חסידות אמאל און היינט

יענקל פאדראשיק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
197
רעאקציע ראטע
755
פונקטן
123
איך האב בעצם געוואלט שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא אבער אזוי ווי איך זעה אז עס מאכט זיך נישט די צייט לייג איך קודם ארויף אזוי

איך גלייבן אז די נושא איז שוין ערגעץ ווי ארומגערעדט דא אבער איך האב נישט געטראפען ווי אז מען דארף קען מען עס שמעלטצן.

גענוג הקדמות און פארענטפערט איך קען שוין אנהייבן

ליינענדיג די שנירל אויף אייוועלט האט עס מיר מעורר געווען בענין חסידות ווי אזוי די היינטיגע חסידים זענען די אמאליגע מתנגדים,

שטייענדיג פאר די יארצייט פונעם ישמח משה וועל איך נעמען די מעשה הידוע ווי אזוי ער איז געפארן די ערשטע מאל קיין לובלין און עס האט אים זייער געשטערט אז די חסידים זענען אייביג פרייליך און עס שטייט דאך אז מען דארף זיין מיצר דואג על חורבן בית המקדש ווען ער איז אנגעקומען האט אים די רבי פון לובלין געזאגט אז עס שטייט שוין אז א פרוש איז צהלתו בפניו ואבלו בלבו,

די מעשה ברענגט אביסל ארויס די חילוק פון א חסיד און א מתנגד,

א מתנגד קוקט אן די שו"ע טרינקען א בחינה ווי אבא כך כתוב בתורה אן נעמען און חשבון די הארץ פון די זאך וואס איז די ציל דא און וואס איז די עפעקט וואס עס גייט האבן מען דארף זיין טרויעריג איז טרויעריג אן קיין חשבונות,

משא"כ דער חסיד פאנגט אן פון זיין הארץ וואס איז די מכוון פון די זאך? ווי דארף מיר עס ברענגען? וואס איז די השפעה וואס עס גייט האבן אויף מיר און אויף מיינע ארומיגע? נאכדעם קען מען קוקן וואס עס שטייט אין זען ווי אזוי מען מאכט עס ארבייטן.
 
לעצט רעדאגירט:
אמאל איז חסידות געווען רבי וחסיד היינט איז עס סי אי או און א קאמפעני (איך זאג נישט אז די זאך איז היינט צו מאכן געלט פון זיין רבי) וואס פירט א קהילה וואס דאס איז נישט געווען ביזן מלחמה
 
די פלא פון חסידות איז , ווי אזוי עס האט זיך אזוי
שנעל פארשפרייט ביי אחינו בית ישראל
מען האט אלץ מורא פאר א נייע זאך , און דא וואקסט אויס א מאווומענט וואס איז כובש לבבות.
חסידות האט כובש גיוועהן א חלק אין ליטא , בעלארוסיא , פוילן , גאליציע , אונגארן , רומעניע
אין נאך ארצות , איז נישט שייך צימאכן א חילוק צווישן די מיני מענטשן , ווייל אין אזא קאלירפול ציבור איז דאך פארהאן מכל המינים , ופרצופים שונים.
מסתבר איז , אז די רבנות און מנהיגות פרנסים
איז גיוועהן קארופטירט , עס האט עקזיסטירט אן
עליטע פון פריוןילעדשט , און עמא דארעא אזלא
ומדלדלא , דער המון האט זיך געפיהלט אפגיריסן
פון א שייכות מיט די הנהגת הכלל והקהילות , איז
ווען עס האט זיך גיעפנט די טויערן פון די רבי׳ס
מיט אן אוזן קשבת צי יעדן ייד , זיך מיט ציטהיילן
מיט די טאג טעגליכע שוועריקייטן - סיי רוחני סיי
גשמי , איז ער ציוואקסן און בעיסיקעלי אונטער גיברענגט די רבנות ,
איז אין די ליטא געקומען רבי חיים וואלאזין ז״ל
און מייסד גיוועהן די ישיבה , אלץ א נייער יסוד
און קאונטער באלאנס.
שוין דאס איז שוין אריכות פאר זיך
 
און טאקע וועגן דעם איז געווען א גאר גרויסע התנגדות צום דרך החסדית ובפרט אז מען איז סנישט געווען צופיל נאך שבתי צבי

בעיקר אין רוסלאנד , אוקריינא און א קליין חלק ליטא דערנאך פולין און גאליציע אבער כמעט נישט אין אונגערן אדער רומעניע

ריכטיג , אבער אין אסאך מקומות איז די רב אליין געווארן א חסיד און מיט דעם געווארן א רבי

א גאר לאנגע אריכות ווי מען קען שוין אריינלייגען די גאון זצ"ל און די ח קעגן די חסידים
 
ווען דער בעש”ט איז אַרויסגעקומען אויף דער וועלט מיט זײנע חידושים, האָט ער נישט געמיינט אויפצושטעלן קיין סיסטעם אָדער מלכות. ער האט געוואלא איין זאך, אויפוועקןדי נשמה פון פשוטע יודן, אריינברענגן א נשמה און יודישקייט.
היינט, ווען מ’קוקט אויף דער חסידישער וועלט, קען מען זאָגן אַז חסידות איז נעלם געוואָרן סאיז דא קהלות, רבי׳ס, און ישיבות, אבער די נשמה וואס די בעש״ט האט געוואלט זעה איך נישט.
דער בעש”ט האָט ליב געהאַט פשוטע אידן. מענטשן וואָס האָבן געאַרבעט שווער, אָבער האָבן ליב געהאַט דעם אייבערשטן מיט אַ ברענען הארץ. ער האָט געגלייבט אז א ריינע דביקות איז העכער אלעס.
היינט, אין רוב חסידישע קהילות, אויב דו קענסט נישט זיצן אין לערנען 10 שעה א טאָג ביסטו שוין נישט אויף דעם ריכטיגן וועג. עס איז נישט קיין אָרט פאַר די נשמה, פאַר די שמחה. ס’איז אַ “סיסטעם”, נישט אַ לעבעדיקער דרך.
דער בעש”ט האָט געזען אין יעדער איד אַ יחיד, אַ זעלבסטשטענדיקער דרך צום אייבערשטן. יעדער נשמה האָט איר וועג.
היינט איז אַלץ אַ מאַשין. יעדער מוז אויסזען די זעלבע, טראכטן די זעלבע, און רעדן די זעלבע. אויב דו ווילסט זאָגן אַ מיינונג וואָס איז אַ ביסל אַנדערש? ביסטו א כופר, א אויפגעקלערטע בחור/יונגערמאן….
דער בעש”ט’ס גאַנצע דרך איז געווען “דער אייבערשטער ליב דיר”. נישט נאר ווען דו ביסט א אדם השלם, נאר אויך ווען דו ביסט צובראכן קענסטו זיין נאנט צו גאט.
היינט איז עס אינגאנצן אנדערש. מען ציט אויף די קינגער מיט וואָס וועט דער רבי זאָגן? וואָס וועט די וועלט זאָגן? מען רעדט פון יראת־שמים, אָבער עס איז יראת־בני אדם, עס איז נישט קיין מקום פאַר אהבה, פאַר שמחה — נאָר פאַר לחץ.
דער בעש”ט האָט געמאַכט אַ מרידה קעגן די “עליונים”, די אלט געזעצנע תלמידי־חכמים וואָס האָבן אָפּגעזאָגט דעם פּשוטן מענטש. ער האָט נישט געמאַכט קיין “שיטה” — ער האָט געגעבן לעבן.
היינט ווערט חסידות געפירט ווי ביזנעס. רביס ווערן אויסגעקליבן ווי און א מלכות,. ווער עס האָט געלט האָט כוח און כבוד. ווער רעדט פון דביקות און פנימיות? מען רען גאך אפילו נישט אנקומען צו א רבי אן דורכגיין די הויף הונט.
איך ווינדער מיך שוין לאנג וואס וועט געשען אויב די בעש״ט וואלט אראפגעקומען היינט און מען וואלט אים געוויזן אונזערע חסידות׳ן, שווער צו גלייבן אז ער וואלט דערקענט אז דאס איז זיין דרך.
 
אין די רוסישע חסידוצער ווי סקווירא , סטולין , באיאן ראחמיסטריווקא קען מען נאך טרעפען אביסל פנימיות אויך בעיקר אין די אונגערישע און גאליציענע וועלט איז דאס טאטילי דערנאך
 
סאטמאר רבי האט קיינמאל נישט געפויקעסט אויפצושטעלן א חסידות, ער האט אויפגעשטעלט א קהילה על דרך חסם סופר, און גראדע איז ער געווען א חסידישע רבי אויכעט.

אנדערע חסידות׳ן/קהילות זענען אנדערש
 
סאטמער איז קיינמאל געווען חסידיש , איך רעד פון די קהילה די אופן פון חסיד ורבי גראדע איז סאטמער רב אליין יא געווען א חסידישע איד (מען קען דן זיין טאמיר סטאקע אזוי געווען) אבער די תלמידים לאו דוקא
 
סאטמאר רבי שרייבט טאקע ״ נשתכח דרך הבעש״ט ,
למעשה , אנדערע חסידים , האלטן אז עס איז זכרו
לעד, און זיי ווייסן יא, דעם דרך
אבער לא כל הדרכים שווים , אין חב״ד איז אנדערש
ווי אין קארלין- סטולין , אין ברסלב איז אנדערש ווי
סקווירא , אין גער איז אנדערש ווי אלכסנדר, אין באבוב איז אנדערש ווי באבוב השני , לעלוב איז דיפערענד פון סלונים , בעלזא שונה פון מכנובקא
אבער כפטיש יפוצץ בלע , הסלע מתחלק לכמה ניצוצות , די צד השוה ביי אלע חסידות , איז אז דער צדיק , ער איז דער ״צינור״ מיט א דירעקט ליין
(וויזניץ זאגט עס קלאהר) צי גאט , און מען מוז גיין
דארך דעם צדיק פאר עניטהינג.
דעס איז געבליבן פון דרך הבעש״ט
דער סאטמאר רבי האט עס נישט גורס גיוועהן , איז
וועגן דעם שטימט וואס ער זאגט ״ נשתכח״
ביי אנדערע גייט עס אהן בכל התוקף
 
אברע דיעיקר יסודות פון חסידות פון רבי וחסיד , פנימיות און בעיקר בכך דרכך דעהו גייט נאך געהעריג אן חוץ אין סאטמער..
 
בכל דרכיך דעהו קומט פון רמב״ם אין עס איז א סימן אין שולחן ערוך סימן רל״א , ממילא גיהערט עס נישט צי חסידות
אז דו האלסט אז אנדערע חסידים זענען מער אין
דעם בכל דרכיך דעהו , ביסט ענטייטלט צו דיין אפיניען .
 
אסאך יסודות פון חסידות זענען שוין געווען פארן בעש"ט הק' אבער די בע"ש האט גאר שטארק געקאכט אין דעם
 
און טאקע וועגן דעם איז געווען א גאר גרויסע התנגדות צום דרך החסדית ובפרט אז מען איז סנישט געווען צופיל נאך שבתי צבי

בעיקר אין רוסלאנד , אוקריינא און א קליין חלק ליטא דערנאך פולין און גאליציע אבער כמעט נישט אין אונגערן אדער רומעניע

ריכטיג , אבער אין אסאך מקומות איז די רב אליין געווארן א חסיד און מיט דעם געווארן א רבי

א גאר לאנגע אריכות ווי מען קען שוין אריינלייגען די גאון זצ"ל און די ח קעגן די חסידים
ליטא חסידות
קרלין , סלונים , חב״ד
אונגארן
קאלוב , זיטאמיר , ליסקא , אוהעל ,
רומעניע
סאדיגורא , סיגעט , שטיפענעשט , הוסיאטין
אם שגיתי איתי תלין
 
ליטא חסידות
קרלין , סלונים , חב״ד
קארלין איז געווען אין ווייס רוסלאנד
אונגארן
קאלוב , זיטאמיר , ליסקא , אוהעל ,
אין אונגערן איז געווען ממש געציילטע חסידישע רביס קאמפערט צו רוסקריינא
רומעניע
סאדיגורא , סיגעט , שטיפענעשט
סאדיגורא איז געווען אין עסטרייך , שטעפינעשט איז געווען פון די איינציגסטע חסידשע רביס אין רומעניע צוזאמען מיט בוהוש
איז געווען יארן אין גאליציע אדער אין אוקריינא אבער נישט רומעניע
אם שגיתי איתי תלין
יכול ליהות איך מאך א טעות , איך האב פרובירט נאכקוקן פאר איך האב געשריבען
 
יישר כח פאר קלעריפייען
חסידות האט כובש גיוועהן א גרויס חלק פון
ישראל , נישט דוקא ווייל מען האט געזוכט מער
ערליכקייט
, א שטארקע סיבה איז גיוועהן ווייל
מען האט גיוואלט באלאנגען צי א חברה פון יידן
וואס זענען נישט קארופטירט פון די לאקאלע פירערשאפט ,
און אונגארן איז די רבנות און די
קהל ווירטשאפט עקסיסטירט מער מסודר , האט די חסידות גיהאט א קלענערער פאלאואינג.
 
קארלין איז געווען אין ווייס רוסלאנד
לויט דעם זענען רוב ליטווישע נישט קיין ליטווישע.

קרלין בשעתו איז געווען אונטער ליטא, און דעפאר הייסט עס א ליטווישע חסידות.
 
טאקע דערפאר איז אין פינסק - קארלין איז א פאָרשטאָט אין גרעיטער פינסק - פארגעקומען די גרעסטע חסידיש מתנגדיש מחלוקת פון דער בעל התניא מיט ברוך פינסקער ווי רבי שניאור זלמן איז גע׳מסר׳ט אין איינגעשפארט געווארן דורך אים,

פינסק איז געווען די גרעניץ שטאט וואס טיילט אפ צווישן די ליטאים אין חסידים
 
לעצט רעדאגירט:
סתם קלאר
ווען דער בעש”ט איז אַרויסגעקומען אויף דער וועלט מיט זײנע חידושים, האָט ער נישט געמיינט אויפצושטעלן קיין סיסטעם אָדער מלכות. ער האט געוואלא איין זאך, אויפוועקןדי נשמה פון פשוטע יודן, אריינברענגן א נשמה און יודישקייט.
היינט, ווען מ’קוקט אויף דער חסידישער וועלט, קען מען זאָגן אַז חסידות איז נעלם געוואָרן סאיז דא קהלות, רבי׳ס, און ישיבות, אבער די נשמה וואס די בעש״ט האט געוואלט זעה איך נישט.
דער בעש”ט האָט ליב געהאַט פשוטע אידן. מענטשן וואָס האָבן געאַרבעט שווער, אָבער האָבן ליב געהאַט דעם אייבערשטן מיט אַ ברענען הארץ. ער האָט געגלייבט אז א ריינע דביקות איז העכער אלעס.
היינט, אין רוב חסידישע קהילות, אויב דו קענסט נישט זיצן אין לערנען 10 שעה א טאָג ביסטו שוין נישט אויף דעם ריכטיגן וועג. עס איז נישט קיין אָרט פאַר די נשמה, פאַר די שמחה. ס’איז אַ “סיסטעם”, נישט אַ לעבעדיקער דרך.
דער בעש”ט האָט געזען אין יעדער איד אַ יחיד, אַ זעלבסטשטענדיקער דרך צום אייבערשטן. יעדער נשמה האָט איר וועג.
היינט איז אַלץ אַ מאַשין. יעדער מוז אויסזען די זעלבע, טראכטן די זעלבע, און רעדן די זעלבע. אויב דו ווילסט זאָגן אַ מיינונג וואָס איז אַ ביסל אַנדערש? ביסטו א כופר, א אויפגעקלערטע בחור/יונגערמאן….
דער בעש”ט’ס גאַנצע דרך איז געווען “דער אייבערשטער ליב דיר”. נישט נאר ווען דו ביסט א אדם השלם, נאר אויך ווען דו ביסט צובראכן קענסטו זיין נאנט צו גאט.
היינט איז עס אינגאנצן אנדערש. מען ציט אויף די קינגער מיט וואָס וועט דער רבי זאָגן? וואָס וועט די וועלט זאָגן? מען רעדט פון יראת־שמים, אָבער עס איז יראת־בני אדם, עס איז נישט קיין מקום פאַר אהבה, פאַר שמחה — נאָר פאַר לחץ.
דער בעש”ט האָט געמאַכט אַ מרידה קעגן די “עליונים”, די אלט געזעצנע תלמידי־חכמים וואָס האָבן אָפּגעזאָגט דעם פּשוטן מענטש. ער האָט נישט געמאַכט קיין “שיטה” — ער האָט געגעבן לעבן.
היינט ווערט חסידות געפירט ווי ביזנעס. רביס ווערן אויסגעקליבן ווי און א מלכות,. ווער עס האָט געלט האָט כוח און כבוד. ווער רעדט פון דביקות און פנימיות? מען רען גאך אפילו נישט אנקומען צו א רבי אן דורכגיין די הויף הונט.
איך ווינדער מיך שוין לאנג וואס וועט געשען אויב די בעש״ט וואלט אראפגעקומען היינט און מען וואלט אים געוויזן אונזערע חסידות׳ן, שווער צו גלייבן אז ער וואלט דערקענט אז דאס איז זיין דרך.
איך וועל אביסל מוסיף זיין אויף דיינע ווערטער

עס נישט נאר לגבי די פשוטע אידן אפילו זיינע תלמידים איז קיינער נישט די זעלבע יעדער האט גענומען די פייער פונעם בעש"ט לפי נשמתו ער האט ארויסגעברענגט זיינע כוחות, זיינע אופנים, א דרך העבודה וואס האט מיט אים געשטומט, קיינער האט נישט נאכגעמאכט די רבי מען טרעפט כמעט נישט קיין עסק פון מנהגים וכו',
עס איז כדי צו אפלערנען די בריוו פון ר' אלעזר ליזענסקער וואס איז געדרוקט אין נועם אלימלך ווי ער בארירט די נושא,

עס קוקט אויס אז דאס האט זיך געטוישט צוזאמען ווען עס איז געווארן די זאך פון א גזע אז קינדער נעמען איבער,
יעדע מקום אין זיין צייט איז צוביסלעך געווארן א עסק פון מנהגים און וואס האט די טאטע געטון וכו',
(מען קען זאגען א סברה אז וויבאלד די ממלא מקום איז נישט געווען אזוי קאנפידענט אין זיין עולם אז זיי זענען דא פאר אים פערזענליך סוכ"ס זענען זיי דאך נאר געבליבן האבן זיי מיר גערעדט און געמאכט א עסק פון די טאטע אהער און די טאטע אהין)

נאכדעם איז דא נאך א שטאפל פון תלמידי החתם סופר ווי ר' איציקל וואדריטשער רופט עס אן די התמזגות פונעם כח התורה פון תלמידי החתם סופר מיטן אש החסידות וואס דעס איז געווען די מכה בפטיש.
 
אז קינדער נעמען איבער איז געעוען גלייך ביים ערשטען דור נאכן בעש"ט זעען זהון ר' צבי איז געעוען ממלא מקום במשך די ערשטע יאר כיודע פאר זיין טאטע איז געקומען צו אים אין חלום אז די מגיד זאל איבערנעמען אבע רפון דארט און ווייטער איז אלטס געווען קינדער אנגעהויבן ביי די מגיד , ר' אהרן הגדול , בעל התניא , ר' יעקב קאפל ובנו האבת שלום , די מאור עינים וכו
 
איה"נ אבער קענסט ציילן אויפן פינגער
ועוד די איבריגע תלמידים זענען נישט געבליבן דארט
 
Back
Top