א חתונה׳לע
זופ טיילט מען צוויי סאָרט,
סארווירער מיט שווארצע העמד,
גיסן אן דעם מלמד,
ברענגן מאלצייט,
ביי מצוה טאנץ ליידט,
פארגאזט איז דאס ווארט,
בילדער כאפט מען,
איינמאל צו קוקן,
א טאג דערויף - ארומצושיקן,
פאמיליע פאברענגט,
קוים הערט מען א וואָרט,
מען עסט און טרינקט,
א גאסט עסט טאָרט,
יואלי מאכט חתונה,
מיט א בת יחידה,
אויפגעצויגן מיט שווייס,
האט איר מחותנת'טע בלימה,
מיט א בינטעלע געלט כמלוא נימא,
פון געבורט ביז דעם נאכט,
מער געדאַכט,
געדאגה׳ט געמוטעשעט,
ס׳פּיצל געקוויטשעט,
דאס לעבן דערקוטשעט,
איבער תכלית גע׳ניטשה׳ט,
די חתן טאנצט,
שעהמט זיך פון יעדן,
א ביימעלע פלאנצט,
דין ווי א בעזעם,
וואס איז צומארגנס,
נאך די געפּילדער,
וויפיל זארגן,
ווי א טאג ווילדער,
יעדער טאנצט מיט,
מ׳באשווערט אים ס׳איז גוט,
בּוי בּוי בּוי,
נון בּוי,
פערענץ מיט גאמבא,
פּערל מיט לאנדא,
א בית נאמן,
מארגעזש א זשאמבא,
זיידעס קוועלן,
קאזינעס הייבן פיס,
מומעס קושן,
פריינדינעס לאַכן זיס,
קליידונג אויף להכעיס,
בּאַבּעס שעפן נחת,
מאמעס וויינען,
א שמחה א שיינעם,
ערייכט, דערגרייכט,
מ׳האטעס געמאכט,
ענדליך איז די חתונה נאכט,
מ׳באגלייט ארויס,
בויט א הויז,
א דור קומט,
נאך א קינד ערציען,
די ציכטיגע כלה,
וועט פאר עס מיהען,
אויסטאן וועט זי דעם ווייסן קלייד,
פונעם קורצן יוגנט געבן א שייד,
שמיציג מאכן וועט ער די שיין פון די שוך,
ארבעל שאַרן געשווינד און גיך,
טאנץ טאנץ טאנץ,
א ביימעלע פלאנצט,
טאנץ טאנץ טאנץ,
קעגן טייערע קראנץ,
טופּע טופּע,
אבער בלייב מיטן שוואנץ,
ארבעט שווער,
אבער בלייב מיטן גלאנץ,
דער חתן קען קוים די מצוה,
די כלה קוים די חתן,
ניטאמאל ווייסט זי - מ׳רופט אים נתן,
אהיימגיין זיי וועלן,
אויף די אייגענע שוועלן,
וועט זי אים געפעלן,
איבער גרייטע שאקאלאד,
פון די מאמע נישט ווייט,
ווי אנדערע יונגעלייט,
מיט פנים׳ער גלאט,
וואס שטופן די צייט,
חנה׳לע חנה׳לע,
ווי לבנה די שיינסט,
עס א מאראנץ,
יעצט ביסטו מיינס,
לאמיר זיך שעהמען איינאיינעם,
פארצייל נישט קיינעם,
זאל יעדער מיינען,
זיין צופרידן,
נאר אינעווייניג וויינען,
ווי עהרליכע אידן,
(א געשרייבאכטס פון א נעכטיגע חתונה)
זופ טיילט מען צוויי סאָרט,
סארווירער מיט שווארצע העמד,
גיסן אן דעם מלמד,
ברענגן מאלצייט,
ביי מצוה טאנץ ליידט,
פארגאזט איז דאס ווארט,
בילדער כאפט מען,
איינמאל צו קוקן,
א טאג דערויף - ארומצושיקן,
פאמיליע פאברענגט,
קוים הערט מען א וואָרט,
מען עסט און טרינקט,
א גאסט עסט טאָרט,
יואלי מאכט חתונה,
מיט א בת יחידה,
אויפגעצויגן מיט שווייס,
האט איר מחותנת'טע בלימה,
מיט א בינטעלע געלט כמלוא נימא,
פון געבורט ביז דעם נאכט,
מער געדאַכט,
געדאגה׳ט געמוטעשעט,
ס׳פּיצל געקוויטשעט,
דאס לעבן דערקוטשעט,
איבער תכלית גע׳ניטשה׳ט,
די חתן טאנצט,
שעהמט זיך פון יעדן,
א ביימעלע פלאנצט,
דין ווי א בעזעם,
וואס איז צומארגנס,
נאך די געפּילדער,
וויפיל זארגן,
ווי א טאג ווילדער,
יעדער טאנצט מיט,
מ׳באשווערט אים ס׳איז גוט,
בּוי בּוי בּוי,
נון בּוי,
פערענץ מיט גאמבא,
פּערל מיט לאנדא,
א בית נאמן,
מארגעזש א זשאמבא,
זיידעס קוועלן,
קאזינעס הייבן פיס,
מומעס קושן,
פריינדינעס לאַכן זיס,
קליידונג אויף להכעיס,
בּאַבּעס שעפן נחת,
מאמעס וויינען,
א שמחה א שיינעם,
ערייכט, דערגרייכט,
מ׳האטעס געמאכט,
ענדליך איז די חתונה נאכט,
מ׳באגלייט ארויס,
בויט א הויז,
א דור קומט,
נאך א קינד ערציען,
די ציכטיגע כלה,
וועט פאר עס מיהען,
אויסטאן וועט זי דעם ווייסן קלייד,
פונעם קורצן יוגנט געבן א שייד,
שמיציג מאכן וועט ער די שיין פון די שוך,
ארבעל שאַרן געשווינד און גיך,
טאנץ טאנץ טאנץ,
א ביימעלע פלאנצט,
טאנץ טאנץ טאנץ,
קעגן טייערע קראנץ,
טופּע טופּע,
אבער בלייב מיטן שוואנץ,
ארבעט שווער,
אבער בלייב מיטן גלאנץ,
דער חתן קען קוים די מצוה,
די כלה קוים די חתן,
ניטאמאל ווייסט זי - מ׳רופט אים נתן,
אהיימגיין זיי וועלן,
אויף די אייגענע שוועלן,
וועט זי אים געפעלן,
איבער גרייטע שאקאלאד,
פון די מאמע נישט ווייט,
ווי אנדערע יונגעלייט,
מיט פנים׳ער גלאט,
וואס שטופן די צייט,
חנה׳לע חנה׳לע,
ווי לבנה די שיינסט,
עס א מאראנץ,
יעצט ביסטו מיינס,
לאמיר זיך שעהמען איינאיינעם,
פארצייל נישט קיינעם,
זאל יעדער מיינען,
זיין צופרידן,
נאר אינעווייניג וויינען,
ווי עהרליכע אידן,
(א געשרייבאכטס פון א נעכטיגע חתונה)