שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 323
- רעאקציע ראטע
- 1,167
- פונקטן
- 213
הקדוש דר. ר' ישרא' יעקב דעהאן, זכר צדיק לברכה, השם יתברך ינקום דמו, געלעבט פון יאר 1881 ביז יאר 1924, איז געבוירן און געוואקסן אין האלאנד, און איז געווען א גאר גרויסער געלערנטער געפיליגער און ענערזשעטיקער אבער אינג פארשניטענער באקאנטער אדוואקאט, זשורנאליסט, שרייבער דיכטער און עסקן ציבורי.
דר. ר' ישרא' יעקב דעהאן זצ''ל הי''ד איז ערמארדעט געווארן דורך די ציונים, ווייל ער האט זיך אנגענומען פאר די עדה החרדית אין ירושלים עיה''ק מיט די אגודה און די פאליסטינער קעגן די ציוניסטישע התגרות באומות ומרידה בגזירת הגלות דורך די ציונים אנגעפירט און געכשר'ט דורך הרב קוק וועמען סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע האט באטיטולט ימח שמו.
דר. דעהאן איז לכתחילה געבוירן אין א פרומער אידישער שטוב, פון א חזן און מלמד, מיט'ן נאמען, ר' יצחק אייזיק הלוי. דר. דעהאן איז געווען איינס פון א קינדער געבענטשער משפחה פון 18 קינדערליך. זיין טאטע האט אים געגעבן א פרומער אידישער חינוך, אבער דער קליינער יעקב ישרא' האט געצויגן צו וועלטליכע אקעדמיע, ער איז געווארן א גרויסער שרייבער אקעדעמיקער דענקער און פארשידענע שפראכן קענער, ער איז געפארן קיין רוסלאנד באשרייבן די אידן וואס שמאכטן דארטן אין די תפיסות צוליב אנטיסעמטיזם, אונטערן גרויזאמען רוסישן צארישן הערשאפט אין יענע צייטן.
הקדוש דר. הרב ישרא' יעקב דעהאן, זכר צדיק לברכה, השם יתברך ינקום דמו, אמן כן יהי רצון!
דר. דעהאן איז געווארן א זייער א געלערנטער מאן, וואס האט געקענט 20 שפראכן! און ביי די 28 יאר אלט איז ער געווארן אנערקענט אלץ וועלט בארימטער אקעדעמיקער אין האלאנד און א הוגה דעות זשורנאליסט וואס זיינע ווערק זענען געווארן געדרוקט, אין די טאג-צייטונגען, אין פארעם פון ארטיקלען נאוועלעס ווי אויך שטארק מרוגשדיגע 'פאעוטרי'. ער האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן ביכער, וואס האט זיך אנגענומען פאר געיז, און ארויסגעברענגט זייער ליידן מיט שטארקע ליידנשאפט.
הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד אויף א פערד.
זיין שרייבן האט געהאט אין זיך שטארקע האומאוי-עראטישע נטיות. אבער דר'. דעהאן האט זיך אויך אפגעגעבן צו שרייבן פון סתם הומענטארישע צוועקן, זיך אנצונעמען פאר אלע באקריוועדעס פון געזעלשאפט נישט נאר לטובת געיז. זיין בוך איבער זיין 'פדיון שבוים' באזוך אין רוסלאנד האט אים באקאנט געמאכט בעיקר אינדערויסן פון האלאנד, און האט געהאלפן טוישן די מיינונג פון די גארער וועלט קעגן דעם ברוטאלן צארישן רוסלאנד.
אום 1916 איז ער געווארן א בעל תשובה צוריקערנדיג זיך צו זיין פרומער אידישער מקור, אבער איז דערביי ליידער אויך געווארן גאר א גרויסער ציוני טמא. ער האט געמיינט אז ישוב ארץ ישרא' איז א גרויסער מצוה, נישט וויסנדיג נעבעך אלץ 'תינוק שנשבו', אז רוב ערליכע אידן זענען קעגן שיבת ציון דורך די מאסן מכוח דעם דריטן עבירה פון די הארבע שלוש שבועות חמורות שלא יעלו בחומה, אז מ'טאר נישט ארויפגיין קיין ארץ ישרא' ווי א חומה, דהיינו, דורך א רבים.
הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד אנגעטאן ווי אן אראבער.
ער איז למעשה יא ארויף קיין ארץ ישרא' אין יאר 1919, האט ער גראד איינגעזעהן זיין פאטאלן טעות מיט'ן זיין א נארישער ציוני טמא, און ער האט זיך געטראפן מיט ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ''ל וואס יענער האט אים געגעבן א תיקון ודרך תשובה אויף זיין ציונות, אז ער זאל ''פייטן'' פאר די חרדישע תורה טרייע אידענטום קעגן די ציונים. און ער האט זיך טאקע אריין געווארפן מיט פלייס און אייפער, צו קעמפן פאר די חרידישע לעבנסשטייגער קעגן הרב קוק מיט די פרייע ציונים.
דער הויפט פון די 3 רוצחים פון הקדוש ר' דר. יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד, אברהם תהומי.
ביז איין מאנטיג באנאכט נאך מעריב ווען ער איז געווען אין יאר נאך זיין פאטער'ס פטירה, און האט געדאווענט פאר'ן עמוד אין שערי צדק שפיטאל'ס שוהל. זשון 30 1924 כ''ט סיוון תרפ''ד איז ער דערמארדעט געווארן מיט 3 קוילן אין די ברוסט-קאסטן, די הגנה האט גענומען פאראנטווערליכקייט און די עדה החרדית אין שפיץ פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד האבן געריסן קריעה אויף אים, טויזענטע אידן האבן זיך באטייליגט אין זיין לווי'. און רבי יוסף חיים זאנענפעלד האט אפגעשריבן זיין נוסח המציבה, אז ער האט געקעמפט פאר די עדה החרדית קעגן די ציונים דערפאר האבן זיי אים געהארגעט!
דער 'דעילי עקספרעס' טאג-צייטונג אין לאנדאן מעלדט איבער'ן טויט פון הקדוש ר' דר. יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד
די ציונים האבן גראד אנגעהויבן צו פארשפרייטן א בלוט בילבול ליגענט אז די אראבער האבן אים געהארגעט. זיי האבן ארויסגענומען זיינע באשרייבונגען לטובת די מענטשן רעכטן פון געיז, אז ער איז אויך געווען געי. אן קיין שום באזיס אין רעאליטעט ווייל ער האט חתונה געהאט געהעריג כאחד האדם צו א פרוי. ווי אויך האבן די ציונים גענומען די פאועטרי זיינע וואס ער האט געשריבן אסאך פון אהבת דוד ליונתן יותר מאהבת אישה, צו זאגן אז ער אליינס זאל חלילה האבן געווען א משכב זכרניק. ר' יוסף חיים זאנעפעלד האט דאס גענוצט צו צייגן ווי שמוציג און נידעריג די ציונים זענען. אז זיי האבן נישט נאר געהארגעט א איד נאר אויך אים באשמוצט אלץ תועבהניק. הרצחת וגם ירשת!
הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן הי''ד זצ''ל אין זיינע לעצטע יארן אלץ פרומער חרדישער אדוואקאט און עסקן ציבורי פארטרעטנדיג די ישוב הישן.
די פרומע רעליגיזעזע ציונים ווי הרב קוק וואס האלט דאך אז אפילו געי משכב זכרניקעס זענען שמייליג ביז גאר, איז וויאזוי קען מען הארגענען א איד פאר'ן בלויזן חטא פון זיין געי, האבן מצדיק געווען זיין קאלטבלוטיגע רציחה, אז ביים דאווענען זאגן מיר אז ולמלשינים אל תהי תקוה, א מסור מעגן מיר הארגענען לויט זיי.... א שטייגער ווי YY יעקאבסאן וואס האט ליב יעדן אוי.טי.די. נואף און כופר בעיקר אבער נטורי קרתא זענען נישט קיין אידן. און דר. דעהאן איז געווען ווי יוסל וואלדמאן געמסר'ט די ציוניםלעך פאר זייער רדיפת הדת קעגן די חרדים לדבר השם יתברך, מיט דיסקרימינאציע קעגן די ארטיגע פאליסטינער. מילא קומט זיך אים דין מיתה.
רבינו הקדוש רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע גאב''ד העדה החרדית מרא דארעא קדישא דירושלים עיה''ק זיין רבי.
די 3 ציונים וואס האבן אנטייל גענומען אין די רציחה זענען אברהם תהומי, ישראל שוחט, און יעקב פאט.
עס איז כדי אנצימערקן דא די עדות פון ר' משה בלוי דער ברודער פון ר' עמרם דער ראש אגודת ישרא' אין ארה''ק יענע צייט, אז ער פלעגט גיין צו ר' יעקב ישרא' דעהאן אין שטוב אסאך ער האט אים אייביג געזען אין א ערליכער אויפירונג. די ציונים האבן געטנהט אז זיינע שרייבאכצער וועגט איבער די פערזענליכע עדותער.
דער מודעה פון די בריטישע רעגירונג אויף באלוינונג ווער ס'וועט פארמסר'ן הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן הי''ד זצ''ל'ס רוצחים.
ווי אויך דארף מען אנווייזן אז דער מרא דערעא קדישא רבינו יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, האט געזאגט דעם ברכה, 'ברוך דיין האמת', אויף הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד'ס הינריכטונג בשם ובמלכות במפורש!
לעצט רעדאגירט: