הקדוש ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד נרצח מהציונים

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
359
רעאקציע ראטע
1,263
פונקטן
213
1752186430350.png


הקדוש דר. רבי ישרא' יעקב דעהאן, זכר צדיק לברכה, השם יתברך ינקום דמו, געלעבט פון יאר 1881 ביז יאר 1924, איז געבוירן און געוואקסן אין האלאנד, און איז געווען א גאר גרויסער געלערנטער געפיליגער און ענערזשעטיקער אבער אינג פארשניטענער באקאנטער אדוואקאט, זשורנאליסט, שרייבער דיכטער און עסקן ציבורי.

הקדוש דר. רבי ישרא' יעקב דעהאן זצ''ל הי''ד איז ערמארדעט געווארן דורך די ציונים, ווייל ער האט זיך אנגענומען פאר די עדה החרדית אין ירושלים עיה''ק מיט די אגודה און די פאליסטינער קעגן די ציוניסטישע התגרות באומות ומרידה בגזירת הגלות דורך די ציונים אנגעפירט און געכשר'ט דורך הרב קוק וועמען סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע האט באטיטולט ימח שמו.

הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן איז לכתחילה געבוירן אין א פרומער אידישער שטוב, פון א חזן און מלמד, מיט'ן נאמען, ר' יצחק אייזיק הלוי. דר. דעהאן איז געווען איינס פון א קינדער געבענטשער משפחה פון 18 קינדערליך. זיין טאטע האט אים געגעבן א פרומער אידישער חינוך, אבער דער קליינער יעקב ישרא' האט געצויגן צו וועלטליכע אקעדמיע, ער איז געווארן א גרויסער שרייבער אקעדעמיקער דענקער און פארשידענע שפראכן קענער, ער איז געפארן קיין רוסלאנד באשרייבן די אידן וואס שמאכטן דארטן אין די תפיסות צוליב אנטיסעמטיזם, אונטערן גרויזאמען רוסישן צארישן הערשאפט אין יענע צייטן.

1752190733643.png


הקדוש דר. הרב ישרא' יעקב דעהאן, זכר צדיק לברכה, השם יתברך ינקום דמו, אמן כן יהי רצון!

דר. דעהאן איז געווארן א זייער א געלערנטער מאן, וואס האט געקענט 20 שפראכן! און ביי די 28 יאר אלט איז ער געווארן אנערקענט אלץ וועלט בארימטער אקעדעמיקער אין האלאנד און א הוגה דעות זשורנאליסט וואס זיינע ווערק זענען געווארן געדרוקט, אין די טאג-צייטונגען, אין פארעם פון ארטיקלען נאוועלעס ווי אויך שטארק מרוגשדיגע 'פאעוטרי'. ער האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן ביכער, וואס האט זיך אנגענומען פאר געיז, און ארויסגעברענגט זייער ליידן מיט שטארקע ליידנשאפט.

1752189040769.png

הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד אויף א פערד.

זיין שרייבן האט געהאט אין זיך שטארקע האומאוי-עראטישע נטיות. אבער דר'. דעהאן האט זיך אויך אפגעגעבן צו שרייבן פון סתם הומענטארישע צוועקן, זיך אנצונעמען פאר אלע באקריוועדעס פון געזעלשאפט נישט נאר לטובת געיז. זיין בוך איבער זיין 'פדיון שבוים' באזוך אין רוסלאנד האט אים באקאנט געמאכט בעיקר אינדערויסן פון האלאנד, און האט געהאלפן טוישן די מיינונג פון די גארער וועלט קעגן דעם ברוטאלן צארישן רוסלאנד.

אום 1916 איז ער געווארן א בעל תשובה צוריקערנדיג זיך צו זיין פרומער אידישער מקור, אבער איז דערביי ליידער אויך געווארן גאר א גרויסער ציוני טמא. ער האט געמיינט אז ישוב ארץ ישרא' איז א גרויסער מצוה, נישט וויסנדיג נעבעך אלץ 'תינוק שנשבו', אז רוב ערליכע אידן זענען קעגן שיבת ציון דורך די מאסן מכוח דעם דריטן עבירה פון די הארבע שלוש שבועות חמורות שלא יעלו בחומה, אז מ'טאר נישט ארויפגיין קיין ארץ ישרא' ווי א חומה, דהיינו, דורך א רבים.

1752189102038.png


הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד אנגעטאן ווי אן אראבער.

ער איז למעשה יא ארויף קיין ארץ ישרא' אין יאר 1919, האט ער גראד איינגעזעהן זיין פאטאלן טעות מיט'ן זיין א נארישער ציוני טמא, און ער האט זיך געטראפן מיט ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ''ל וואס יענער האט אים געגעבן א תיקון ודרך תשובה אויף זיין ציונות, אז ער זאל ''פייטן'' פאר די חרדישע תורה טרייע אידענטום קעגן די ציונים. און ער האט זיך טאקע אריין געווארפן מיט פלייס און אייפער, צו קעמפן פאר די חרידישע לעבנסשטייגער קעגן הרב קוק מיט די פרייע ציונים.

1752188968588.png


דער הויפט פון די 3 רוצחים פון הקדוש ר' דר. יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד, אברהם תהומי.

ביז איין מאנטיג באנאכט נאך מעריב ווען ער איז געווען אין יאר נאך זיין פאטער'ס פטירה, און האט געדאווענט פאר'ן עמוד אין שערי צדק שפיטאל'ס שוהל. זשון 30 1924 כ''ט סיוון תרפ''ד איז ער דערמארדעט געווארן מיט 3 קוילן אין די ברוסט-קאסטן, די הגנה האט גענומען פאראנטווערליכקייט און די עדה החרדית אין שפיץ פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד האבן געריסן קריעה אויף אים, טויזענטע אידן האבן זיך באטייליגט אין זיין לווי'. און רבי יוסף חיים זאנענפעלד האט אפגעשריבן זיין נוסח המציבה, אז ער האט געקעמפט פאר די עדה החרדית קעגן די ציונים דערפאר האבן זיי אים געהארגעט!

1752189409656.png

דער 'דעילי עקספרעס' טאג-צייטונג אין לאנדאן מעלדט איבער'ן טויט פון הקדוש ר' דר. יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד


די ציונים האבן גראד אנגעהויבן צו פארשפרייטן א בלוט בילבול ליגענט אז די אראבער האבן אים געהארגעט. זיי האבן ארויסגענומען זיינע באשרייבונגען לטובת די מענטשן רעכטן פון געיז, אז ער איז אויך געווען געי. אן קיין שום באזיס אין רעאליטעט ווייל ער האט חתונה געהאט געהעריג כאחד האדם צו א פרוי. ווי אויך האבן די ציונים גענומען די פאועטרי זיינע וואס ער האט געשריבן אסאך פון אהבת דוד ליונתן יותר מאהבת אישה, צו זאגן אז ער אליינס זאל חלילה האבן געווען א משכב זכרניק. ר' יוסף חיים זאנעפעלד האט דאס גענוצט צו צייגן ווי שמוציג און נידעריג די ציונים זענען. אז זיי האבן נישט נאר געהארגעט א איד נאר אויך אים באשמוצט אלץ תועבהניק. הרצחת וגם ירשת!

1752189739298.png


הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן הי''ד זצ''ל אין זיינע לעצטע יארן אלץ פרומער חרדישער אדוואקאט און עסקן ציבורי פארטרעטנדיג די ישוב הישן.

די פרומע רעליגיזעזע ציונים ווי הרב קוק וואס האלט דאך אז אפילו געי משכב זכרניקעס זענען שמייליג ביז גאר, איז וויאזוי קען מען הארגענען א איד פאר'ן בלויזן חטא פון זיין געי, האבן מצדיק געווען זיין קאלטבלוטיגע רציחה, אז ביים דאווענען זאגן מיר אז ולמלשינים אל תהי תקוה, א מסור מעגן מיר הארגענען לויט זיי.... א שטייגער ווי YY יעקאבסאן וואס האט ליב יעדן אוי.טי.די. נואף און כופר בעיקר אבער נטורי קרתא זענען נישט קיין אידן. און דר. דעהאן איז געווען ווי יוסל וואלדמאן געמסר'ט די ציוניםלעך פאר זייער רדיפת הדת קעגן די חרדים לדבר השם יתברך, מיט דיסקרימינאציע קעגן די ארטיגע פאליסטינער. מילא קומט זיך אים דין מיתה.

1752189166694.png


רבינו הקדוש רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע גאב''ד העדה החרדית מרא דארעא קדישא דירושלים עיה''ק זיין רבי.


די 3 ציונים וואס האבן אנטייל גענומען אין די רציחה זענען אברהם תהומי, ישראל שוחט, און יעקב פאט.

עס איז כדי אנצימערקן דא די עדות פון ר' משה בלוי דער ברודער פון ר' עמרם דער ראש אגודת ישרא' אין ארה''ק יענע צייט, אז ער פלעגט גיין צו ר' יעקב ישרא' דעהאן אין שטוב אסאך ער האט אים אייביג געזען אין א ערליכער אויפירונג. די ציונים האבן געטנהט אז זיינע שרייבאכצער וועגט איבער די פערזענליכע עדותער.

1752189829254.png

דער מודעה פון די בריטישע רעגירונג אויף באלוינונג ווער ס'וועט פארמסר'ן הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן הי''ד זצ''ל'ס רוצחים.

ווי אויך דארף מען אנווייזן אז דער מרא דערעא קדישא רבינו יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, האט געזאגט דעם ברכה, 'ברוך דיין האמת', אויף הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד'ס הינריכטונג בשם ובמלכות במפורש!
 
לעצט רעדאגירט:
די ברכה האט ער גיזאגט
ווייל עס איז גיוועהן א פארלוסט פאר די עדה
החרדית , עס האט נישט מיט זיין פערזענליכער
מהות
אויף גדולים וטובים ממנו האט ער נישט גימאכט
די ברכה.
 
@שמייכעל

די ביסט בייעסט אויף נעקסט לעוועל

האסט "פארגעסן" צו שרייבן אז ער האט חתונה געהאט מיט א קריסטליכע דוקטור אין 1907?

אטטעטשט איז פון זיינע שירים - קלארע נטיות צי הומוסעקושואליטי.

איי... די נטורי קרתא שרייען אז סאיז שקר וכזב בלא בלא בלא
אוואדע, זיי וואלטן פארלוירן זייער איינציגע טאלאנטפולע פארשוין וואס האט עפעס אויפגעטון - אנשטאט זיצן אינעם הייסן בור ווי פאראזיטן

כגיי נישט אריין גיין דערין, אבער פון איין זייט האסטע היבש קלארע הוכחות, אז ער איז געווען הומו, און פון די צווייטע זייט האסטע אפאר שוואנצן ברימען אז ער איז נישט געווען, אנע סאליד הוכחות....

ביי!
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250711-031545.png
    Screenshot_20250711-031545.png
    617.4 KB · געזען: 71
סעקסועל נייגונג איז קען זיין א געבורט פעלער
קען זיין ער איז גיוועהן בכלל תינוק שנשבה
מען דארף וויסן זיין היסטורי.
דעס איז קלאהר ער איז גיוועהן א איש פשוט עכ״פ,
ער האט גיהאלפן די עדה החרדית , ווען מען
האט עהם גיהארגעט האט ער זוכה אין דעם תואר
הקדוש ,
ווער פארגינט נישט .
עס איז גיוועהן רציחה .
 
און די עדה החרדית אין שפיץ פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד האבן געריסן קריעה אויף אים, טויזענטע אידן האבן זיך באטייליגט אין זיין לווי'.

ווי אויך דארף מען אנווייזן אז דער מרא דערעא קדישא רבינו יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, האט געזאגט דעם ברכה, 'ברוך דיין האמת', אויף הקדוש דר. ר' יעקב ישרא' דעהאן זצ''ל הי''ד'ס הינריכטונג בשם ובמלכות במפורש!
בלויז פאר פאליטישע צוועקן
 
הקוה'''ט רבינו יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע גאב''ד העדה החרדית מרא דארעא קדישא דירושלים עיה''ק זיין רבי.
א פרישע מעשה זייט ווען איז הרב זאנענפעלד געווען ירושלימ'ר שטאט'ס רב? ער איז סך הכל געווען דער רב ביי די קנאישע לאגער נישט מער.
 
1752242616890.png

הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו מיט זיין רביצן, בעפאר ער איז געווארן א בעל תשובה.

די ציונים נוצן 2 תירוצים פארוואס זיי האבן ערמארדעט הרב הקדוש רבי יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו.

א.) ער איז געווען א מסור ווי הרב רבי יוסל וואלדמאן שליט''א אין קרית יוא', שרייענדיג איבער די רדיפת הדת פון הרב קוק אויף די עדה החרדית, ווי דער אהרוני מקרי היינט צוטאגס אויף די בני יוא'. - און מיר זאגן ביי שמונה עשרה ולמשינים אל תהי תקווה. וואס לויט זיי, איז דאס טייטש, אז מ'מוז הארגענען א מלשין ומסור.

ב.) אז ער איז געווען א פרא ''געי'' 'משכב זכר' שרייבער דיכטער ועסקן. און 'לא תשכבו משכבי אישה עם זכר', איז א לאו אין די תורה.

כאטש עס איז נישט געאייגענט זיך אריין צו לאזן אין וויכוחים מיט נארוינישע ציונים, איז דאס אבער יא א חיוב פון והצדיקו את הצדיק:

א.) די גרעסטע מוסרים ומלשינים זענען די ציונים ואהרונים.

ב.) ווי אויך קומט פאר די מערסטע משכב זכר ביי זיי; די ציונים האבן א געהעריגע תועבה מארטש יעדעס יאר. דאס טוען זיי צו ''פינק''-וואשן, ווי צו זאגן פאר די וועלט, אז אידן טעלערירן מער תועבה ווי די מוסולמענער.

עס איז כדי אנצומערקן, אז דער הויפט רוצח אברהם תהומי, האט געזאגט פאר די פרעסע, אז ער האט נישט געוויסט בכלל, פון דר. דעהאן'ס פרא געי פאועטרי און נאוועלעס, ער האט נאר געוויסט אז ער איז א מסור זיך אנצונעמען פאר די חרדים, די בני ישוב הישן, קעגן די ציונים, ווי אויך פאר די פאליסטינער קעגן די ציונים; ער האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז אויך געווען פרא ''געיז'', לטובת די 'משכב זכר' תועבה לייף סטייל.

דר. דעהאן'ס פרא ''געי'' נאוועלעס און שירה, איז בעיקר געווארן געשריבן ווען ער איז נאך געווען א פרייער איד, פאר ער איז געווארן א בעל תשובה, און דאן איז ער געווען געהעריג חתונה געהאט מיט א פרוי. ער האט נישט אפגעגעט זיין פרוי ווען ער איז געווארן א בעל תשובה, ווייל זי איז געווען אין א פראצעס פון זיך מגייר זיין.

אנטשולדיגט פאר'ן ענטפערן די ציונים, ווייל עס איז דאך אין קיץ לדברי רוח ושטות, אבער עס איז דאך א מצוה, פון והצדיקו את הצדיק; ובזה יצאתי ידי חובתי; האפענטליך!
 
לעצט רעדאגירט:
דר. דעהאן'ס פרא ''געי'' נאוועלעס און שירה, איז בעיקר געווארן געשריבן ווען ער איז נאך געווען א פרייער איד, פאר ער איז געווארן א בעל תשובה
האט ער נישט ארויס געגעבן א בוך ממש פאר זיין פטירה?
 
1752698662372.png

די לווי' פון הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן השם יתברך ינקום דמו זכר צדיק לברכה

1752700135785.png


די מציבה פון הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן השם יתברך ינקום דמו זכר צדיק לברכה

1752698810543.png


דער שפעטערער ראב''ד העדה החרדית הגאון הגדול רבי ישרא' יעקב פישער זצ''ל האט געהייסן נאך הקדוש רבי יעקב ישרא' דעהאן השם יתברך ינקום דמו זכר צדיק לברכה, זיין טאטע ר' אהרן א זוהן פון רבי שלמה פישער זצ''ל דער רב אין מינכן דייטשלאנד איז שפעטער געווען פון די בני ישוב הישן און איז געווען זייער נאנעט צו דעהאן בחייוו. מ'האט ארום געטוישט די נאמען פון יעקב ישרא' צו ישראל יעקב ווייל דעהאן איז ליידער דערהארגעט געווארן דורך אידן ה''י.

לענין, פאר א בעל תשובה, ארויסצוגעבן 'שירה' ''פאועטרי'' און 'נאוועלעס' איבער 'אהבת דוד ליונתן יותר מאהבת נשים', איז נישט קיין עבירה וואס קומט זיך מיתה דערויף. נאר, ווי אויבן געשריבן, זענען די ציונים אזוי שמוציג, אז המטרה מקדשת כל האמצעים, צו באשמוצן א קרבן וואס זיי האבן גערצחנט פאר פאליטישע סיבות.

אדרבה, די ציוניםלעך זענען גארנישט קעגן תועבה פון משכב זכר, זיי האבן א יערליכע תועבה מארטש צו צייגן פאר די וועלט אז זיי טאלערירן תועבה מער פון די פאליסטינער. זיי מאכן אזא 'הרצחת וגם ירשת' פארברעך, מיט פארשפרייטן ליגענט דא, אז זיי האבן געהארגעט דעהאן צוליב זיין ביך פון שירה 'פאועטרי' איבער 'אהבת דוד ליונתן יותר מאהבת נשים'.

די מציאות איז אברהם תהומי האט זיך געשלאגן מיט דעהאן איבער ציונות און בעפאר דעהאן האט געדארפט אפפארן אויף א דיפלאמטישער שליחות קיין לאנדאן פונעם ירושלימער רב, דער דעמאלטסדיגער גאב''ד העדה החרדית, הגאון הצדיק רבינו יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, האט אים תהומי ענדגילטיג געשאסן אויף טויט, נאכ'ן סטראשן, מיט דריי בולעטס צו זיין ריינעם הייליגן הארץ פון א לאנגן ביקס, פרעגנדיג אים ''וויפל אזייגער עס איז?''

1752699436500.png


גאב''ד העדה החרדית דער ירושלימער רב הגאון הצדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע אינדערמיט מיט הקדוש דר. הרב יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו לינקס.

1752699527544.png


דער בריוו ווי אברהם תהומי איז זיך מודה קליפ און קלאר אז ער האט געהארגעט דעם קדוש הרב דר. יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו,

תהומי שרייבט קלאר און דייטלעך, אז ער איז געווען א שליח פון 'בן צבי', דער שפעטערדיגער פרעזידענט פון מדינת ישרא', צו הארגענען דעהאן. נישט ווייל ער איז געווען געי, ווי די נארישע ציונימלעך, ווילן אייך דא פארקויפן מיט פרעכע ציוניסטישע נארישע שקר. נאר דאס איז געווען א פאליטישער הינריכטונג פונעם 'הגנה'. דירעקטירט דורך נישט קיין אנדערער, ווי 'בן גוריון' אליינס, דער שפעטערער פרעמיער פון מדינת ישרא'.

תהומי שרייבט אויך, אז ער וויל נישט געבן קיין חומר פאר די אגודה. דאן איז נאך אגודה געווען מיט די עדה החרדית פון רבי יוסף חיים זאנעפעלד זצוק''ל קעגן הר' קוק, אנגעפירט דורך ר' משה בלוי א ברודער פון רבי עמרם בלוי פון די נטורי קרתא.


1752699912355.png


הרה''ח מנקיי הדעת שבירושלים רבי צבי משי זהב שליט''א, יא מיט זיין ברודער יודא, (איצט וועלן די ציוניםלעך דא שרייען קוק ווי יודא האט אפגענדיגט... אבער זיין ברודער ר' הערשל איז א גאר חשובער היימישער תולדות אהרן חסיד וואס איז נישט ווי יודא) האבן ארויסגעגעבן א בוך איבער דעם אטענעט אויף הקדוש רבי דר. יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו הטהורה.

זיי שרייבן דארטן אז דער גאב''ד העדה החרדית ירושלימער רב פון דאן רבי יוסף חיים זאנענפלעד זי''ע האט אליינס געזאגט קדיש נאך אים א גאנץ יאר!

ווי אויך שרייבן זיי דארטן אז דער מרא דארעא דישרא', רבינו יוסף חיים זאננפעלד זי"ע, האט געזאגט אויף די שמוציגע ציוניםלעך ווי דא, וואס באשמוצן אים אלץ געי: "מובטחני כי מי שמדבר בגנותו של דיהאן אפילו בדבר קט, אין לו חלק לעולם הבא!"



1752700012248.png


א 'דעילי איד' באריכט פון פאראיאר 'כ''ט סיוון' תשפ''ד, דער יומא דהילולא קדישא פונעם קדוש הרב דר. יעקב ישרא' דעהאן זכר צדיק לברכה השם יתברך ינקום דמו הטהורה. ווי עס ווערט אפגעצייכענט יעדעס יאר פון פריש דורך די נקיי הדעת שבירושלים עיה''ק תובב''א.


1752700234476.png


א שילד אין ירושלים פון די צעירי נטורי קרתא אפצייכנדיג זיין הונדערטסטער יארצייט פאראיאר.

1752703428892.png


אברהם תהומי שרייבט דעם אויבן דערמאנטן בריוו פון 'האנג קאנג', ווי ער איז אנטלאפן און אויסגעלעבט זיינע יארן.

אגב, אויב איר וואונדערט זיך פארוואס עס איז דא אזויפיל איזראעלישע יורדים ווי איר גייט און ווי איר שטייט אין חוץ לארץ, איז תהומי אייער תירוץ; זיי האבן אלע בלוט אויף זייערע הענט און לויפן אוועק פון זייער אייגן שאטן.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752698720872.png
    1752698720872.png
    293.3 KB · געזען: 4
לעצט רעדאגירט:
@שמייכעל קיינעם גייט נישט אן אז ער איז געווען געי חוץ דו אליינס. אלס מיר אויס קען ער זיין אנטי ציוני און געי. וואס איז די סתירה?

וואס באדערט דיר אזוי שטארק?
צו לייקענען פאקטן איז דאך אידטיש אויך גוט.
 
@שמייכעל קיינעם גייט נישט אן אז ער איז געווען געי חוץ דו אליינס. אלס מיר אויס קען ער זיין אנטי ציוני און געי. וואס איז די סתירה?

וואס באדערט דיר אזוי שטארק?
צו לייקענען פאקטן איז דאך אידטיש אויך גוט.
דארפסט פארשטיין וויאזוי זיין קאפ ארבעט
1 + 1 = 2
אנטי ציוני = קדוש
און קדוש קענדאך נישט זיין דעי......

כאפסט?
 
@שמייכעל קיינעם גייט נישט אן אז ער איז געווען געי חוץ דו אליינס. אלס מיר אויס קען ער זיין אנטי ציוני און געי. וואס איז די סתירה?

וואס באדערט דיר אזוי שטארק?
צו לייקענען פאקטן איז דאך אידטיש אויך גוט.
נאכמער קיינער האלט נישט אז די ציונים האבן אים געהרג'עט אלס געי, סך הכל מאכט מען חוזק פון די 'הייליגע' עדה החרדית, אויב איז עס אמת אז דעהאן איז געווען געי, אז זיי האלטן אים פאר אזא איש קדוש.

די שייכות צווישן געי און זיין רציחה, איז אז ס'דא א השערה אז אראבערס האבן אים געהרג'עט, ווייל ער האט זיך געחבר'ט (+ בענעפיטן...) מיט אראבישע יונגלעך, וואס ביי די אראבערס איז דא די כבוד המשפחה, וואס מ'מעג הרג'ענען פאר דעם.
 
1752700135785.png


די מציבה פון הקדוש דר. רבי יעקב ישרא' דעהאן השם יתברך ינקום דמו זכר צדיק לברכה
איך ליין גוט? [די ערשטע שורה נאך זיין נאמען]
אשר זנה אחריו כל חמודות תבל...
דשזאסט דשזאוקינג :ROFLMAO:
 
ס'דא א השערה אז אראבערס האבן אים געהרג'עט, ווייל ער האט זיך געחבר'ט (+ בענעפיטן...) מיט אראבישע יונגלעך,

סאו למעשה איז נישט געווען קיין העפי ענדינג…
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
ב.) ווי אויך קומט פאר די מערסטע משכב זכר ביי זיי; די ציונים האבן א געהעריגע תועבה מארטש יעדעס יאר. דאס טוען זיי צו ''פינק''-וואשן, ווי צו זאגן פאר די וועלט, אז אידן טעלערירן מער תועבה ווי די מוסולמענער.

עס איז כדי אנצומערקן, אז דער הויפט רוצח אברהם תהומי, האט געזאגט פאר די פרעסע, אז ער האט נישט געוויסט בכלל, פון דר. דעהאן'ס פרא געי פאועטרי און נאוועלעס, ער האט נאר געוויסט אז ער איז א מסור זיך אנצונעמען פאר די חרדים, די בני ישוב הישן, קעגן די ציונים, ווי אויך פאר די פאליסטינער קעגן די ציונים; ער האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז אויך געווען פרא ''געיז'', לטובת די 'משכב זכר' תועבה לייף סטייל.
ס'פשוט א סתירה משמייכל לשמייכל

אבער עמער עס פארענטפערן ווי @אפענער האט שוין אנגעוויזן פאר @עמרם
דריי נישט קיין קאפ מיט די פאקטן
 
Back
Top