פון א Amniote איז אויסגעקומען די צוויי עקסטערעימען: אדם (Synapsids) און שלאנג (Sauropsids)
ווען מ׳קוקט אויף די מעשה פונעם עץ הדעת אין גן עדן, מיינט מען ס׳איז פשוט א חטא, א נסיון, א שלאנג׳ל וואס פארפירט א פרוי. אבער אויב מען טראכט א רגע טיפער, זעט מען א מורא׳דיגע ענין: פון איין חיה — א אַמניאָט — איז געווארן ביים זעלבן רגע א טיילונג, צו די העכסטע אין די גאנצע בריאה - די גאנצע וועג אראפ צו די נידעריגסטע פון די בריאה.
דער אַמניאָט איז געווען דער שוועל
אַמניאָט איז גאר אן אלטע באשעפעניש, דריי הונדערט און צוועלף מיליון יאר אלט, ער איז געווען די לעצטע עוועלוציע׳נער עלטערן פון ביידע: אדם-סינאַפּסידן און שלענג-סאָראָפּסידן. ער איז געשטאנען אין דעם שליסל־מאָמענט — צווישן חיות און מענטשן. און ווען די צייט איז געקומען, און עץ הדעת איז ערשינען אין גן עדן איז ער צעשפאלטן געווארן אין צווייען, דורכ׳ן טועם זיין דערפון, וואס איז געווען די ערשטע פלאנצונג קאנסומשען (ביימער האבן אויכעט אנגעהויבן ערשיינען בערך די צייט, דריי הונדערט און זעכציג מיליון יאר צוריק).
אדם — די העכסטע בריאה
די זייט אין אים וואס איז אריין אין דעת, וואס האט גענומען אחריות, וואס האט געקריגן שכל און פארשטאנד, אין האט זיך עווענטואל שפעטער עוואלווירט ביז צום סוף צו א אדם. נישט סתם א קלוגע חיה — נאר דער עיקר כוונה פונעם גאנצן מעשה בראשית. א בריאה וואס טראכט, פילט, בויט, שאַפט, טוט מצוות און קען האבן שכר ועונש. דער מענטש איז געווארן די קרוין פון דער וועלט. ער איז אויפגעשטיגן צום העכסטן מדרגה וואס קען זיין אויף דער וועלט.
שלאנג — די נידעריגסטע בריאה
און דער אנדערער חלק? דער וואס איז געבליבן אינעם גוף און אינסטינקט, וואס האט נישט געוואָלט נעמען דעם דעת, וואס האט געוואָלט קריכן אינעם חומר — איז געפאלן צוריק. ער האט פארלוירן פיס, הענט, און פארשטאנד. ער איז געווארן א שלאנג — די סימבאל פון נידעריגקייט
פון איין מקור — צוויי וועלטן
און דאס איז דער גרויסער פלא. פון איין מקור, פון איין חיה, איז ארויס סיי אדם און סיי שלענג. דער זעלבער גוף — אבער איין חלק איז ארויף צום אויבערשטנס פלאן, און דער צווייטער איז אראָפּ טיף טיף.
אונזער גאנצע געשיכטע האט זיך געבויט פון דעמאלטס. אדם אין א שלאנג, שכל, גלוסטעניש, באשאפעניש, און קללות — און אלץ איז אויסגעגאנגען פון דעם איין אַמניאָט .
ס׳איז נישט געווען קיין פאל — נאר א החלטה
יא, מען רופט עס א “פאל”, אבער באמת איז עס געווען א בחירה. א צעשיידונג אין וועג. דער וואס איז געגאנגען ווייטער מיטן דעת אין אנגענומען די פאַראַנטוואָרטלעכקייטן וואס האבן נאכגעפאלגט איז געווארן דער מענטש. און דער וואס האט עס אפגעזאגט אין זיך אפגעטוהן דערפון אין געלאזט יענעם עס טוהן — איז געבליבן און דערנאך געפאלן ביז צו א שלאנג.
און אזוי האט זיך געשאפן די וועלט ווי מ׳ווייסט עס היינט.
עס איז אינטערעסאַנט צו באמערקן, אַז די סאָראָפּסידן — שלאַנגען, פויגל וכדו’ — ווערן טאקע נישט געשאַפן דורך קשי לֵידה וויבאלד דאס איז נישט געווען זייער קללה, און דערפאר לייגן זיי אַרויס זייער אייער מיט אַ נאַטירליכקייט גרינגערהייט. ווידעראום, די סינאַפּסידן — די חיות און מענטשן — גייען טאקע דורך קשי לֵידה ווייל דאס איז געווען זייער קללה אלס די חטא, אבער זענען אַ סך העכערע באשעפענישן אינטעלעקטועל. ווייל זיי האבן דאס ערייכט דורכ׳ן קוראזש צו קאנסומען פונעם עץ הדעת

לעצט רעדאגירט: