הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל

סתם השערות בעלמא.
קודם כל, מיינסט אז דער חזון איש האט אים אזוי באטיטלט און נישט געוואוסט אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די היתר מכירה?
יא, דער חזון איש האט נישט געהאלטן פון דער היתר מכירה. אבער פון דארט ביז פערזענליך פיינט האבן הרב קוק, איז דמיונות בעלמא ממש.
 
הרב קוק אין א שמועס מיט גלחים
(מערקט וויאזוי די חרד"לים אויף טוויטער ווייסען נישט וויאזוי צו דיעלן מיט די קליפ)

View: https://x.com/moshepargod/status/2020255965942067688
די קליפ קומט פון דא. א קאלעקציע זעלטענע קליפס פון הרב קוק

View: https://youtu.be/QKWLGFbOXCk
 
די קליפ קומט פון דא. א קאלעקציע זעלטענע קליפס פון הרב קוק

View: https://youtu.be/QKWLGFbOXCk
זייער אינטערסאנט געווען צי זעהן, בעיקר ביי זיין לוי' ווי מען זעט א שיינע עולם פון די (-וואס ווערן אנגעריפן היינט) חרדישע ציבור!
עס ווארפט א שטיקל ליכט אויף זיין שטאנד דעמאלטס
 
סתם השערות בעלמא.
קודם כל, מיינסט אז דער חזון איש האט אים אזוי באטיטלט און נישט געוואוסט אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די היתר מכירה?
יא, דער חזון איש האט נישט געהאלטן פון דער היתר מכירה. אבער פון דארט ביז פערזענליך פיינט האבן הרב קוק, איז דמיונות בעלמא ממש.
בגדר השערה , לפי הנראה האט וודאי דער חזון אי״ש געוואוסט מעיקרא, אז הרב קוק איז מחזק דעם היתר , אבער דאס איז נישט געוועהן א פראבלעם, ווייל ער האט דאך געהאט מיט זיך רבי יצחק אלחנן פון קאוונא, דער ישועות מלכו פון קוטנא, רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש פון ווארשא, און דער אדר״ת,דער שווער פון הרב קוק,און נאך,
וואס האבען געשטיצט די היתר מכירה , איז ווען דער חזון אי״ש איז עולה געוועהן צו ארץ ישראל בערך תרצ״ג איז דער היתר געוועהן נפוץ , נאכדעם וואס ארי עלה מבבל, און דער חזון אי״ש האט זיך אריינגעלייגט אין די הלכה למעשה, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז מען קען זיך נישט סומך זיין אויף די היתר מכירה, און ער איז געוועהן כידוע תקיף בדעתו אין דבר הלכה , האט ער אויפגיהערט צו האבען א קשר מיט הרב קוק,אבער וודאי ער האט איהם אלץ רעספעקטעט, און געבליבען מיט אפגעבען דעם פולען כבוד פאר אזא גדול , ווען הרב קוק איז געקומען צו די חנוכת הבית פון פוניבז ישיבה, האט ער זיך נישט געוואלט אראפ זעצן כל זמן הרב קוק איז געוועהן פרעזענט, מפני כבודו .
עס איז געוועהן, תלמידי חכמים מחדדים זה בזה בהלכה, את והב בסופה .
 
א געוואלד מיט ווידיאס אבער קיין איין אוידיא רעקארדינג 🙁
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער באוויינט שטארק דאס וואס ער האט גיזעהן שדות זרועים בשנת שמיטה, און דאס איז געוועהן דער טריגער איהם צו באוויינען, ווייל דער רידב״ז מסלוצק איז כידוע געוועהן פון די הויפט חולקים אויף די היתר מכירת קרקעו,אז מען זאל דארך דעם מעגען אהנזייען און בארבייטען די פעלדער אין שמיטה , און היינו טעמא וואס דער חזון אי״ש,כאטש מתחילה איז ער געוועהן פון די פארעהרער פון הרב קוק, און ער האט איהם אדרעסירט ״מרן״ , האט ער זיך שפעטער אפגעלאזט פון האבען א קשר מיט הרב קוק , ווייל דער חזון אי״ש איז אויכעט געוועהן שארף קעגן די היתר מכירה זייער התנגדות איז נישט געוועהן וועגן ציונות, עס איז געקומען פון הלכה דיפערענץ, נאכדעם האט שוין דער רידב״ז צוגעלייגט אז זיין דרך איז מסוכן, נו - יעדער דרך איז מסוכן, מען האבען ביי יעדע דרך , דעת מבחין צוזיין, די וועלט איז דאך א גשר צר
סתם לידיעה
די היתר מכירה האט רב קוק זצ''ל נישט אליינס געמאכט,
די צוויי שמיטה'ס פאר רב קוק איז בכלל געווען אין א''י, האט מען עס שוין געטון דארט.

ווען רב קוק איז געווארן רב אין יפו, האבן די רבני י''ם געהאלטן אז ער איז גענוג א שטארקע רב אפצושטעלן די היתר,
אבער ער האט געהייראט אז די אידן גייען במילא שוין נישט פאלגן.
 
Back
Top