- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,398
- רעאקציע ראטע
- 5,691
- פונקטן
- 943
די וואך פרשת וישב טרעפן מיר איינע פון די וואונדערליכע סמיכות הפרשיות אין די תורה. די ווייטאגליכע רייצנדע מאדנע מעשה פון יהודה און תמר, פונקט אינמיטן די דראמאטישע קידנעפינג פון יוסף.
די מייסטער שרייבערין יוכי ברנדס לייגט עס אזוי אראפ אין איר גלעצנדע ביכל 'שבע אמהות':

הפרשנות המסורתית אוהבת מאוד לעסוק בקשר שבין טקסטים שכנים בתנ"ך.
סוג הפרשנות הזה מכונה בפי חז"ל בשמות שונים — הנפוץ ביותר הוא "סמיכות פרשיות", והציורי ביותר הוא "מה עניין שמיטה אצל הר סיני". גם חוקרי המקרא עוסקים בתופעה, אלא שבלשון האקדמיה היא נקראת בשם הסטרילי "שיקולי עריכה".
אחת הדוגמאות המפורסמות לסמיכות פרשיות בעייתית נמצאת בסיפור יוסף ואחיו.
התנ"ך מספר לנו על יוסף בעל החלומות, הבן המועדף על יעקב, שנזרק לבור בידי אחיו ונמכר לשיירת מדיינים היורדת למצרים. ואז, בשיא המתח, במקום להמשיך ולספר לנו מה קרה ליוסף במצרים, עובר הסיפור ליהודה ומתאר את קורותיו הטראגיות בכנען.
מה הקשר בין שני הסיפורים? מדוע נדחף הסיפור על יהודה לתוך הסיפור על יוסף.
איך וועלן לאזן דעם עולם גיין אפלערנען איר מהלך אין די סוגיא, אבער לאמיר פרובירן צו פארן אין אן אנדערע דירעקציע.
*
לעבן אדער טויט אין גן עדן?
זייער אסאך וועלן צושטעלן די אינטערנעט, אדער בכלל די ספיקות אין וואס אונז לעבן, אלס א תוצאה פון טועם זיין די עץ הדעת. ווען מען לערנט אביסל טיפער די פרשה, בלייבט נאר איבער צו שטוינען ווען מען זעט די שארפע ענליכקייטן.
די מעשה פאנגט זיך אן ווען גאט ב"ה באשאפט אדם הראשון, און לייגט אים אריין אין 'גן בעדן מקדם'. די שענסטע פלאץ וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. פון איין זייט גיסט זיך טייכן וואסער און הערליכע וואסערפאלן, פון די צווייטע זייט וואקסן די הערליכסטע בלומען וואס די אוניווערס פארמאגט, פון די דריטע זייט וואקסט גאלדענע, קריסטאלענע, און כל מיני אויג-פארכאפנדע שטיינער. בקיצור: אן אטעם-פארכאפנד אויסבליק.
~
ווען מען באטראכט צוריק אונזערע לעבנסטעג, ווי גאט האט אונז אריינגעלייגט אין די הענט פון א ליבליכע משפחה, ארומגענומען מיט די שענסטע און בעסטע וואס א קינד קען זיך נאר פארשטעלן, פארשטייט מען אז אונז אלע זענען געבוירן געווארן אין א פאקטישע גן עדן. ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו עקסזיסטענציעלע פראבלעמען, האבן אונז דאך ממש געלעבט אין גן עדן. אונז האבן געוואוסט וואס אונזער תפקיד איז, אונז האבן געוואוסט ווער דער ריכטיגער גאט איז, אונז האבן געוואוסט וויאזוי ער וויל מ'זאל אים דינען.
עס איז אמת אז אויך אין גן עדן איז געווען א ציווי 'לְעָבְדָהּ וּלְשָׁמְרָהּ' - מצות עשה און לא תעשה, וואס האבן אונז געמאכט די לעבן אביסל (אדער אסאך) קאמפליצירט. אבער די רואיגקייט פון וויסן וואס מ'וויל פון דיר, וועגט דאך אלעס איבער.
איין זאך זאגט אונז גאט אפ מיט א שטרענגקייט 'מִכֹּל עֵץ הַגָן אָכֹל תֹּאכֵל: וּמֵעֵץ הַדַעַת טוֹב וָרָע לֹא תֹאכַל מִמֶנוּ כִּי בְּיוֹם אֲכָלְךָ מִמֶנוּ מוֹת תָּמוּת'. דערוואג דיך נישט אהינצוגיין.

ביז דא איז אלעס גלאט, אבער די קומענדיגע פאר פסוקים נישט אינגאנצן:
דער נחש שארט זיך צו חוה, און הייבט אן דערקוטשען מיט שאלות און ספיקות. איז עס אמת אז גאט לאזט נישט עסן פון די ביימער דא? חוה ענטפערט אים בתמימות: ניין, גאט לאזט יא, אויסער דעם עץ הדעת, וואס אויב עסט מען פון דעם גייען מען שטארבן אין דעם זעלבן טאג. דער שלאנג לאזט נישט נאך נאר טענה'ט: עה, ענק גייען נישט שטארבן. גאט האט פשוט מורא אז אויב וועלן ענק עסן פון דעם בוים 'וִהְיִיתֶם כֵּאלֹקִים יֹדְעֵי טוֹב וָרָע'. חוה זעט אז די בוים איז געשמאק, און עסט פון דעם געאסר'טן בוים, און געבט אויך איר מאן צו עסן.
זייער אסאך פרטים דא זענען מאדנע, ווי למשל, פארוואס פרעגט דער נחש וועגן אלע ביימער? וויאזוי האט דער נחש געוואוסט בעסער וועגן די טויט-שטראף וואס איז טאקע נמתק געווארן? וואס איז די מאדנע קלעים 'וִהְיִיתֶם כֵּאלֹקִים'? און בעיקר פארוואס האט זיך חוה געלאזט צום סוף? ווייל די ביימער זעהן אויס שיין? האט זי דאס נישט געוואוסט בעפאר דעם שלאנג'ס רייד.
נאר ווען מ'קוקט אריין אין די פסוקים וואס באשרייבן גאט'ס באשאף פון די גן עדן, 'וַיַּצְמַח ה' אֱלֹקִים מִן הָאֲדָמָה כָּל עֵץ נֶחְמָד לְמַרְאֶה וְטוֹב לְמַאֲכָל', און נאכדעם ווען חוה באטראכט דעם עץ הדעת נאך דעם שלאנג'ס איבערעדנדע ווערטער, 'וַתֵּרֶא הָאִשָּׁה כִּי טוֹב הָעֵץ לְמַאֲכָל וְכִי תַאֲוָה הוּא לָעֵינַיִם וְנֶחְמָד הָעֵץ לְהַשְׂכִּיל', זעט מען אז זיי נוצן כמעט אקוראט די זעלבע ווערטער (צולייגנדיג נאר 'וכי תאוה הוא לעינים').
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, די עיקר שיינקייט און אויסטערלישקייט פון די גאנצע גן עדן, איז געווען דעם עץ הדעת. און ווען דער נחש פרעגט איר ווען גאט'ס איסור איבער אלע פירות, מיינט ער טאקע דאס. די עץ הדעת איז די עיקר פון די ביימער, אויב מעגסטו נישט דאס עסן, דעמאלטס וואס מעגסטו יא?
און אויב אזוי פרעגט זיך אליין די קושיא, פארוואס טאקע האט עס גאט געאסר'ט? פארוואס מאכט ער אזא הערליכע פעלד, אויב לאזט אונז נישט עסן פון די געגארטע פירות?
דאס איז טאקע וואס דער נחש פרובירט צו מסביר זיין. ווען גאט האט געווארנט אז ענק גייען שטארבן נאכן עסן פון די עץ הדעת, פון וועלכע שטארבן רעדט ער? ס'איז נאך דאן בכלל נישט געווען קיין גזירת מיתה. נאר די מיתה וואס גאט סטראשעט מיינט דעם גירוש פונעם גן עדן, דעם גירוש פונעם עץ החיים. און דאס, זאגט דער נחש - דאס איז בכלל נישט קיין מיתה. נאר אדרבה, דאס איז די שפיץ לעבן וואס איז שייך. זיין פריי צו האבן אייגענע דעת, צו האבן די פרייהייט צו אויסוועלן א אייגענע וועג, אייגענע נסיונות, אייגענע עליות און ירידות. דאס איז לעבן. וואס דארפסטו מער אז גאט דער מקור החיים, איז טאקע די מקור הבחירה. פארוואס דען נישט מדמה זיין צו גאט?!
~
מען האט אונז אלע יארן אין חדר און אין ישיבה געסטראשעט, אז די רגע וואס מ'גייט ארויס פון די ביהמ"ד ווענט, און מען גייט אריין אין עולם הזה, גייט מען שטארבן א מיתה רוחנית. די סטראשע איז בכלל נישט געווען קיין ליידיגע. מען שטארבט טאקע פון די סארט לעבן, אבער איז דאס בכלל ווערט צו ווערן אנגערופן לעבן?

מען קען נאך אסאך אריינגיין אין דיטעילס און פרטים אין די מעשה פון חטא עץ הדעת, בפרט די קללות וואס גאט האט געשאלטן די אלע וואס עסן פונעם עץ הדעת, די וואס פארלאזן דעם גן עדן. די בולט'ע פון די אלע איז די עצבון וואס קומט פון דעם, ווי 'הַרְבָּה אַרְבֶּה עִצְּבוֹנֵךְ וְהֵרֹנֵךְ בְּעֶצֶב תֵּלְדִי בָנִים' 'בְּעִצָּבוֹן תֹּאכֲלֶנָּה כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: וְקוֹץ וְדַרְדַּר תַּצְמִיחַ לָךְ'. אין אנדערע ווערטער, מיט די אלע חכמה און עץ הדעת, וועסטו קייען שטרוי דיינע לעבנסטעג, און זיך נישט קענען ארויסקריכן מיט א נארמאלע וועג פון לעבן. אבער נישט דאס איז אונזער שמועס.
*
חטא עץ הדעת - די תכלית הבריאה
ס'דא זייער אסאך קושיות אויף די גאנצע בריאת העולם, וואס האט גאט געוואלט מיט דעם, וואס גייט ער האבן פון דעם, און אזוי ווייטער. די תירוצים אויף די אלע קושיות, ווי ווייניג און אומ-צופרידנשטעלנד זיי זאלן זיין, וועלן אלע רעדן נאר נאך די חטא עץ הדעת. פארן חטא עץ הדעת איז נישטא קיין מהלך צו מסביר זיין בריאת העולם.
קומט דאך אויס פשוט, אז די חטא עץ הדעת איז געווען א חלק פון די אויסשטעל פון די בריאה.
נאכמער פון דעם, ווען גאט באשאפט א וועלט וואס אדם עסט נישט פון דעם עץ הדעת, וואלט איך אין גאט'ס פלאץ חרוב געמאכט די וועלט אין יענע מינוט. איך האב נישט באשאפן די וועלט, ער זאל מיר דינען מיט פארמאכטע אויגן, ווען יא, באשאף איך דעם מענטש ווי א מלאך.
און אפשר איז גאר אזוי געווען, 'בנה עולמות והחריבן'. גאט האט באשאפן א מענטש 'אדם', וואס ער האט נישט געגעסן פון עץ הדעת, און... דא ענדיגט זיך די תורה? די גאנצע תורה הייבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט אויב איז נישטא קיין עץ הדעת. האט טאקע גאט חרוב געמאכט די וועלט, און אנגעהייבן פון פריש, וחוזר חלילה. ביז אונזער שטאם עלטערן אדם און האט זיך געלאזט איבערעדן פונעם נחש, און אזוי איז טאקע געשאפן געווארן אונזער וועלט.
~
די ספרים זאגן אז יעדער איד שרייבט זיין אייגענע ספר תורה. ס'איז דא טאקע די וואס זייער ספר תורה ענדיגט זיך גלייך: זיי האבן נישט געגעסן פון דעם עץ הדעת. וזהו.
אבער פון דער אנדערע זייט איז דא אזעלכע ווי אונז, וואס יעדן טאג איז א פרישע פרשה. אנפאנגענדיג ביים חטא עץ הדעת, און זענען ממשיך מיט די דור המבול, דור הפלגה, אברהם אבינו, מצרים, נ"ך, און אזוי ווייטער. דאס איז א לעבעדיגע ספר תורה! דאס איז א ספר שיש בו חיים!

די זעלבע זאך איז אויב יוסף וואלט נישט געווארן פארקויפט פאר מצרים. כלל ישראל וואלט קיינמאל נישט אדורכגעגאנגען די צען נסיונות, די כור היתוך פון מצריים, די מתן תורה ביים בארג סיני. בקיצור, ס'וואלט קיינמאל נישט געווען קיין פאלק ישראל. און באמת שטייט אזוי אין פסוק אין פרשת ויחי, ווען די שבטים פאלן פאר יוסף'ס פוס בעטנדיג מחילה פאר די מכירה. און יוסף ענטפערט זיי 'וְאַתֶּם חֲשַׁבְתֶּם עָלַי רָעָה, אֱלֹקִים חֲשָׁבָהּ לְטֹבָה, לְמַעַן עֲשֹׂה כַּיּוֹם הַזֶּה לְהַחֲיֹת עַ"ם רָב'. צו מאכן א כלל ישראל.
אבער אנשטאט ווארטן ביז פרשת ויחי צו געוואויר ווערן די סוד, האט די תורה אונז אריינגערוקט א געשעעניש מיט יהודה ותמר. תמר וואס פארשטייט אז איר שווער האט איר צוגעפסק'נט אן איינזאמע לעבן, האלט נישט ביים מיטארבעטן מיט די פסק דין, און טוט א מעשה אשר לא ייעשה, דורכן אריינדרייען איר שווער אין א סעקסואלע סקאנדאל. ווען עס קומט אבער די סוף המעשה, פירט יהודה אויס 'צָדְקָה מִמֶּנִּי'. אין אנדערע ווערטער, גאט דארף נישט די וואס גייען אין שפאן, די וואס פאלגן נאך די עקבי הצאן. דוקא די וואס טוען און לעבן, וואס ראנגלען זיך כסדר מיט זייערע נסיונות און קעמפן אין זייער לעבן, די שרייבן זייער אייגענע ספר תורה, און פון דארט קומט ארויס משיח בן דוד.