הנהגה טעראר אין קרית יואל - נייעס און באריכטן

1750113531955.png
 
אמאליגע צייטן האבן שרייבערס רעקארדירט אלע מחלוקת וועלכע זענען פארגעגאנגן אין די שטעט און דערפלעך, צווישן רבנים, שוחטים, ראשי קהילות אא"וו אבער נישט אלע רעקארדס זענען געבליבן, נאר די גאר באקאנטע ווי למשל צאנז רוזשין, אדער בעלז מונקאטש, אדער ארשיווע קראלי סאטמאר און אלעס ארום ועוד. וויבאלד ס'נישט געווען קיין אינטערנעט איז פשוט נישט געבליבן קיין זכר דערפון ספעציעל נאך די צוויי וועלט מלחמות ווי רוב אייראפעישע אידן זענען געהארגעט געווארן און גאנצעטע שטעט מיט זייער היסטאריע זענען פארניכטעט געווארן.
אבער היינטצוטאגס וויבאלד מיר זענען געבענטשט געווארן מיט אינטערנעט, האבן מיר די אפציע אז זאכן זאלן ווערן פּרעזערווד אבער מ'מוז עס נאר רעקארדירן
מ'קען טרעפן די אלע מחלוקת שיין באשריבן אין אידיש?
 
מ'קען טרעפן די אלע מחלוקת שיין באשריבן אין אידיש?
איך גלייב נישט אז אין אידיש. אבער לה"ק איז עס געווען צו באקומען אין געוויסע ספרים געשעפטן פאר 30 יאר צוריק. היינט ווייסעך נישט.
 
איך גלייב נישט אז אין אידיש. אבער לה"ק איז עס געווען צו באקומען אין געוויסע ספרים געשעפטן פאר 30 יאר צוריק. היינט ווייסעך נישט.
מען קען קוקען -עולמו של אבא-
ער איז נישט היסטוריש אקוראט , אבער ער בקיצור
איז מרמז אויף רוב היימישע מחלוקת , פון צווישן
די צוויי וועלט מלחמות ,
 
מען קען קוקען -עולמו של אבא-
ער איז נישט היסטוריש אקוראט , אבער ער בקיצור
איז מרמז אויף רוב היימישע מחלוקת , פון צווישן
די צוויי וועלט מלחמות ,
צאנז רוזשין, איז געווען פריער, ווי קען מען ליינען די היסטאריע?
 
אין די ברסלובער ספרים קענסטו טרעפן אויפן שפאלער זיידן און די אלטע כתבי רממ איז געווען גוטע זאכן
 
אין די ברסלובער ספרים קענסטו טרעפן אויפן שפאלער זיידן און די אלטע כתבי רממ איז געווען גוטע זאכן
זיי ברסלב חסידים , האבן א גאנצע ליסט פון
צדיקים וואס זיי זענען נישט גורס
אבער מען קען זיי נישט בלעימען ,מען האט זיי
גי׳רודפ׳ט על לא דבר ,
זיי האבן נישט גיוואלט מקבל מרות זיין , און זיך
אונטערווארפן ,די עסטעבלישט רבי׳ס ,האט מען זיי
ממש מרחק גיוועהן , און אפילו בידיים ,מכבד גיוועהן מיט מכות און בזיונות
דער רבי נחמן פון אומאן אליינס , כאטש ער איז גיוועהן אן אדם גדול , און נכד מייסד החסידות , איז ער דאך נאך גיוועהן גאר א יונג מענטש ביי זיין פטירה , אונטער פערציג , איז די עלטערע רבי׳ס האבן עס נישט גיוואלט אראפ שלונגען , אז אפילו נאך זיין פטירה , גייען זיי אהן , מיט זיינע תורות , און זיי בלייבן אינדעפעדענט , דער שפאלער זיידע איז נאך גיוועהן בחייו , אבער לאחר מותו , זענען נתרבה גיווארן די רודפים ,
ספעציעל די טברסקי רבי׳ס , זיי זענען גיוועהן 8
קינדער פון צ׳רנובל מגיד , און זיי האבן זיי זיך איינגיטהיילט ,די עיירות וארצות למיניהן ,ווי יעדער
זאל ווירטשאפטן , און זיי האבן זיך אלץ אהנגישטויסן אין די ברסלב חסידים , וואס זיי האבן
נישט אנערקענט זייער אייגן גימאכט ממשלה ,
האט מען זיי מחייב גיוועהן סקילה, פשוטו כמשמעו
און עד היום איז ברסלב , נישט וועלקאם ,אין די
טברסקי חסידות , עס האט גארנישט מיט העכערע
מושגים ,עס איז מי מושל .
 
ער קוקט זיך פאר , אין שרייבט עס אראפ אזוי יעדע רעדנער
גערעכט אבער איך האב געמיינט נאך 40 יאר שעלטען און שרייען קען ער עס שוין פין אויסעוויינעג אין ברויך נישט קיין צעטעל
 
די גבאי דארט וואס peeked אריין אין רבי'ןס צעטל פילט זיך א מיליאן דאלאר
 
איך וויך בעטן שטייענדיג קרוב צו 30 אדער אפילו מער יאר זינט סהאט זיך אנגעהויבען די סאטמערע מחלוקת צו די עולם קען אריינקומען פאר אונז די אינגערע דור ווי אזוי די מחלוקת האט זיך אנגעהויבען , ווער איז אלטס געווען פארמישט וכו
א דאנק למען ידעו דור אחרון
 
Back
Top