הנהגה טעראר אין קרית יואל - נייעס און באריכטן

איז עס לעגאל פאר א גאווערמענט פאנדעד ענטיטי צו מעסטן די האר פון א פרוי’ס קאפ? בענען געוויסע סארט סעלפאון׳ס? ענפארסן א געוויסע הכשר? איינטיילן וועלכע סארט און קאליר קליידונג צו ניצן?
עס איז נישט קיין פארגלייך די אלע זאכן זענען סתם טעראר פון די קהילה נישט דירעקט די ווילעדש וואס זיי טוען אנצונעמען און די מוסדות אדער סתם פאשקעווילן וואס איז לכאורה לעגאל,
דיסקרימינירן ווער עס מעג פארן מיט גאווערמענט פאנדעד פאבליק טראנספארטאציע איז לכאורה אומלעגאל
 
עס איז נישט קיין פארגלייך די אלע זאכן זענען סתם טעראר פון די קהילה נישט דירעקט די ווילעדש וואס זיי טוען אנצונעמען און די מוסדות אדער סתם פאשקעווילן וואס איז לכאורה לעגאל,
דיסקרימינירן ווער עס מעג פארן מיט גאווערמענט פאנדעד פאבליק טראנספארטאציע איז לכאורה אומלעגאל
נישט געבן א פערמיט פאר א בית מדרש סתם ווייל זיי גלייבן נישט אין מהר”א אדער בירך איז פונקט אזוי אומלעגאל.
 
עס איז נישט קיין פארגלייך די אלע זאכן זענען סתם טעראר פון די קהילה נישט דירעקט די ווילעדש וואס זיי טוען אנצונעמען און די מוסדות אדער סתם פאשקעווילן וואס איז לכאורה לעגאל,
דיסקרימינירן ווער עס מעג פארן מיט גאווערמענט פאנדעד פאבליק טראנספארטאציע איז לכאורה אומלעגאל
פארדעם האבן זיי געמאכט אז די חמות העיר לייגט די צעטיל נישט די ווילידש
 
איה"נ, די ווילידזש קען טאקע גארנישט טון צוריק צו האלטן מענער פאסאזשירן, נאר חומות העיר קען סטראשען אז זיי וועלן ווייסעך וואס טון פאר דעם וואס נוצט עס
 
די מאכט הינגער ביי די קרית יואלע רעזשים, ווערט נאר כסדר גרעסער, דאס מאל איז עס די באסעס,

און אלע אידישע שטעט קען זיין באסעס פאר מענער און פרויען, סאמהאו אין די הייליג שטעטל פאסירט שרעקלעכע מעשים, ווען פרויען און מענער פארן אויף איין באס,

ווער סזעט א מאן פארן אויף די באס, זאל למעען הצלת העיר אריינקאלן די אויב ער דערמאנטע נאמבער
זיי האבן נישט מורא פון א Lawsuit?
 
זיי האבן נישט מורא פון א Lawsuit?
ניין! אויב געסטו אריין א לאסאט האסטו נישט ווי צו שיקן די קינדער.
אגב יעצט שמיסט מען אז איינער גייט אריין געבן א לאסאט קעגן איינער פון די חברה, יענער האט נישט מורא ווייל מען האט אים שוין סייווי ארויס געווארפן די קינדער. העמר זעהן.
 
ווי באקאנט איז די סאטמארע פאליטיק כמעט ווי טויט די לעצטע צען יאר, די צוויי קהלות האבן זיך צוטיילט מיט אלעם און יעדער האט זיך אויפגעבויט זיין אייגענע באזע אין אלע שטעט.

איז אבער דא איין אינזל וואס הייסט קרית יואל, וואס דארט גייט יא אן די גאנצע מחלוקה ווי אין די מיטל אלטער ס' יארן, ווייל דארט הערשט מיט א שטארקייט האדמו"ר מהר"א, וואס ווי באוואוסט האלט ער די רעקארד אלס די וועלטס גרעסטע רבי בעל מחלוקת, זייענדיג דער רב וואס האט שוין בארעדט די מערסטע רבנים, זיך שוין צוקריגט מיט די מערסטע משפחה מיטגלידער, און וועט אפילו פארארבעטן מעשים אויך אריינצושלעפן אנדערע רבנים זיך צו קריגן מיט די אייגענע קינדער (דוגמא, ר' ישראל'טשע מ'וויזשניץ)

אבער וויבאלד אין די 2020 יארן אז שוין נישט אזוי אין סטייל קהילות זאל זיך קריגן, נאר מ'פארגינט אז אלע קינדער זאל ווערן רבי, און ס'וועט נישט אויסנעמען שיין אין די גאס אז אין קרית יואל קריגט מען זיך נאך יא, זענען די יועצים אויפגעקומען מיט א פלאן אז מגייט עס רופן הנהגה, און אונטערן שלייער פון הנהגה און רוחניות, וועט מען גוט צושטויסן און צוקלאפן דעם ברודער מיט די חסידים, און איך וועל ווייטער וואקען מיטן גראדן רוקן, כ'האב דאך גאר געראטעוועט דעם רבי'ן זכרונו לברכה'ס שטאט פון אונטערגאנג.

און מיט דעם שלייער, טעראריזירט מען דעם ברודער מיט זיין קהילה, נישט ח"ו ווייל דער רבי איז א 77 יעריגער בעבי, און נאכן זיך אנפרעסן מיט כבוד א גאנצע לעבן קען ער נאך אלס נישט פארגינען אז זיין ברודער גייט מסדר קידושין זיין ביי זיינס א חסיד חתונה אין זיין אייגענע זאל, נעה, קיינמאל.... הנהגה! ער ראטעוועט די שטאט.

און מיט דעם שלייער דיקטעט מען דעם גאנצן שטאט, און שטערט די אנדערע קהלות פון בויען בתי מדרשים, בניני המוסדות, פארשפרייטן זייער קהילה סערוויס'עס, ווייל ווי באקאנט אין אלע אידישע שטעט ווי ס'איז דא מערערע קהילות, איז דא גרויסע פראצענטן אסימילירטע קינדער, א דאנק דעם וואס ס'איז נישט דא נאר איין דיקטאטור.

דאסמאל איז געפאלן א קרבן, א פאפא'נער אינגערמאן פין מאנסי, וואס האט אפגעקויפט די געוועזענע מינט ליעף סופערמארקעט, (וואס די טעראריסטן האבן אים ארויסגעלייגט פון ביזנעס, נאכן זיך שלאגן מיט זיי די לעצטע פאר יאר, ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צי זייערע דיקטאטן.)

דער אינגערמאן, אלס דרויסנדיגער, האט געוואלט נעמען הכשרים פון ביידע קהילות, וועלנדיג צופרידנשטעלן ביידע צדדים, אזאך וואס גאר אסאך פירמעס טוען, און האט זיך געוואנדן צו ביידע קילות מיט א פארלאנג צו באקומען זייער הכשר. דא אבער איז דער בער ארויסגעטאנצן פון זאק, און ווי נאר די ארונים זענען געוואר געווארן אז זיי באקומען אויך די הכשר פון די זאליס, האט מען איינגעשפאנט די גאנצע באוואוסטע טעראר קאמפאני צו טעראריזירן דעם אינגערמאן, אז ער טאר בשום אופן נישט נעמען די הכשר פון די זאליס, מיטן תירוץ, אז וואס? הנהגה.

די חברה סטראשען, אז אויב נעמט ער די זאלי הכשר, איז נישט נאר ער באקומט נישט זייער הכשר, נאר זיי וועלן ארויסשטעלן א צעטיל אז מ'טאר נישט קויפן דארט וועגן מכשולות, און ער וועט נישט טארן אדווערטייזן אין די שטאטישע אויסגאבעס, און זיי גייען אים ארויסטראגן פון ביזנעס, אזוי ווי זיי האבן סוקסעספולי געטאן מיטן אלטן גראסערי.

די זאליס ביזדערווייל האבן ארויסגעשטעלט א צעטיל אז זיי געבן דעם הכשר, אזוי ווי דער אייגענטומער האט געבעטן, מיט א צעטיל פון קהל צו שטיצן דעם געשעפט.

אבער דער אינגערמאן איז אובד עצות וואס צו טאן פון דא און ווייטער, ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין די שמוציגע הנהגה פאליטיק, ווען ער האט בסך הכל געוואלט צופרידנשטעלן ביידע צדדים, ער האט נעבעך אונטערגעשאצט די געמיינקייט פון דעי טעראריסטן, מיטן תורה'דיגע הנהגה שלייער.

וואס דא גייט זיך אויסקאכן איז שווער צו וויסן, ווי היסטאריע האט באוויזן, איז זייער שווער צו בייקומען דעי מושחתים, ווייל זיי האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט, כידוע פון די באלעבאסטע, וואכנשריפט, מינט ליעף, ועוד מערכות,

אויף די אידטיש וועבסייט שע"י קיט"ל סאטמאר ק"י (מהר"א) געפירט דורך די צוויי מייסטער פראפאגאנדיסטן מרדכי ואחיו אהרן יוסל פריעדמאן האט מען היינט ארויסגעשטעלט די פאלגענדע מעסעדזש, וואס לפי זה, האבן זיי געזיגט, און ער גייט נאר האבן זייער הכשר. בלייבט נאר צו זען אויב דאס איז אמת, אדער נאר א חלק פון זייער שקרים'דיגע פראפאגאנדע, מיט וואס זיי זענען וואויל באקאנט:


*כשרות אין קרית יואל, נוסח קרית יואל.*

*היינט מיטוואך פארנאכטס האט די ניי ערעפנטע "קענאפי" סופערמארקעט אין שכונת דברי חיים ק"י, ערהאלטן די חותם כשרות פון "ועד הכשרות קרית יואל" אויף אלע אייגענע עסן אפטיילונגען פונעם געשעפט, אזוי אויך די רי-פעקעדזשינג, נאכ'ן אונטערשרייבן אויפ'ן הסכם כשרות נאכדעם וואס די ועד איז אין די לעצטע טעג אריבער אויף אלע הוראות און זיכער געמאכט אז אלעס וועט זיין אויפ'ן העכסטן סטאנדארט ב"ה.*

*ס'איז וויכטיג צו דערמאנען אז די ועד הכשרות גיט נישט קיין השגחה אויף אלע פראדוקטן פון א געשעפט, נאר אויף די פראדוקטן אדער סערוויסעס וועלכע האבן נישט קיין ארגינעלע סיעלינג פון א קאמפאני, דאס איז אונטער'ן השגחה פונעם ועד. די אנדערע האבן נאר דעם הכשר וואס ערשיינט אויפ'ן לעיבל.*

*אין די טעג בעפאר האבן צירקולירט שמועות אז די גראסערי האט גענומען אנדערע השגחות אנדערש ווי אלע קרית יואל'ע געשעפטן, אבער דער געשעפטסמאן האט זייער קלאר געמאכט אז ער האט דאס ביי קיינעם נישט געבעטן, און דאס גייט נישט זיין. (עס איז ביזדערווייל נישט פארהאן אזא פרעצעדענט ביי גראסערי-השגחות דאהי צו נעמען מערערע השגחות, און דער ועד הכשרות וועט דאס אנהאלטן ווייטער אויף דעם וועג, אן קיין אויסנאמען).*

*דער אדרעס פון קענאפי איז 5 מענגין
ראוד, יאכלו ענוים וישבעו!*
איך האלט נאך אצינד פארן לייענען די ענטפערס אדער אגרימענטס...
אבער כקען זיך נישט איינהאלטן 😅😅😅

סקומט א אינגערמאן פון ווילאמסבורג י.ש. ער מופט ארויס און שיסל פון א מקום וואס רוב ציבור (דערווייל עכ”פ, קען זיין אז בקרוב העט ער שוין נישט האבן רוב. און איידער איך פארגעס ”רוב מיינט איינס מער פון האלב) האלט אז עס איז דא א מרא דאתרא און ער הייבט אן בעל באטעווען און ווערט א מיינונג זאגער און פראבירט אנצושטעלן א פנים ווי גלייך ער מיינט אידישקייט... איך מיין דער איד דארף א דערמאנונג אז לכה”פ א חלק פון די אידן דא און קרעמעל דענקען נאך ווען ער האט געפראסקעט און ראדני, און געווען פון די פאר מחוצפים וואס מהאט גענוצט ווען מען האט געדארפט ר‘ אהרןנען געבען א שטויס...

עכ”פ אויב וויל ר‘ יואל שטעלען א פנים ווי איינער וואס מיינט דעם אידענטום אא”וו קען ער עס נישט געווינען מיטן ארויסשיקן א וואויס נאט פון 6 מינוט ווייל מיר געדענקען נאך אים פון איטליכע יאר צירוק. ווילאנג ער האט געפראוועט און ווילי האט אים קיינער נישט געבאדערט. אבער קום נישט און זיין טעראטארי און נעם זיך שרייען וואלף.

2) דאכטס זיך מיר דער אלטער בעה”ב פון מינט ליעף ווערט אויסגעשמועסט דא אין קרעמעל פאר זיינע מעשים, ווילסט מיר זאגן ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא, נא גוט איך הער אז ער האט א דרך תשובה. אבער זאגן אז מהאט אים געצאפט דאס בלוט פלעין אזוי ווייל טעראר!?!?!

3) משטערט די בויען פון די אנדערע קהילה?!?!?! אין לך ליצנות גדולה מזו.
העסט נישט טרעפען נאך אזא פראדשעקט און קרית יואל ווי מהט געבויט א בנין אן א פינטל פארקינג פאר הונדרעטער מענטשען (אפי‘ די בילדערס וואס ציפן אראפ פארקינג האבן עס נישט געטון אויף אזא פארנעם) ווי קהל ויואל משה אויף גארפילד רד. אפי‘ רוב בני הקהילה פון ר‘ אהרן האבן געשריגן פארן ווילידזש אז דעס איז נישט נארמאל, אים כל זה האט גדלי‘ סעגעדין געטאַנעט אז די רבי לאט נישט שטערן.

מילא בלייבט נאר איבער צו ווינטשן ”שלאף מיין קינד שלאף, אבער דאס מיינט נישט אז מיר אידן און קרעמעל זעי מיר נישט דעם גאנצן בילד”
 
דער אינגערמאן איז נישט י. ש. פין וועם די רעדסט
דער וואויס נאט איז דאכט זיך אויכעט יואל שטערן אבער איך בין נישט זיכער, עס איז דא נאך איינס וואס ער רעדט פון נאך ענינים וואס ער האט אויפגעטון (לשטתו) און בלומינג גראוו
 
לעצט רעדאגירט:
רבי יוד קום אראפ ביטע פון בוים באצייטנס…
ווען עס איז דא א שטאט ווי 70% פון די בירגער שטיצט א געוויסע זייט און איר האט א פראבלעם דערמיט ציט אייך אוועק פון דארט! (נאכדערצו ווען די אלע זענען טעראר שטיצער..) די קענסט שטויסן און באכענען וויפיל די ווילסט אבער עס גייט אייך גארנישט העלפן ווילאנג דער האט א סופער מעדשאריטי אינעם שטאט,

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז איינער וואס מופט קיין סאמאליע און נאכדעם וויינט ער אויף די טעראר אין שטאט וואלט יעדער זיך געקאטשקט פאר געלעכטער פון דעם לץ די זעלבע דא..

א חוץ טאמער איר האט נישט קיין פראבלעם אז אייער פיס טוט וויי…
 
לעצט רעדאגירט:
רבי יוד קום אראפ ביטע פון בוים באצייטנס…
ווען עס איז דא א שטאט ווי 70% פון די בירגער שטיצט א געוויסע זייט און איר האט א פראבלעם דערמיט ציט אייך אוועק פון דארט! די קענסט שטויסן און באכענען וויפיל די ווילסט אבער עס גייט אייך גארנישט העלפן ווילאנג דער האט א סופער מעדשאריטי אינעם שטאט

א חוץ טאמער איר האט נישט קיין פראבלעם אז אייער פיס טוט וויי…
ווי זאגט יענער. א געלעכטער אין-די-מיטן. נישט און די זייטן... ווי שטייט 70% ? מיט יואל שטערן ?!?! כווינדער זיך נאר אויב אזוי פארוואס ביי די שטימען א יאר צירוק האט מען געברענגט 2 באסעס פון וויזניץע ישיבה 7 ביידערנאכט ? און אזוי אויכעט נאר געוואנען מיט איטליכע וואטס.

א אינגערמאן וואס האט מיטאמאל געוואלט געוונען איז געלאפן אָנאַ קאמפיינען נאר צו געבען א וועג פארן ציבור צו ווייזן יואל שטערן אז מאיז נישט מיט אים, געס וואַט ער האט נישט געכאפט דעם מעסעזש. העמיר זען ביי די נעקסטע וואוטס

נאר קום מער צירוק צו שלאף מיין קינד שלאף
 
ווער איז דער יואל שטערן. וואס גייט דארט פאר ? קום אריין קלאר די וואס זענען נישט דערינען פארשטייען בכלל נישט די נושא ברענג זיי אויך אריין
 
ווער איז דער יואל שטערן. וואס גייט דארט פאר ? קום אריין קלאר די וואס זענען נישט דערינען פארשטייען בכלל נישט די נושא ברענג זיי אויך אריין
יואל שטערן א זאלי מיט זיין שותף יצחק עקשטיין אן אהרוני זענען צוויי עסקנים וואס האבן געהאלפן צושטאנד ברענגען אז די ווילידש אוו סאוט בלומינגראוו זאל ווערן א אידישע ווילידש, און זענען די פירער פין UJC וואס איז די אומאפיציעלער באלעבאס פין די ווילידש,

90% פין תושבי בל"ג (ארונים מיט זאלונים ציגלייך) זענען אנטלאפן פין די קעי דשעי ווילעדש נאר ווייל זיי זענען נישט פאראינטערעסירט צי זיין פארמישט אין די ארטיגע פאליטיק, וואס דער ארטיגע ווילידש מיטן אומפציעלען מעיאר רעבארן פירען אין העצן כסדר,

שטערן מיט עקשטיין, פארטרעטנדיג תושבי בלומינגרויוו, גיין מיט די מהלך פין נישט אויסמישן רעגירונג מיט חסידות, אין געבן גלייך בארעכטיקייט פאר יעדע קהילה בישראל אין בלומינגרויוו, וויל דאס איז די רצון פין רוב רובו תושבים,

און דאס האט אויף געברענגט דעם צארן פין דעם צדיק אין קרית יואל, הלמאי איינער דערוואגט זיך אראפ צו שטעלן אין בל"ג אז ער איז נישט דער עקסקלוסיוו באלעבאס רח"ל,

פאר דעם האבן די ארוינים אנגעפאנגען א מלחמה כבידה אקעגן דעם שטערן, ווייל סאיז פשוט פראקטישער צי פירען א מלחמה מיט דעם זאלי, הגם עקשטיין איז א אייניגע שותף,

פארשטייט זיך ווי אלעמאל נעמט מען די תורה צי זייער זייט, מדארף פשוט ראטעווען די שטאט ס'זאל נישט ווערן קיין מאנסי, דער שטערן איז שוין געווארן א משכיל, אפקורות, שייגעץ, און וואס נישט, ווען מען קען בארעדט מען דעם שטערן וואסערע שייגעץ ער איז נאר, און וואס מדארף זיך היטן פין אים, אזוי פארדרייט מען די מוחת מזאל נישט טראכטן פין די מחלוקת וואס דער גרויסער ברענגט כסדר אן פאר זיין תאוות השררה, נישט קיין חילוק צי שטערן קימט בכלל אריין דא,

די תגובות אויבען דא איז נאך אן עקזעמפעל, אנשטאט רעדן פין די מעשים וואס מ'איז דן, זאגט מען שטערן שייגעץ, שטערן רשע, א מחיה יעצט קען מען שוין טיען וואס וויל,
 
לעצט רעדאגירט:
יצחק עקשטיין איז די ביזנעס קאנסאלטענט?
 
רעבעצינס שיל
איך געדענק שוין נישט די פרטים פון די רביצין שול וואס איך געדענק האבן די ארונים געטענהט אז פאר זאכן איינס די airspace געהערט פאר זיי און אויך די ארום נעבן די שול, ובכן איז אויסקומען אז זיי האבן נישט קיין פארקינג ספעיס אויב אזוי טאר זיי נישט געבן קיין פערמינט וויל לעגאל דארף יעדער שול האבן פארקינג
 
Back
Top