הרב שלמה יהודה בארי שליט"א הינוקא

נישט אמת ער שרייט שוואצנות ווי מענדל? ער קידנעפט ווי העלבראנץ? ער קוקט אויס ווי א ראלי פאלי ווי בערלאנד?
די אלע האבן פאר 20 יאר צוריק נאכנישט געשיינט מיט זייערע געמיינע קאלירן אזוי ווי מ‘זעט עס יעצט, ליבערשט האבן זיי געמאכט אן אומשולדיקן רושם ווי דער א.ג. ינוקה,
 
כ'נעם נישט קיין שטעלונג צו אפ פסקנן מענטשן.

כ'האב א חבר וואס דרייט זיך ביי אים שוין איבער א יאהר, ער קוקט מיר אויס צו זיין אין א גוט פלאץ בגוף ובנפש, ער שפירט ווי די יניקה איז זיין בעסטע חבר.

כ'ברענג דא וואס ער זאגט.
דער מענטש איז א שטיק הארץ, אן ענותן, ער איז מחזק אידן און געבט ליבשאפט.

פאר מ'רעדט אויף אים וואלט געווען כדי צו אריבער קומען און פשוט זעהן וואס ער טוט.

די רעקארדינגס אז ער דארף געלט מאכט אים נאכנישט פאר א רשע, העכסטענס איז ער נאר א מענטש מיט שוואכקייטן אזוי ווי יעדער צדיק, עס מיינט נאכנישט אז ער מעג נישט וואקסן אין לעבן און טוהן גוטס.

ער טענהט אז די פאקט אז ער גייט דורך רדיפות איז נישט קיין סטראטעגיע און פראפעגאנדע ווי מאנכע זאגן דא.

אויב מ'קוקט פשוט וואס ער טוט וואלט מען אים מחזק געווען צו ממשיך זיין מיט וואס ער טוט.
אויב מ'קוקט אויף וואס ער באקומט קען מען מקנה זיין.

עד כאן איז די רייד פון מיין חבר געברענגט צו אייך דורך אייער פריינט אילנא דחיי.
 
כ'האב דורכגעבליקט דעם געהענגל און כ'האב נאכנישט געטראפן אז ער זאל מאפיאנירן.
אבער ס'שמעקט נישט אז ער האט אזאנע מענטשן ארום זיך. געווענדליך שטונקט דאס פיש פונעם קאפ.

ס'ווילט זיך גלייבן אז ער איז א פיינער מענטש וואס מענטשן ארום אים מאכן פראפעגאנדע און מאפיאנערישקייטן.

צייט וועט קלאר מאכן.
 
דער בעל מספר איז נישט קיין ליגנער לויט ווי איך הער פון איינער וואס קען אים
האט די ינוקה אונטערגעשטעלט אז איינער זאל עפענען די טיר?
עס איז דא צענדליגע מעגליכקייטן
1) דו ביסט א ליגענער (עכ"פ פאר מיר איז דא די מעגליכקייט)
2) דער וואס קען אים איז א ליגענער
3) דער וואס קען אין קען אים נישט גענוג גוט
4) מ'עפנט אייביג די טיר יענע צייט
5) די ינוקא האט געהאט איינער וואס גייט אים עפענען די טיר
6) עס איז פונקט געלונגען אז מ'האט געפענט די טיר

די איבעריגע בין איך מכבד פאר יעדער וואס האט אביסל דזשעלי אין קאפ אליינס אויסצופיגורן
 
Back
Top