א חתונה פאר צוויי וועלטן

איך כאפ נישט, א קינד וואס גייט נישט פונקט אויף די מהלך וואס די טאטע האט עם געגעבן, טאר נישט וואוינען אין שטוב??
ער איז מער נישט דיינס??
מ'דארף שוין נישט קערן פאר עם, און עם געבן ליבע פונקט ווי די אנדערע קינדער??

וואס איז זיין זינד? אז ער וויל עפעס (אנדערשט פון וואס דו ווילסט ער זאל וועלן)? אז ער טראכט (אנדערשט פון וואס דו ווילסט)?

באמת, מיט וואס האט ער געזינדיגט? אז ער האט געוואלט? געטראכט? געשפירט?
פליז זיי מסביר!!

וועלכע רעכט געבט דיך צו פארמאכן דיין הארץ, פאר א קינד וואס דו האדעוועסט אויף?
אה!! ווייל די רעליגיע הייסט!
הייסט עס אז דיין רעליגיע קומט פאר דיין נאטירליכע פילינגס.

דו קענסט שרייען אז רעליגיע קומט פאר דיין נאטירליכע געפילן, אבער קום נישט זאגן אז דו קערסט פאר דיין אייגענעם קינד - ווייל דו האסט צוגעמאכט דיין נאטירליכע "עלטערן פילינגס".

האסט גע'לעיבל'ד דיין קינד אלס א קענסער, און אפילו די קעיר פון אזא קינד וואס האט קענסער געבסטו עם נישט!

דיין לויעלטי צו די רע-בנים און די סיסטעם לייגסטו איבער די לויעלטי צו דיין פלייש און בלוט!!

וואו איז די פינטעלע ייד???
אינגאנצן באגראבן?!

נאר וואס די טאטע איז צוריסן.. די פינטעלע ייד לויפט עם נאך.. אבער די לחץ פון די סיסטעם און די וואס שרייען 👇

לייגן אריין די עלטערן אין א גילט טריפ, אז טאמער זיי עקטן אויף די נאטירליכע לאוו, זענען זיי אליינס רשעים!! (פארוואס? ווייל אזוי!).

ס'איז פשוטע רשעות צו שטופן די עלטערן צו ארויס ווארפן די קינדער פונדערהיים און דערווייטערן. דאס איז די רשעות'דיגע סיסטעם וואס לייגט די סיסטעם איבער די יחיד!
נישט אז לעיבעלן די קינדער אלס קענסער איז נישט קיין רשעות, אבער כאטש קומט עס כדי צו מצדיק זיין די קינד, אן דארפן confront'ען די אייגענע ביליעף סיסטעם.
דיין הודעה איז זייער עמאציאנאל און ברענגט ארויס דיין ווייטאג אויף די סיסטעם. ענד איי פיל יור פעין. אבער, די הודעה וואס דו ציטיר'סט ווערט 'אינגאנצן' נישט אדרעסירט, 'קיין איין' פונקט וואס ער האט ארויסגעברענגט ווערט נישט רעאגירט. קוק איבער וועסטו זעהן.
 
איך גיי נישט אריין אין די רעליגיע פארט פון די דיסקאשן, אבער לענ"ד ווען א קינד ווערט עדיקטעד צו דראגס לא עלינו, איז א סיריעס פראבלעם עם צו האלטן אינדערהיים.

דעיס האט נישט מיט סיסטעם און נישט מיט אידישקייט.

ווייטער ווען עס קומט צו אידישקייט, אוודאי דארף מען "עקסעפטן" אבער ווער זאגט אז מדארף עם העלפן? קענסט דא עסן קענסט דא שלאפן, אבער ווילסט רייכערן שבת ? טו וואס דו ווילסט, ביזט לאווד און עקסעפטעד אבער נישט ביים שבת טיש. גיי ארויס סמאוק וויפיל די ווילסט און נאכדעים קום צוריק אריין. פארשטייט זיך אז רייכערן איז נאר א משל.
דאס יא.
צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן זייענדיג אינדערהיים, איז פשוט אוועקשטעלט די שטוב'ס באונדריעס.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס יא.
צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן זייענדיג אינדערהיים, איז פשוט אוועקשטעלן די שטוב'ס באונדריעס.
אבי פישהאף האלט אז לאז דיין קינד זיצן ביים שבת טיש מיט א סמארט פאון , האט באונדעריס, עניוועי אפילו קשר נפשי האט אים אפגעלאזט סא סאיז נישט מער נוגע
 
ס'איז אינטערעסאנט אז אונזער ידיד @איזי פאזען האט אויכעט געהאט א שילוב'דיגע חתונה, אבער סאמהאוי האט עס נישט ארויסגערופן בייזבלוט און געמאכט א טומל ווי חתן דינן...


פערזענליך האט מיר מער גערירט ר' איזי'ס חתונה. די הארמאניע, ראמאנטישקייט, און כבוד הדדי וואס מ'זעט פון די בילדער, איז עפעס ספעציעל.
עס איז אונז געווען וויכטיג נישט צו האבן צוויי באזונדערע חתונות, נאר צוזאמענצוברענגען אלע טיילן פון אונזער לעבן און אלע אונזערע נאענטע אין איין מעמד, אויף ווי ווייט מעגליך. אונז האבן געוואלט אז אונזער חתונה זאל זיין אידישליך אבער לויט אונזערע ווירדן, און מכבד צו זיין אלע משפחה מיטגלידער, וואס א טייל זענען נישט אידן (די כלה איז א גיורת). עס איז געווען אסאך נעגאציאציעס און אסאך קאמפראמיז פון אלע צדדים, אבער צום סוף האבן זיך אלע צוגעשטעלט און עס איז געווען א הערליכע שמחה. אונז האבן אויך געמאכט א באזונדערע גרויסע שבע ברכות וואס איז געווען אינגאנצן אויפן חרדישן שטייגער פאר די משפחה-מיטגלידער וואס זענען געווען אומבאקוועם צו קומען אויף א געמישטע שמחה. מיט סבלנות, שכל און כבוד־הדדי קען מען אסאך אויפטון.
 
עטס הערטס וועכע ניגון זיי זינגען דארט? ליצי ליצנות....
דאס איז לצנות? ווארט נאר ביז ריקי ראוז זינגט ביי לאבין'ס מיקסט חתונה "שקר החן והבל היפי אשה יראת ד' היא תתהלל" 😂
 
Back
Top