אזוי ווי אין באבוב האט די צווייטע ווייב פון רבי שלמה מרחק געווען רבי נפתלי, א זון פון די ערשטע ווייב, האט אין סאטמאר אלטע פיגא ט"ב מרחק געווען רויזעלע וואס איז געווען א טאכטער פון די ערשטע ווייב.
די מאן פון רויזעלע איז געווען א שווערע מענטש, ער האט זיך נישט פארשטאנען מיט זיין שווער די סאטמאר רב, (ווער האט זיך יא??...) האט ער אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג (אזוי ווי יעדער אויסער פאפא) און געמאכט שבת פאר זיך.
רויזעלע האט געהאט צוטאן מיט איר הארץ, און אזוי ווי איר מאמע איז זי אויך אוועק יונג, אין די נידריגע פופציגער יארן, קינדערלאז.
איר מאן האט איר געלייגט אין ארץ ישראל ווי ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע דור.
אלע קאנספיראציעס ארום איר, ווי למשל... זי האט געשוואנגערט, מען האט איר אראפ געווארפן די שטיגן, די מענטשן פון די רביצין האבן איר געהרגעט, וכו', אסאך שיינע געשיכטלעך וואס איז פאבריצירט געווארן דורך אויס די יארן לכאן ולכאן איז נישט פון די דרייצן אני מאמין.
דער איידעם סעמיהאלי רב איז געווען א אדם חשוב און א תלמיד חכם מופלג מיט א כח פון הנהגה. ער איז געווען צוזאמען מיט זיין שווער דער סאטמארער רבי פון אנפאנג, און געהאלפן אין זיין ישיבה.
ווען די ערשטע רביצין איז נפטר געווארן, און עס האט זיך געמאכט די שידוך מיט הרב שפירא'ס טאכטער וואס זי איז געווען בערך 5 יאר יונגער פון זיין טאכטער רויזא – וואס איז געווען אויסערגעווענליך א כליל המעלות, א אשה חכמה יפה תואר ויפה מראה, און נעבעך סגר ה' את רחמה – און דא גייט אריינקומען א נייע יונגע פרוי, די אלטע פיגא, וואס איז געווען א געהעריגע קאמפעטישן פון אין אשה מתקנא אלא בירך חבירתה, האט דער רבי פארשטאנען אז ביידע פרויען צוזאמען וועט זיין צוויי צרות.
האט ער דענסטמאל אריינגערופן צו זיך דעם נעפיו, דער שפעטערער ברך משה, וואס איז דאן געווען א חתן (לכאורה מיט די שוועסטער פון סעמיהאלי) און אים געבעטן אז ער דארף פון אים א טובה. דער חתן פרעגט אים וואס קען מען טון פארן פעטער? זאגט ער אים, הער מיך אויס, דו ווייסט דאך איך זארג זיך פאר דיר. האב איך דיר אוועקגעלייגט א רבנות נאך פאר דיין חתונה – סעמיהאלי. אזוי ווי עס האט זיך געמאכט די ערשטע פרוי איז געשטארבן, מען קען דאך נישט זיין אליינס, גייט מען נאכאמאל חתונה האבן, און די צוויי פרויען וועט זיך נישט אויסארבעטן צוזאמען. בעט איך פון דיר, דו זאלסט מוחל זיין אויף די רבנות, און בעזר ה' וועל איך דיר טרעפן אן אנדערע. דער חתן ענטפערט, איז עס דען מיין רבנות וואס איך דארף מוחל זיין? זאגט דער רבי, זכין לו לאדם שלא בפניו, און דו האסט שוין זוכה געווען אין די רבנות. (עס איז וואונדערליך ווי ער האט זיך געפילט ווי א מושל בכיפה, ער קען מזכה זיין רבנות, אבער דאס איז געווען די מציאות). דער חתן זאגט אים: אודאי בין איך מוחל אויף די רבנות (ער האט דען געהאט א ברירה), אזוי איז דער איידעם געווארן רב אין סעמיהאלי מיט די פולע הסכמה פון זיין שווער.
נאך די חתונה פון זיין נעפיו האט דער רבי נישט פארגעסן פון אים, און ער האט אים געשאפן די רבנות אין זענטא, וואס איז געווען א קהילה מפוארת, און דער רב האט געהאט דארט א זעלטענע הצלחה מיט רעספעקט, עד אשר עלה הכורת, ער האט פארלוירן די פרוי מיט די קינדער, און נאך די מלחמה האט ער צוריק אויפגעשטעלט א שטוב, וואס פון דעם דוקא זענען געבליבן די דורות מיט די סאטמארע רבי'ס, ובית צדיקים יעמוד.