השכלה היינט!

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
65
רעאקציע ראטע
622
פונקטן
103
עס טוט זיך לעצטנס א געשפרעך אינערהאלב די ווענט פון קרעמל וועגן אונזער געמיינזאמער ערפארונג פון עקזיסטירן צווישן צוויי וועלטן. עס הערן זיך מוטיגע שטימעס פול מיט שעפערישע געדאנקען איבער וואס צו טון מיט די נאגנדיגע געפילן פון ביקוש און חיפוש, צי נאכן אמת און באדייט (מינינג), צי נאך ווארעמקייט, קהילה און באהאפטנקייט. עס שפירט זיך אז פאר פיל חברים איז דאס אן עקזיסטענציאלע פראבלעם וואס פאדערט באלדיגע לייזונגען, צי ווייל מ'שפירט זיך ענג און אונטערדרוקט אין דער קהילה, אדער עלנט און איינזאם אויסער איר.

איך בין גראדע נישט צווישן סיי וועלכע פון די גרופעס. איך בין שוין לאנג אינדרויסן פון "דער סיסטעם", אבער איך בין אויך אן אינטעגראלער טייל פון א ווארעמער און שטיצנדיגער מאדערן־אידישער קהילה. דאך בין איך אויך א 'צוויי־וועלטנדיגער' איד – אפשר אפילו דריי־ צי פיר־וועלטנדיג. הגם אויסערליך א מאדערנער איד, ברענט אין מיר א היימישע נשמה וואס איך קען אפשר, אבער וויל נישט פארלעשן.

אז מען וויל מְסַכֶּם זיין מאדערנע אידישקייט פונעם אנפאנג השכלה ביז היינט, קען מען דאס אויסדרוקן אין איין ווארט: צווייוועלטנדיגקייט. דער מאדערנער איד איז נישט קיין אסימילאציאניסט, אבער ער איז שוין אויך נישט אינגאנצן באקוועם אין שטעטל אדער אין געטא. די אפגעזונדערטע און איזאלירטע טראדיציאנעלע סביבה איז אים שוין צו ענג, גייסטיש און געזעלשאפטליך, אבער די גרויסע וועלט איז אים צו קאלט, צו גויאיש, צו עלנט.

דער מאדערנער איד וויל נישט פארגעסן פון זיין פאלק, זיין ירושה, זיינע טראדיציעס און זיין עבר, אבער ער וויל אויך נישט זיין א געפאנגענער משעובד צו לעבנסשטייגערס און וועלטבאנעמען וואס זענען ווי פארשטיינערט און פארפרוירן זייט אוראלטערטום, מיט נאך צוגעטשעפעטע און צוגעקומענע אבערגלויבענישן און געזעלשאפטליכע קאפריזן.

איידער דער רעוואלוציע וואס די משכילים האבן צוגעברענגט אינעם 18טן און 19טן יארהונדערט, האט דער מאדערנער איד אין אייראפע נישט געהאט קיין פלאץ, סיי גייסטיש, סיי פיזיש. א שטייגער א ברוך שפינאזע אדער א שלמה מיימון האט נישט געהאט וואו זיך אהינצוטון און האט בלית ברירה זיך אפגעשניטן פון זיין פאלק וואס איז געווען צו ענג און שמאל פאר אזא גרויסע נשמה. אבער מיט קנאפע הונדערט יאר שפעטער האט שוין א משה לייב ליליענבלום אדער אן אשר צבי גינצבערג (אחד העם) נישט נאר געהאט א לעבעדיגע אידישע אלטערנאטיוו, נאר האט געקענט אינוועסטירן זיינע געבענטשטע טאלאנטן אויף צו ווייטער אנטוויקלען דעם צווייוועלטנדיגן מרחב, אנשטאט אז אזעלכע כשרונות זאלן אנטרינען ווערן און פארלוירן גיין פונעם פאלק.

דער דור משכילים האט געלייגט דעם גרונד פאר א מאדערנער אידישער קולטור, וואס האט צוגעברענגט צו דער אנטוויקלונג סיי פון דער ווידער־אויפלעבונג פון דער העברעאישער שפראך און פונעם ציוניזם, סיי פון דער אידישער ליטעראטור און ייִדישיזם. דער צווייטער און דריטער דור איז שוין אויפגעוואקסן אויסער די געטא־מויערן און האט שוין דערפאר ווייניגער געשפירט די צווייוועלטנדיגקייט. אבער אין אלע דורות זענען פרישע יונגווארג פונעם טראדיציאנעלן שטעטל געקומען צו דער אויפוואכונג און ווידער אויסגעהאמערט און אנטוויקלט א פרישן צווייוועלטנדיגן מרחב פאר זיך, שעפנדיג אינספיראציע פון די פריערדיגע, און שאפנדיג נייע מאטעריאלן, געדאנקען־גענג און אויסדרוקס־מיטלען פאר זיך והבאים אחריהם. אין בערלין איז דאס פארגעקומען אין די 1880ער יארן; אין ליטע, גאליציע און רוסלאנד, אינעם 19טן יארהונדערט, און אין טייל ערטער אין פוילן ערשט אינעם 20טן.

אינעם 21טן יארהונדערט שאפט זיך יעצט אויך אט אזא באוועגונג – נאך א שנירל אין דער לאנגער קייט פון צווייוועלטנדיגע ראנגלעניש און שעפערישקייט. אל־תקרא 'עס שאפט זיך' אֶלָא 'מיר שאפן דאס'! צווישן אט די ווירטואלע ווענט און אויף די בלעטער פון אונזערע זשורנאלן אנטוויקלען מיר און אדאפטירן מיר א השכלה און א צווייוועלטנדיגקייט פאר דער יעצטיגער צייט און דעם היינטיגן קאנטעקסט. מיר שטייען אויף די אקסלען פון ריזן; מיר דארפן שוין נישט ערפינדען א יש־מאין ווי די משכילים הראשונים; דאך שאפן מיר עפעס ניי, עפעס אייגנארטיגס.

היינט האבן מיר שוין מער אפציעס צווישן דעם ענגן שטעטל און דער פרעמדער וועלט. אידישע קהילות זענען דא צו באקומען אין אלערליי קאלירן און טעמים. איך וואלט זיך געקענט אפשאקלען פון מיינע חסידישע שרשים און זיך באגנוגנען מיט א באקוועמן ארט אין א וועלטליכער קהילה. איך וואלט געקענט אננעמען אז מ'קען נישט זיין א פוסח על שתי הסעיפים, און אז די קולטור פון מיין יוגנט באלאנגט נאר צו די וואס זענען פולקאמע מיטגלידער אין איר וועלטבאנעם און לעבנסשטייגער. איך וואלט אפשר געדארפט אויפגעבן אויף מיין קינדהייט שפראך, אירע טענער, דאס גירסא דינקותא.

אבער איך וויל נישט. איך וויל נישט מקבל זיין אז איך קען נישט אנטוויקלען מיינע פרייע־געדאנקען אין מיין מאמע־לשון; איך זאג זיך אפ פון פארלאזן מיין גייסטיש היימלאנד: איך וועל אויס צווייוועלטנדיגקייט. און מיט דעם באהעפט איך מיך צו דער רייכער השכלה־קייט, מיט איר ליטעראטור, איר צווייוועלטנדיגער נשמה, און אירע ראנגלענישן.

עס איז שווער ארויסצוברענגען דאס ברויזנדיגע געפיל וואס רירט די טיפסטע סטרונעס פון הארצן ווען מען לייענט א אידיש ווארט אין מאמע־לשון וואס איז אקטועל און רעלעוואנט צו אונזערע ערפארונגען און איבערלעבענישן; ווען אין דער זעלבער שפראך וואס האט געדינט אלס מיטל פון מח־באוואשונג און איינזייטיגע פראפאגאנדע פאר א סימפליסטישער וועלט און לעבנסשטייגער אפגעזינדערט פון די רעאליטעטן פון דער וועלט, קען מען יעצט לייענען ארטיקלען און ווערק וואס גיבן זיך אפ מיט אונזערע טיפע און אינטימע ראנגלענישן און וואס באשרייבן אונזער צווייוועלטנדיג לעבן.

אט אזוי האב איך געשפירט ווען איך האב געלייענט @הבל וריק 'ס "שטריימל, שפיצל און שווערע שטותים" אין דער לעצטיגער כוואליעס אויסגאבע. פרעג איך אייך, וואו נאך קען מען געפינען אזאנס אין היינטצייטיגן היימישן אידיש? וואו נאך איז דא די פלאטפארם פאר אומצענזורירטע באשרייבונגען אין א היימישער שפראך פארן משכיל פונעם 21טן יארהונדערט? מיר שאפן עפעס גאר אייגנארטיג. מיר מאכן היסטאריע!

השכלה איז נישט באגרעניצט צו ליטעראטור. דער צווייטער דור ליטווישער משכילים האט טאקע באשולדיגט זיינע עלטערן און מחנכים פארן עוסק זיין אין "השכלה בשמים" און פארנאכלעסיגן נויטווענדיגע פראקטישע רעפארמען און שינויים אינעם אידישן לאגער. עס איז איבעריג צו זאגן אז מיר אינעם 21טן יארהונדערט האבן גאר אסאך ארבעט צו טון אין דעם געביט, וואס באמת האבן מיר נאך ניטאמאל אנגעהויבן. נאר דאס מאכט אבער נישט אוועק דאס חשיבות פון ליטעראטור, סיי אלס טרייבקראפט פאר פראקטישער רעפארם, סיי אלס ליטעראטור לשם ליטעראטור, לשם אויסדרוק, לשם קונסט, לשמה. און זאלן בליען טויזנט בלומען, און זאל יעדער ברענגען צום טיש זיינע פעיגקייטן, צילן און ענערגיעס.

מיר פארמאגן א ריזיגן אוצר פול מיט מאטעריאל אנגעשריבן און אנגעזאמלט דורך אונזערע פארגייער אין די לעצטע פאר הונדערט יאר. א גרויסער טייל פון די שריפטן פון די פריערדיגע משכילים, העברעאיסטן און אידישיסטן זענען נאך פונקט אזוי רעלעוואנט היינט ווי זיי זענען געווען אמאל, און אפשר אפילו נאכמער. עס ליגט אויף אונז די אויפגאבע אויפצוגראבן די אוצרות און זיי ווידער אויפצולעבן, איבערדרוקן און איבערארבעטן פארן היינטיגן געברויך. אין פאראלעל, דארפן מיר ארבעטן אויף פרישער ליטעראטור וואס זאל באהאנדלען ענייני הזמן און ארויסברענגען אונזערע אייגענע מחשבות, געפילן און ערפארונגען.

זאל יעדער איינער באשטייערן וואס ער קען, אחד המרבה ואחד הממעיט, מיט די טאלאנטען מיט וואס ער איז געבענטשט געווארן, און זאל קיינער נישט זאגן 'קטונתי' מיט פאלשער ענווה. עס דערשפירט זיך אן עת התעוררות ביים ציבור צו טון און שאפן עפעס פאר אונזער צוועק. זאלן מיר טאקע מצליח זיין אין מוציא זיין די שאיפות מן הכח אל הפועל. ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק!
 
Back
Top