חסיד'ישע עקסטעסי!

פיינע שנידל, שכח פארן עפענען!

וואס מיינט דאס?
פיגור עס אויס, לערן גוט אפ דעם משל אין פראקטישן זין און דאן הנמשל יובן מאליו🤣 וויאזוי האט דער רבי אין חדר געזאגט, צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין
 
עמער זיך אליין מכבד זיין צו פתיחה

דעם קליפ איז פון פורים תשל"ד ביים טיש הערט מען ווי ר' אפרים ניימאן ע"ה דער באקנטער משמח אלקים ואנשים א טייערער איד אן אוד מצל מאש גראמט אויס דעם רבי'ן (רביה"ק זי"ע השני)
View attachment 489
מ'קען הערן דעם עקסטאז פונעם עולם מיט זינגן אבער דער הויכפונקט פונעם עקסטעסי איז ביים סוף פונעם קליפ ווי ר' אפרים גייט ארויף אויף היי פיטש און ענדיגט צו מיט דעם באקאנטן סאטמארן משיח וועט ווייזן מיט די פינגער מאמענט. משיח אליין וועט בלייבן שטיין און וועט אנווייזן אויפן תלמיד באזונדער, און וועט זיך צומקלאפן די הענט ווי דער רבי אין אמעריקע געקענט מגדל זיין אזעלכע קינדער
עס איז דאך פורים, מיט אביסל וויין..

איך זעה נישט די פראבלעם מיט זיך אליינ'ס קלאפען און די פלייצע.. יעדע מאן מעג אויסרומען זיין ווייב, זאגען זי איז די שענסטע אין די וועלט קיינער איז נישט ווי איר.
 
די געוועזענע פּאר טאג איז געווען אן איבּערפלוס פון חסידישע עקסטעסי, צווישן י"ט כסליו און כ"א כסליו. ווער ס'פארמאגט קליפּס וועלכע פיטן ארויף ווערן געבעטן עס ארויף צו לאדענען. ייש"כ
 
אין מירון ביי ר׳ שמעון איז דא שווערע עקסטעסי ווער ס האט ער נישט טועם געווען לא טעם עקסטעסי בימיו מען גייט אויף אזא היי און עס גייט אן פאר שעות.
 
אין מירון ביי ר׳ שמעון איז דא שווערע עקסטעסי ווער ס האט ער נישט טועם געווען לא טעם עקסטעסי בימיו מען גייט אויף אזא היי און עס גייט אן פאר שעות.
מער ווי ביי ר' מיילך בידערמאן? נישט אז איך ווייס, כ'האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אבער לויט די קליפס און לויט ווי די גאס שמועסט?
 
מער ווי ביי ר' מיילך בידערמאן? נישט אז איך ווייס, כ'האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אבער לויט די קליפס און לויט ווי די גאס שמועסט?
מער ווי ר׳ מיילעךס טישן זיכער יא פי כמה, ר׳ מיילעכס הדלקה בין איך קיינמאל נישט געווען.
 
מער ווי ביי ר' מיילך בידערמאן? נישט אז איך ווייס, כ'האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אבער לויט די קליפס און לויט ווי די גאס שמועסט?
ווער רעדט נאך ביי ר' מיילעך בידערמאן אין מירון, ווי ביידע עקסטעסיס קומען זיך צאם, ווער רעדט נאך ווען ר' מיילעך ווארפט זיין שטריימל אין די לופטן, דאס איז לא ראה חסידישע עקסטעסי מימיו...
 
Back
Top