך ווייס נישט וואס די פאראגראף דארף ארויס ברענגען וועל איך דעראויף גארנישט מגיב זיין.
 
עס איז דוקא אן אינטערסאנטער היסטאריע וואס האט זיך אפגעטוהן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. אין 50 יאר ארום איז עס די זעלבע סארט מחלוקה וואס איז געווען צווישען בעלזא און מונקאטש וכדו'.

דוקא יא אן אינטערסאנטער עפאכע אין די חסידישע פארגאנגענהייט. די עלמה של אבא וואלט פון די פרשה געמאכט צימעס.
 
1753014558872.png

הרב רבי יוסל וואלדמאן, דער בעל הצלת יוסף שליט''א, ביים מאכן א היסטארישן קידוש השם יתברך, צוריקגעבנדיג פאר א לאקאלן באנק, א טעות וואס זיי האבן גמאכט, נאכ'ן אים געבן צו א גרויסן סכום געלט.

אמת די גאר נארישע אהרונים רופן נאך אן ר' יוסל'ן שליט''א א מסור, אבער זיי זענען גאר א פאנאטישע קליינער קליקע פון מטורפים ושוואנצנים, רוב אהרונים זענען שוין היינט פאניע ברייטל מיט ר' יוסל'ן שליט''א, זעהט זיין יוטוב קאנאל ווי ער לייגט ארויף כסדר טאקע קליפס פון אהרונים וואס בעטן אים איבער און פארענטפערן זיך פארוואס זיי האבן אים גערודפט. ער האט מיר געבעטן אויך צו רעדן אויף זיין יו טוב טשאנעל אבער איך האב אים מסביר געווען אז איך בין היינט שוין מער נישט קיין אהרוני, מילא וועל איך ארויפשטעלן מיינע ווערטער דא אויף 'קרעמל' ווי איך בעט אים איבער.

די אהרוניםלעך זענען די גרעסטע מוסרים היינט צוטאגס און אין היסטאריע. קוק ווי זיי טוען נאך מסר'ן די מאדערן ארטאדאקסן היינט צו טאגס כ'רעדט שוין נישט פון די זאליס וואס ליידן זיך צוזאם פון זייערע מסירות. דארטן קענען זיי נאך טענה'ן אז זאלי איז די גנב ווי די בני יוא' טענהן אויף די אהרונים.

אבער אין ביי די מאדערן ארטאדאקסן האט די ''דזשאדזש'' קלאר אויפגעוויזן, וויאזוי די אהרונים האבן ארויסגעווארפן מארטי נידעלמעאן ר' נחום ראזנבערג און נאך היימישע סאטמערע חסידים ווי ר' ליפא פרדימאן'ס אייניקל, גראס דער לויער, מיט זיין רביצן, און נאך אידן, אלעס ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די אהרונים'ס 'שייגעץ ארויס' טעראר.

דאס איז דאך א טיפישער שוונצנות ליניע, דהיינו, ''איך מעג שלאגן רצחנען און מסרן אויך; אבער דו אויב דו טוהסט עפעס צוריק; זיך צו ''דעפענדען''; ביסטו א מסור...''

בנוגע ר' יוסל וואלדמאן פערזענליך, דאס אז ער לייגט יו-טוב קליפס מער פון יעדן, זעה איך אלץ א המשך צו זיינע אקטיוויסטישע יארן וואס ער איז געווען טעטיג צו דאקומענטירן די טעראר פון די אהרונים אין קרית יוא'. וויבאלד ער איז שוין א בן שבעים לייגט ער שוין איצט בלויז רואיגערע קליפס סתם פון זלמן לייב טייטלבוים'ס שמחות און נאך זאכן.

אדרבה, דאס וואס ער איז געווען נאנט צום ברך משה, דאס איז מסביר פארוואס ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען צוריק צו פייטן פאר זיינע ברודער אויף 60 מינוטס כאטש ער איז געווען נאנט מיט אהרן אליינס אין אנפאנג, ווי איך האב געשריבן. מכוח 'תשובת המשקל'.

גראדע ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן נוצן נישט די ווארט ''אטענשן סיעקער'', איך האב דאס גענוצט מחמת קורץ און שארף, זיי שרייבן שענערע ווערטער אבער מיט די זעלבע אהרונישע זילזול אויף ר' יוסל אין ענגליש. דער בוך, 'אמעריקן שטעטל', לייגט אראפ ר' יוסלען שליט''א, זייער נעגעטיוו.

תיכף ווען איך האב גענדיגט לייענען דאס בוך האב איך מוחה געווען צו ר' דוד מאיערס און זיין רביצן תליט''א, און זיי געפרעגט, הלמאי, פארוואס זיי טועהן דאס?

זיי האבן זיך פאר מיר אנטשולדיגט, ווי אויך פאר ר' יוסל שליט''א, און זיי האבן זיך געטראפן מיט ר' יוסל פערזענליך, אים פערזענליך איבערצובעטן, זינט דאן.

פאר מיר פערזענליך, האבן די מאיערס און סטאלטצנבערג פארפאלק, די מחברים יא געזאגט, דעם אמת'ן תירוץ זייער אפען, מלא חרטה, אז זייערע ''סארסעס'' זענען נאר געווען די אהרונים און די זאלונים, נישט די בני יוא', זיי האבן מחרים געווען דעם בוך, מסתם ווייל זיי זענען צו פרום צו רעדן צו פראפעסארען.

ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן סטאלצנבערג תליט''א, האבן זיך פאר מיר פערזענליך מתחייב געווען, אז אין די קומענדיגע דרוקן האבן זיי דאס שוין פאראכטן, ארויסצונעמען די נעגאטיווע ווערטער אויף ר' יוסלען שליט''א.

ווי אויך דאס מאל האבן זיי שוין גאר אסאך נייע חומר, פון ר' יוסל שליט'א טאקע אליינס, וואס דער פריערדיגע ערשטע דרוק האט נישט געהאט, ווייל זיי האבן געמיינט אז ר' יוסל שליט''א, האט אלעס ארויסגעשטעלט אין פובליק. אבער איצט האט זיי ר' יוסל שליט''א, געגעבן גאר אסאך פרישע חומר, וואס ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעטיילט מיט די וועלט. אבער דאס איצט יא געגעבן אלץ אן ''עקסקלוסיוו'', פאר ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן סטאלצענבערג תליט''א, אריין צו שטעלן אין זייער נייער דרוק, ווען זיי האבן זיך געטראפן מיט אים, אים איבערצובעטן פערזענליך, פאר'ן אזוי פרעך פארשעמען אינעם ערשטן דרוק.

במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד; אפילו אזאלכע רעספעקטירטע אידישע פראפעסערן, ווי הרב דוד מאיערס שליט''א, ורעיתו אשת חבר, הרבנית נעמה סטאלטנצבערג תליט''א!...
 
לעצט רעדאגירט:
View attachment 6976

הרב ר' יוסל וואלדמאן איז זיך משתטח זיין על ציון של הרב הקדוש מטאהש רבי משולם פייש לאווי זצוק''ל.

אינזער דור שפל ומלא רשעות האט א גרויסער זעלטענער זכי' צו האבן אן ערליכער איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן רוב ימי חייוו, וואס לעבט נאך צווישן אונז, און די אהרונים, אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר, קענען אים נאך איבערבעטן!...

מיר האבן אים אפגעטאן היסטארישע טעראר; מ'האט פארברענט זיין קאר אסאך, מ'האט געווארפן שטיינער אויף זיין הויז ווייב און קינדער און אים אליינס געוואלט הינריכטן אסאך מאל. נישט די ציונים נאר די סאמע סאטמערע חסידים פון קרית יוא' די היינטיגע אהרונים, וואס האבן אים אויך אנגערופן א מסור...!

ער הייסט ר' יוסל וואלדמאן באקאנט פון זיינע פעולות במסירת נפש צו ראטעווען די בני יוא' דיי היינטיגע זאליס פון סאטמארע טעראר - אלץ דער בעל הצלת יוסף שליט''א, - אבער קודם לאמיר אנהייבן דעם היסטאריע פון פאר אים:

אין סאטמאר קרית יוא' זענען אנגעגאנגען רדיפת הדת אויף די פרומע בני יוא' ונטורי קרתא אידן, וואס האבן ניט גוואלט זיך צושטעלן צו דעם אהרוני'ס רבנות. און אמת'ן איז די טעראר געקומען פון דעם טאטע'ן דעם ברך משה, וואס האט געשטיפט זיין זוהן אהרן צו ווערן רב, אהרן אליינס האט דאך נישט אויסגעוועלט זיין וויזיניצער ווייב סאשע האגער פאר א רביצן אין סאטמאר, און אהרן פאר זיך האט פיין געלערנט, כאטש ער איז געווען א מושחת במידות אייביג א בעל גאווה ושחצן. אבער די טאטע די ברך משה האט זיך געשפירט שולדיג אז ער האט משדך געווען זיין זוהן צו וויזיניץ אגודת ישרא'. האט ער געשטופט אהרן ט''ב צו ווערן רב אין קרית יוא'.

View attachment 6984

משה גאבע אין חב''ד, ער האט צעטיילט סאטמאר אריינברענגדיג זלמן לייב צו ווערן רבי אין וויליאסמבורג דערמיט צוריקערנדיג ר' יוסל וואלדמאן און אלע בני יוא' קיין סאטמאר.

אין אנפאנג איז ר' יוסל וואלדמאן געווען נאנט צו אהרן טייטלבוים מכוח זיין זיין אן עלעקטארישן פאר פרנסה, אבער די וואלדמאן'ס זענען געווען די רביצנ'ס אלטע פייגע'ס שטוב מענטשן, זיי האבן געהאסט דעם נעפיו די ברך משה. צוליב כוח און מאכט געלט און כבוד שליטה, וואס איז געווארן אריבערגעפירט צום ברך משה ווען רביה''ק דער ויוא' משה זי''ע איז געשטארבן. וואס די וואלדמאן'ס די רבי'ס שטוב מענטשן האבן דאן פארלוירן זייער איינציגע כוח, כאטש ס'איז נאך געווען שטארק, אבער איצט האבן זיי דאך א קאנקורענט אין משה גאבע וואס איז ביים ברך משה.

עס איז דא א בוך פונעם אידישן היסטאריע פראפעסער, 'דעיוויד מאיערס', מיט זיין רביצן, נעמי סטאלצענבערג, וואס זי איז א געזעץ פראפעסער, ביידע אינעם קאליפארניע יו.סי.על.עי. אוניווערסיטעט, מיט'ן נאמען, 'אמעריקען שטעטל', וואס באשרייבט סאטמאר און זייער מלחמה קעגן ציונות, זייער היסטאריע, און זייערע מלחמות צווישן זיך; די אהרונים קעגן די זאליס און בני יוא'.

View attachment 6977
מאן און ווייב ר' דוד מאיערס און זיין רביצן נעמי סטאלצנבערג

ר' דוד מאיערס איז געווען דאהי אין מאנהעטן דער פארזיצער פונעם פרעסטישפולען אידישע היסטאריע און וויסנשאפט מוזיעום אין מאנהעטן, ביז די רעכטע גבירים, די געלטער האבן אים ארויסגעשטופט, ווייל זייענדיג אן אקעדעמיק איז ער צו לינק פאר זיי.

View attachment 6985

ר' יוסל וואלדמאן פירט אן צוזאמען בשותפות מיט זיינע קינדער, א נעץ פון קינדער קליידונג געשעפעטן, 'סימיס אפ לאנדאן', אויפ'ן נאמען פון זיין עלטסטער טאכטער וואס ווערט גערופן מרת 'סימי' פיליפסאן, זי איז די שוועגערין פון דעם רייכן טאהשן נדיב ונגיד, ר' בען פיליפאסאן, וואס ער איז איר מאן'ס, הרב החסיד ר' דניא' פליפסאהן שלט''א'ס עלטערער ברודער, און זי אימפארטירט לאנדאן סטיל מאדע קינדער קליידונג קיין ניו יארק צוזאמען מיט איר פאטער ר' יוסל און די איבעריגע קינדער. זיי האבן געשעפטן אין וויליאמסבורג אויף בעדעפארד, די אויבערשטער בילד, אבער אויך אין מאנסי מאנדרוי לעיקוואד בארא פארק פלעטבוש און נאך אידישע געגענטער. ר' יוסל וואונט היינט אין דעם שיינעם רייכן געגענט ארויס פון געגענט אין איינע פון די רייכע רואיגע שיינע הערליכע גלילות ארויס פון קרית יוא', וואס איז געווארן א געהעריגער שטאט, מער צוזאם גשטופט ווי וויליאמסבורג; טאקע ר' יוסל'ס הויז קעגן איבער דעם ווייסן שוהל איז געווארן א 'פראזשעקטס קאמפלעקס' קע''ה!...

ר' דוד מאיערס אין זיינע אידישע היסטארישע שטודיעס, האט דאסמאל געטאן שטודירן סאטמאר; וואס דרייווט אונז? וואס מאכט אונז לעבן? ער איז געפארן אויף שבתים קיין קרית יוא' און געטראפן אן אפענער טיר, סיי ביי די ארונים, און סיי ביי די זאליס, געטראגן לשון הרע פון רעכל צו מעכל, אזוי אז ביידע האבן זיך געמוזט פארענטפערן איינער קעגן דעם אנדערן. ער האט לאנגע שמועסן אויף טעיפ מיט משה גאבע, ווי אויך מיט הרה''ח רבי שלמה יענקל געלבמאן ז''ל בעל מחבר הספרים די ביאגראפיע פון רביה''ק הויא' משה זי''ע און די תולדות פון סאטמאר וואס איז אויך מסביר די שיטה הקדושה קעגן ציוניות אין די צעהן בענדער 'מושיען של ישרא'ל'. ר' שלמה יענקל איז אוועק אינמיטן וואס דעיוויד מאיערס האט אים אינטערוויאואירט. אבער ער האט טויזענטע שעות פארבראכט מיט אים, פרעגנדיג כל מיני אינטימעט היסטארישע שאלות וואס איעדער קען נאר האבן איבער סאטמאר דאס צו באשרייבן פאר די וועלט און היסטאריע אינעם ענגלישן ביך 'אמעריקען שטעטל'.

View attachment 6982

ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל א בדחן אין סאטמאר איז דער עיקר ''סארס'' פאר ר' דעיוויד מאיערס

View attachment 6983

געלבמאן'ס ספרים 'מושיען של ישראל' איז דער לשון קודש בוך פון אמעריקען שטעטל...

פראפעסער ר' דוד מאיערס, מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלנצבערג, וואס זי קען זיך זייער גוט אויס אין געזעץ, האט איר אינטערסירט דעם געזעץ דורכפירונג פון דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט דורך קואמא דער פאטער, שעלי סילווער ע''ה, וואס איז געשטארבן אין תפיסה פון קענסער, און פאטאקי די רעפובליקאנער גאווערנער, ווי יעדער איינער ארבייט פלייסיג פאר'ן 'בלאק-וואוט' צו טוישן די געזעצן פון אמעריקע, בעיקר אפטיילנדיג 'שטאהט פון רעליגיע', באמת איז שוין דא א בוך פון דעם זשורנאליסט, 'לואי גרומעיט', ער לעבט שוין נישט, וואס הייסט 'די קוריעס קעיס אפ קרית דזשאויעל' פאר די גוים איז דאס געווען אן אינטערסאנטע זאך, אבער פאר דעיוויד מיט זיין ווייב 2 אידן איז דאס געווען א חכמה נישט סתם א נייגעריגער פאל.

View attachment 6978

די בוך קוריעס (אינטערסאנטער) קעיס (פאל) אפ קרית יוא'

The Curious Case of Kiryas Joel | Chicago Review Press

דער בוך פון ר' דוד מאיערס מיט זיין רביצן מרת נעמי סטאלצענבערג, איז אויך אריינגענומען די סאטמערע היסטאריע פון דערהיים, און דאס מלחמה צווישן בני יוא' מיט די אהרונים און שפעטער די זאליס. עס הייסט, 'אמעריקען שטעטל'; וויאזוי די ''בלאק וואוט פאוער'' לעבט זיך אפגעטיילט אבער זייער מעכטיג, און וויאזוי זיי האבן געמאכט דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט. דער טייל איז בעיקר פון דעם ווייב פון מאיערס מרת נעמי סטאלצנבערג.

די ציוניםלעך האסן זייער שטארק דעם בוך, צוליב דעם וואס עס פארלאזט זיך אזויפיל אויף ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל, אויף די היסטאריע פון סאטמאר אינדערהיים און נאך די מלחמה קעגן ציונות, אז זיי רופן דאס אן ''העגיאגראפיע'', דהיינו נישט ''ביאגראפיע'' נאר זייער איין זייטיג לטובת סאטמאר קעגן ציונות, אבער ר' דעיוויד מאיערס איז א לינקער אנטי ציוניסטישער פראפסער וואס איז קעגן די ציונים אויך, טאקע נישט מכוח די שלוש שבועות פון די גמרא אליינס, נאר מכוח סברה ו''קאמאן סענס'', אז ציונים האבן איינגענומען ארץ ישרא' און ווילן פארטרייבן די ארטיגע אראבער אדער זיי אויסהארגענען מיט א ''זשענאסייד''. די נארוינישע ציוניםלעך טענה'ן צוריק אז אמעריקע איז אויך אזוי. איז קודם כל, 2 עוולות מאכן נישט איין גערעכטיקייט, און נאכדעם, מיר אידן פארקויפן זיך דאך צו זיין בעסער און הייליגער פון אמעריקאנע טראמפיסטישע גויאישע פויערן.

View attachment 6980

דער בוך 'אמעריקען שטעטל'

די היימישע חרידישע ציונים זענען דאך בעיקר רעליגיעזע היפאקריטן, מכוח קליינקעפיגקייט, איגנאראנץ און אראגאנץ, עמי הארצות אין וועלטליכע היסטאריע, מיר גייען נישט אין מיליטער אבער זענען גאר רעכט געשטימט צוליב וואס די תורה זאגט אז ארץ ישרא' געהער פאר די אידן. מילא דארפן נישט מאראלן און עטיקס מאכן עני סענס ווען דו טענהסטיך מיט א חרדישער ציוני. שכל קומט נישט אריין דא. מיר זענען רעכט געשטימט צו וואויטן פאר טראמפ אפילו מיר זענען קינדער און אייניקלעך פון אימיגראנטן, טראמפ אליינס איז אויך א קינד פון אן אימיגראנט; ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך ליידער.

מיר חסידים האבן זיך פיינט, די ארונים קעגן זאליס און בני יוא', נישט ווייל מיר האלטן טאקע א זאלי אדער א בני יוא' פאר א גרעסער שייגעץ ווי אונז, אדרבה מיר ווייסן זיי זענען ערליכער ווי אונז, אבער מיר זענען זייער פארטייאיש, לעבנדיג אין גרופעס, זיך צו האסן איינער דעם אנדערן. דעריבער אפילו מיר גיין נישט אין מיליטער פון צה''ל, האסן מיר לינקע אידן, ווי דעיוויד מאיערס און די אראבער. דעריבער אפילו די אהרונים זענען אויך קעגן ציונות, האסן זיי דאך לינקע אידן ווי מאיערס און זיין רביצן מרת סטאלצנבערג, מיט רעכטע אידן, ווי די בני יוא' זאליס ונטורי קרתא, ובראשם ר' יוסל וואלדמאן אונזער ''היראוי''. ווייל זיי געהערן צו אנדערע גרופע ארויס פון מיין שמאלע סעקעטע.

ר' יוסל וואלדמאן אינעם בוך פון דעיוויד מאיערס ווערט אראפגעלייגט ווי סתם אן ''אטענשען סיעקער'', ווייל עס איז גע''סארסט'' דורך די אהרונים און זאלונים בעיקר, און נישט דורך די בני יוא'; זיי האבן נישט גערעדט צו מאיערס און נישט צו די פרעסע בשעתו אחוץ ר' יוסל אליינס.

View attachment 6979

די 2 מחברים מאן און ווייב מיט זייער בוך אינדערמיט.

דער אמת מוז געזאגט ווערן אז ר' יוסל וואלדמאן איז נישט קיין תלמיד חכם, זיין דרייוו איז בעיקר צו פייטן די טעראר פון ברך משה קעגן די בני יוא', זיינע ברודער און שוועסטער. אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען דערפאר. דיסקלעימער; די שרייבער פון די שורות; איך אליינס, האב איבערגעבעטן ר' יוסל וואלדמאן פערזענליך מיט זיינע קינדער, און איך שרייב דעם ארטיקל בעיקר מיט איין ציהל אז נאך אהרונים אדער געוועזענע אהרונים ווי מיר זאלן אים איבערבעטן ווילאנג ער לעבט נאך.

ר' יוסל וואלדמאן איז היינט שוין א געהעריגער זאלי, דאס הייסט ער גייט צו אלע כ''א כסליו מסיבות אין וויליאמסבורג און אלע חתונות און שיינע צוזאמקופטן פון די זאליס אין קרית יוא', אבער ער איז געווען מוחרם אלץ מסור אין סאטמאר, ווי נחום ראזנבערג היינט צוטאגס, ביז משה גאבע האט אריינגעברענגט ר' זלמן לייב טייטלבוים צו ווערן רבי אין וויליאמסבורג סאטמאר.

ר' יוסל וואלדמאן פלעגט וואונען קעגן איבער'ן ווייסן שוהל. מילא איז דארטן פארגעקומען פראטעסטן יעדן יום טוב אין פארענט פון זיין הויז. ער פלעגט אבער ''פעיסן'' יעדן איינעם מיט זיין קאמארע צו דאקומענטירן די טעראר אויף אים און זיין משפחה.

View attachment 6981
דער שילד איבער צניעות ביים אריינגאנג צו קרית יוא'

אלע טעראר קעגן ר' יוסל וואלדמאן איז אויף יו-טוב. ער לייגט שוין היינט סתם קליפס פון זאליס ווי ער געהער זיך אן כאחד כל האדם.

KJ History

די שרייבער פון די שורות האט געאימעילט דעיוויד מאיערס איבער זיין אוועק מאכן די מסירת נפש פון ר' יוסל וואלדמאן און נאך אפאר קליינע טעותים אין זיין בוך, ''מעינלי'', אז משה גאבע ווערט אויסגעמישט מיט משה מאנדרויער, ביידע הייסן דאך משה פריעדמאן, אבער איינער איז געבוירן פאר די מלחמה און איינער נאכדעם, ביידע האבן געבויעט און געפירט סאטמאר, דורכאויס דער בוך, און ביים סוף בוך ראטעווען זיי סאטמאר פון דעם אהרוני מיט זיינע אהרונים. כאטש 5 מאל פאר דעם אדער מער, אינעם גאנצן בוך זענען זיי גוט אפגעטיילט, אבער צום סוף די לעצטע מאל שרייבן זיי אז משה גאבע איז געבוירן פאר די מלחמה ווען ער איז געבוירן גראד נאך די מלחמה, דערמיט אים אויסמישנדיג מיט משה מאנדרויער. און נאך קליינע זייער ''סובטעל'' טעותים וואס נאר אן ''אינסיידער'' ווי מיר, קען דאס באמערקן, ער האט מיר געזאגט אז אין די צווייטע דרוק איז דאס שוין פאראכטן.

דער אמת מוז געזאגט ווערן אז איך בין נישט קיין אביעקטיווער מענטש צו רעצענזירן דעם בוך אמעריקען שטעטל ווייל איך האב מיטגעלעבט יעדן שורה פון די בוך. אבער טאקע דערפאר איז דאס מיר געווען אזוי אינטערסאנט צו לייענען, וויאזוי איך און מיין לעבן ווערט באשריבן פאר מיינע קינדער צו לייענען לאנג נאכדעם וואס איך בין טויט. איך בין טאקע נישט דערמאנט אינעם בוך ביים נאמען. אבער זייענדיג א חסיד פון ברך משה און דערנאך אן אהרוני און דערנאך א זאלי זעה איך מיך באשריבן אין יעדן זייט פונעם בוך אלץ חסיד שוטהלעך וואס איך בין געווען ליידער.

American Shtetl


View: https://www.youtube.com/watch?v=we2ym5UpMcs

זעהט ר' יוסל וואלדמאן אויף 60 מינוטס און די טעראר פון סאטמאר אויף די בני יוא'
ווען איך קען געב איך דיר א דאבעל לייק.
 
Back
Top