א מעסעדזש ארויס געשיקט נעכטן דורך חסידי מהרי"י...
פּתְחוּ שְעָרִים וְיָבֹא גוֹי צֲדִיק, יִקָרֵא לָךּ עִיר הֲצֶדֶק קִרְיָה
נָאְמָנָה:
א היסטארישע מאמענט האט זיך אפגעשפילט היינט אין די נאכמיטאג שעות אינעם נייעם
סאטמארע געגנט אינערהאלב שכונת בלומיגראוו קרית יואל די הערליכע "פראספעקט
דעוועלאפמענט" וועלכע שטייט שוין גרייט מיט איר ערשטע פאזע פון צוויי הונדערט
פראכטפולע רחבות'דיגע דירות און איז געבויעט געווארן בתפארת ונוי דורך ראשי
קהל תורת חיים וויזניץ וויליאמסבורג מיטן ציל אוועקצושטעלן א פרישע חסיד'ישע
ישוב בגלילות קרית יואל און אזוי ארום עטוואס לינדערן די שווערע דירות קריזיס
וועלכע פלאגט די היימישע ציבור און בטוב לבם האבן די חשובע דעוועלאפערס
איבערגעגעבן די ערשטע פאזע פונעם מעגא דעוועלאפמענט פאר הנהלת קהלתינו הק'
לשים לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה.
היינט אין די נאכמיטאג שעות איז דער מרא דאתרא קדישא הדין כ''ק מרן אדמו"ר
עט"ר שליט''א אנגעקומען אויף א ערשטמאליגע ביקור כבוד אינעם נייעם געגנט און
דער געטרייע רועה נאמן לעדתו איז געקומען לראות את שלום הצאן די נייע גאלדענע
עפאכע פאר אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע לעכצן צו קענען מחנך זיין די
דורות הבאים מיט הרחבת הדעת און גלייכצייטיג מיטן הויפט פריאריטעט תוך אמוני
עם סגולה אין א סאטמארע געגנט אין א געגנט וועלכע שטעלט מיט זיך פאר די ריינעם
אטמאספערע וועלכע איז אויסגעטראטן געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע.
רבינו שליט''א איז אנגעקומען אינאיינעם מיט'ן פמליא נכבדה ראשי הנהלת קהלתינו
הק' וויליאמסבורג און באלייטונג פון בנו חביבו הגה''צ אבד''ק סיגוט שליט''א,
אויפן פלאץ האבן אפגעווארט ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון קרית יואל,
אזוי אויך די ראשי ועסקני שכונת בלומיגראוו, אינאיינעם מיט די העלדישע פיאנערן
פונעם פראיעקט די דעוואלאפער און ראשי קהל תורת חיים וויזניץ וויליאמסבורג
בראשות הגה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט''א אבד''ק קרית וויזניץ בלומיגראוו בנו
יחידו פון כ''ק אדמו"ר מוויזניץ וומס"ב שליט''א רבינו שליט''א האט זיך ווארים
באגריסט מיט די עסקנים וראשי הקהלות והמוסדות און ארומשפאצירט כמלך בגדוד
לענגאויס דעם גאנצן ישוב באזוכט ביי עטליכע פון די שפאגל נייע דירות
אויסגעדרוקנדיג דערביי זעלטענע התפעלות פון די אויסטערלישע הרחבת הדעת פונעם
נייעם געגנט און באזונדער מפליא געווען די דראמאטישע שריט פון די וויזניצע
קהלה וועלכע האבן בטוב לבם איבערגעגעבן די ערשטע פאזע פונעם פראיעקט און רבינו
שליט''א האט דערמאנט דאס וואס ער האט געזאגט פאר כ''ק אדמו"ר מוויזניץ וומס"ב
שליט''א "אז מיר זענען גוטע שכנים אין וויליאמסבורג און מיר וועלן ווייטער
זיין גוטע שכנים אין קרית יואל" רבינו שליט''א האט איבערגעבן ווארימע ברכת
הקודש פאר הרה''צ אבד''ק וויזניץ בלומיגראוו שליט''א און פאר די וויזניצע ראשי
קהלה שתשרה שכינה במעשי ידיהם מיט די קומענדיגע פאזעס וועלכע וועט ווערן
באזעצט מיט חסידי וויזניץ און פארשפראכן אז די שליסל פון הצלחה איז אהבה אחוה
שלום וריעות און מיר וועלן ארבעטן היינט ביי היינט צוזאמען צו פארזיכערן די
שטארקע הצלחה פונעם נייעם געגנט ברוחניות ובגשמיות אזוי אויך האט רבינו
שליט''א מאציל געווען מברכותיו הטהורות פאר ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק'
פון וויליאמסבורג און קרית יואל אז אלעס זאל גיין מיט הצלחה און מ'זאל בקרוב
זיץ קענען אריינציען אינעם נייעם געגנט און מחנך זיין די פרישע בנינים אדירים
פאר די בתי מדרשים און די מוסדות הקדושים אינערהאלב דעם נייעם שפרודלדיגע
געגנט.
וַיִבְנוּ אֶת עָרֵי יְהוּדָה, וְרוּחַ הֲקוֹדֶש אוֹמָרָת כֵּן יִרְבֶּה וְכֵן
יִפְרוֹץ!!