לך-לך (יב, יא): ויהי כאשר הקריב לבוא מצרימה ויאמר אל שרי אשתו הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את
רש״י אויף דעם פסוק: הנה נא ידעתי – מדרש-אגדה עד עכשיו לא הכיר בה מתוך צניעות שבשניהם, ועכשיו הכיר בה ע״י מעשה.
צו זאגן אז אברהם האט נישט געוואוסט ווי שׂרה זעט אויס די גאנצע צייט ווען ער איז געווען חתונה געהאט מיט איר, איז שווער צו פארשטיין. די גמרא זאגט אז א מענטש זאל נישט חתונה האבן ביז ער זעט זיין כלה, און די אבות האבן געהיטן די גאנצע תורה. בכלל ס'איז שווער צו פארשטיין אז אברהם האט נישט געקוקט אויף שׂרה. צוליב וואס? צניעות, וואס האט דאס צו טון מיט צניעות? צניעות איז נאר פאר אנדערע, אבער אין א אייגענע מערידזש איז אדרבה דער מאן זאל דוקא יא זען אין הנאה האבן פון די שיינקייט פון זיין ווייב. און אויב איז טאקע ריכטיג נישט צו קוקען אויף א ווייב פארוואס האט אברהם יא געקוקט אויף שרה יעצט. צו מסביר דעם ענין, דארף מען פארשטיין אז אברהם האט זיכער געקוקט אויף שרה און געוואוסט ווי שיין שׂרה איז, און ס'איז נישט געווען קיין חידוש פאר אים. נאר פשט. ווען ווערט א מענטש געדרוקט צו טראכטן זעהן און אנערקענען די שיינקייט פון זיין ווייב? דאס פאסירט דווקא ווען זי גייט ארויס אין די גאס, דאן הייבט די מאן אן צו טראכטן אין זעהן און אנערקענען אין זיין פרוי׳ס שיינקייט, ווייל ער הייבט אן מורא צו האבן אז אנדערע וועלן איר זען און גלוסטען צו איר. און נאר אין אזא פאל הייבט ער אן צו פארשטיין און דערקענען איר שיינקייט. און פיליזופישע טערמינען איז שיינקייט רעלאטיוו, און עס ווערט נאר געשאצט לויט אנדערע, וויבאלד שיינקייט זעלבסט איז נישט אייגענארטיג, און ווען אנדערע עקזיסטירן נישט איז שיינקייט אויך נישט פארהאן אדער נישט רעלעוואנט. דעריבער, ווען שׂרה איז ארויס געגאנגען, וואס איז געווען קעגן איר מנהג פון צניעות פון ארויסגיין, האט אברהם גלייך געמאכט א חשבון און באקומען די ידיעה פון שׂרה'ס שיינקייט קעגן אנדערע לויט דעם וואס ער איז געטשאלענדזש געווארן איר צו מעסטן אקעגן אנדערע
און דאס קען מיינען די פסוק הנה נא ידעתי לויט די מדרש אגדה וואס רש״י ציטירט
נאך א זאך: זינט אברהם האט מורא געהאט וועגן איר שיינקייט, האט דאס געהאלפן צו אז זי זאל אריינפאלן אין די הענט פון אבימלך. ווייל די פחד פון א מענטש שטופט צו אט די מציאות פונעם פחד זעלבסט.

לעצט רעדאגירט: