הקב"ה ברא את העולם כדי להטיב לבריות?

Yesh

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
376
רעאקציע ראטע
1,254
פונקטן
223
חז״ל זאגן, אז דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט בכלל, און דעם מענטש בפרט, בלויז צו קענען טון א טובה פאר זיינע בריות.

דער מענטש דאַרף דינען דעם אייבערשטן מיט אלע זיינע כוחות, און דערפאר וואס ער ארבעט אויף דער וועלט, וועט מען אים געבן א רייכע שכר אין עולם הבא. און דאס האט ער געטון, כדי דער מענטש זאל נישט באקומען דעם שכר בחינם, וואס וואלט געווען א בושה.

וואלט געדארפט זיין אז אלע בריות, זאלן האבן א פעטוועי צו עולם הבא.

למעשה זאגט שלמה המלך (קהלת ז, כ) כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.

זאגט תוספות מסכת שבת (דף נה:) שמה שכתוב בפסוק "כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא" נאמר על רוב בני אדם, אולם יש מיעוט בני אדם שיכולים להצליח לעבור את העולם הזה ללא חטא כלל.

זעהט אויס אז רוב בני אדם, וועלן שמאכטן אין גיהנם, נו, דאס הייסט להטיב לבריות?
 
די פשוט'ע תירוץ איז אז שכר באקומט מען לעולמי עד ולנצח נצחים (אייביגע אייביגקייט, א טריליאן יאר איז נישט אפילו קיין משל צו אייביג) און גיהנם און אלע אנדערע שטראפן באקומט מען נאר אויף א לימיטעד צייט, און אפילו איינער וואס האט געטון מיליאן עבירות און איין מצוה וועט נאכן ענדיגן די שטראף אויף די עבירות באקומען אייביגע שכר פאר זיין מצוה.
 
כדי אריינצוגיין אין גן עדן דארף מען זיך קודם אויסלייטערן און זיין ריין, דערפאר גייט מען אין גיהנם קודם
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס מיך באדערט שוין לאנג איז, אז אסאך ראשונים האלטן אז עס זענען דא רשעים וואס אין להם חלק לעולם הבא, נו אויב אזוי פארוואס זענען זיי לכתחילה באשאפען געווארען?
 
וועגן די גאנצע נושא קען מען רעדן, אבער במציאות האלט איך מ'וועט עס קיינמאל נישט אויספיגער'ן, ערשטנס, אויב דער אייבישטער וויל באמת זיין גוט צו אנדערע באשעפענישן פארשטיי איך נישט פארוואס ער עפענט נישט גלייך אויף גן עדן און לאזט יעדן אריינשפאצירן און זיך לאזן וואוילגיין, זענען דא וואס פארענטפערן עס, און זאגן אז גאט וויל מ׳זאל ארבעטן פאר שכר, ווייל דעמאלטס פילט עס בעסער, באט איך פערזענליך זעה נאך אלץ נישט פארוואס גאט וואס קען אלעס, זאל נישט קענען באשאפן א גן עדן ווי יעדער פילט ווי ער האט טאקע עפעס אויפגעטון, א נאנטע משל איז א סייקעדעליק טריפ ווי א מענטש קען דמיונ'ען ווי ער איז אין א מציאות וואס ס'עקזעסטירט נישט, סאו זאל גאט דעס קאנווערטן צו גן עדן ווי די מציאות וואס א מענטש וויל פילן זאל ער באמת במציאות זיין דארט, אויב ער וויל פילן סוקסעספול אז ער האט געארבעט פאר זיין שכר, זאל ער טאקע אזוי פילן. דעס איז נאמבער איינס. נומבער צוויי איז, אז גאט וויל שוין יא מאכן א געים ווי די געווינער באקומט די מערסטע גן עדן, זאל ער כאטשיג געבן equal chances און לאזן די וועלט זיין א פלאץ ווי מ'קען טאקע רואיג שפילן די געים און געווינען פוינטס, אבער ניין, סאמהאו איז די וועלט א פלאץ ווי פאר געוויסע האט די יצר הרע איבערגעהיפט און אנדערע זעהט אויס ווי די יצר טוב האט איבערגעהיפט, מיט אלע זיינע חברים די גוטע ווייסע מלאכים וואס פארטיילן גוטע זאכן.
 
כדי אריינצוגיין אין גן עדן דארף מען זיך קודם אויסלייטערן און זיין ריין, דערפאר גייט מען אין גיהנם קודם
נו הא גופא קשיא, אויב די גאנצע ציל פון בריאת העולם איז להטיב לברואיו, פארוואס האט מען בכלל געמאכט אזא קאנצעפט פון קענען ווערן אויס ריין און זיך דערביי פארדינען שוידערליכע גיהנם? מאך א ליסטע פון מצוות, ווער עס איז עס מקיים באקומט די שכר אין גן עדן און ווער נישט, נישט.
מענטשן וואס ווילן נאר גוטס טון מיט אנדערע און ס'איז מטבע הטוב וואלטן קיינמאל נישט באשאפן אזעלכע יסורים נישט אין עוה"ז און נישט אין עוה"ב, איי געסס א גאט איז אנדערש, כי לא מחשבותי מחשבותיכם וכו'.
 
וועגן די גאנצע נושא קען מען רעדן, אבער במציאות האלט איך מ'וועט עס קיינמאל נישט אויספיגער'ן, ערשטנס, אויב דער אייבישטער וויל באמת זיין גוט צו אנדערע באשעפענישן פארשטיי איך נישט פארוואס ער עפענט נישט גלייך אויף גן עדן און לאזט יעדן אריינשפאצירן און זיך לאזן וואוילגיין, זענען דא וואס פארענטפערן עס, און זאגן אז גאט וויל מ׳זאל ארבעטן פאר שכר, ווייל דעמאלטס פילט עס בעסער, באט איך פערזענליך זעה נאך אלץ נישט פארוואס גאט וואס קען אלעס, זאל נישט קענען באשאפן א גן עדן ווי יעדער פילט ווי ער האט טאקע עפעס אויפגעטון, א נאנטע משל איז א סייקעדעליק טריפ ווי א מענטש קען דמיונ'ען ווי ער איז אין א מציאות וואס ס'עקזעסטירט נישט, סאו זאל גאט דעס קאנווערטן צו גן עדן ווי די מציאות וואס א מענטש וויל פילן זאל ער באמת במציאות זיין דארט, אויב ער וויל פילן סוקסעספול אז ער האט געארבעט פאר זיין שכר, זאל ער טאקע אזוי פילן. דעס איז נאמבער איינס. נומבער צוויי איז, אז גאט וויל שוין יא מאכן א געים ווי די געווינער באקומט די מערסטע גן עדן, זאל ער כאטשיג געבן equal chances און לאזן די וועלט זיין א פלאץ ווי מ'קען טאקע רואיג שפילן די געים און געווינען פוינטס, אבער ניין, סאמהאו איז די וועלט א פלאץ ווי פאר געוויסע האט די יצר הרע איבערגעהיפט און אנדערע זעהט אויס ווי די יצר טוב האט איבערגעהיפט, מיט אלע זיינע חברים די גוטע ווייסע מלאכים וואס פארטיילן גוטע זאכן.
אויף די ערשטע קשיא פארוואס דער אייבישטער האט עס אזוי געמאכט ער וואלט דאך געקענט מאכן אנדערש, אויף דעם איז נישט דא קיין תירוץ ווייל ער איז א כל יכול און ער קען באמת מאכן אלעס, אבער מען קען נישט פארשטיין דעם אייבירשטען כי לא מחשבותי מחשבותיכם. (וויאזוי האט יענער געזאגט, אויב פארשטיי איך אלעס פונעם אייבירשטען איז ער דאך גארנישט מער ווי מיר).

נאר מיר קענען פארשטיין וויאזוי ער האט עס אויסגעשטעלט, און ער האט עס אויסגעשטעלט אויף די וועג אז אויב באקומט מען די שכר אן ארבעטן שעמט מען זיך.

און אויף די צווייטע קשיא ווי איז די יושר אז אנדערע האבן קלענערע יצר הרע׳ס, אויף דעם איז די תירוץ וואס די אר״י האט שוין געזאגט פאר ר׳ חיים וויטאל אז א קלייניקייט היינט איז מיר ווי גרויסע זאכן אמאל, אז מען קוקט נישט אויף דערגרייכונגען נאר אויף ארבעט.
 
זעהט אויס אז רוב בני אדם, וועלן שמאכטן אין גיהנם, נו, דאס הייסט להטיב לבריות?
א גוטע קשיא
וועט מען מוזן ענטפערן אז די איידיע פון גיהנום איז נאר א מיטל וואס חז"ל האט געניצט פאר חינוך (אויך מיר א חינוך 😜) און בעצם עקזיסטירט נישט אזא פלאץ,
נאך מער, איך מיין אז די קאנסעפט פון גיהנום ווערט בכלל נישט דערמאנט אין תורה שבכתב.
 
עיין רמב״ם בהקדמתו לפרק חלק במשניות סנהדרין.
אמנם גיהנם הוא שם לצער ולעונש שישיג לרשעים, ולא פירש בתלמוד תואר זה העונש. אלא יש אומרים כי השמש תקרב להם וישרפם, וראייתם על זה מה שנאמר "הנה יום בא בוער כתנור"(מלאכי ג, יט). וקצתם אומרים כי הוא חמימות זרה תתחדש בגופותיהם ותשרפם, וראייתם על זה מה שנאמר "רוחכם אש תאכלכם"(ישעיה לג, יא).
נישט נאר ווערט בכלל נישט דערמאנט גיהנום אין תנ״ך נאר אפילו אין דברי חז״ל רעדט מען גאר ווייניג און אומקלאר דערוועגן.

עיין נדרים ח: און עבודה זרה ג:
דאמר רבי שמעון בן לקיש אין גיהנם לעתיד לבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה ומקדיר, רשעים נידונין בה וצדיקים מתרפאין בה
 
חז״ל זאגן, אז דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט בכלל, און דעם מענטש בפרט, בלויז צו קענען טון א טובה פאר זיינע בריות.
וואו זעסטו אז חז"ל זאלן האבן געזאגט עפעס ווייט ענליך דערצו?
 
Back
Top