הידורים אויף פסח

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
173
רעאקציע ראטע
519
חומרות האט מען שוין דורכגעטון....
יעצט וויל איך פרעגן לגבי הידורים, כמבואר חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם...די עדווערדייזמענט זענען פול מיט פראפעגאנדירן צו "זיצן ביים סדר ווי א מלך" וכדומה, פון מצה טאשען/פסח סעטס ביז שטיקער זילבער אזש די עולם לויפט און קויפט שטיקער זילבער כאילו עס איז קארטאפל.. וואס איז פשט פון דעם? פאר די פאר שעה א יאר זיך לאזן קאסטן די אסטראנאמישע סכומים? מיינט איר מען דארף מאכן סדר נאכט תקנות?
 
די עולם לויפט און קויפט שטיקער זילבער כאילו עס איז קארטאפל.
נאך א מזל דו זאגסט נישט אייער, ווייל מ'קויפט שוין היינט טאקע ווייניגער דערפון...


למעשה גערעדט, קאנסומען מער פראדוקטן איז די וועג -אדער סימן- וויאזוי אן עקאנאמיע וואקסט (קוק אהער איך בין שוין א מבין היינט... :p). די איינציגסטע פראבלעם ביי אונז איז אז די געלט איז נישט קיין 'עכטע', ווייל מיר ארבייטן נישט פראפארציאנאל צו וואס מיר ספענדן, און אונזער אידישע הוצאות און צודרייטע סטאנדארטן שטייגן איבער אונזער געצוימטע הכנסות - ארויפרוקנדיג דעם עולם אויף צדקה קאסעס איינס ביי איינס..
 
נאך א מזל דו זאגסט נישט אייער, ווייל מ'קויפט שוין היינט טאקע ווייניגער דערפון...
לאל
למעשה גערעדט, קאנסומען מער פראדוקטן איז די וועג -אדער סימן- וויאזוי אן עקאנאמיע וואקסט (קוק אהער איך בין שוין א מבין היינט... :p).
פיין
קענסט דאך זאגן די זעלבע תירוץ אויף חתונה מאכן,
הגם אז אין הנידון דומה לראיה און ביי חתונה מאכן רעדט מען פון שווערע אלפים אבער די געדאנק איז ענדליך
 
לאל

פיין
קענסט דאך זאגן די זעלבע תירוץ אויף חתונה מאכן,
הגם אז אין הנידון דומה לראיה און ביי חתונה מאכן רעדט מען פון שווערע אלפים אבער די געדאנק איז ענדליך
נישט ממש, ווייל קויפן זילבער, שיינע מצה טאשן, און טייערע עסן, (פונקט ווי טייערע קארס, בעסערע וואש מאשינען, און די לעצטע מאדעל פאון, אין אלגעמיין) ברענגט ארויף די קוואליטי פון די אלע זאכן, די פרייזן ווערן עווענטואל ביליגער, און בעיקר האט מען באמת הנאה דערפון. משא"כ חתונה מאכן און ספענדן געלט פאר 'יענעם' אדער פאר סטאנדארטן וואס יעדער 'וואלט ווען געוואלט' פטור ווערן (ווען נישט די מחותנ'יסטע אין בילד..)
 
חומרות האט מען שוין דורכגעטון....
יעצט וויל איך פרעגן לגבי הידורים, כמבואר חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם...די עדווערדייזמענט זענען פול מיט פראפעגאנדירן צו "זיצן ביים סדר ווי א מלך" וכדומה, פון מצה טאשען/פסח סעטס ביז שטיקער זילבער אזש די עולם לויפט און קויפט שטיקער זילבער כאילו עס איז קארטאפל.. וואס איז פשט פון דעם? פאר די פאר שעה א יאר זיך לאזן קאסטן די אסטראנאמישע סכומים? מיינט איר מען דארף מאכן סדר נאכט תקנות?
גלייב מיר אסאך פון די וועלכע לויפן קויפן און ספענדן זייערע הויזן האבן עס נישט אבער זיי מוזן אנשטעלן א פנים כאילו ס'גיסט זיך ביי זיי.
ווייל מ'מוז דאך טוהן שיינע שידוכים, איי דער מיט וועם דו ביסט דיך משדך מאכט דעם זעלבן חשבון און מעקסט אויף קרעדיט קארדס לייק טהער איז נאו טאמאראו, אלזא פאר די חברה העלפט נישט קיין תקנות. און בכלל די ווארט אדער די געדאנק פון תקנות איז נאך א וועג פון צוימען די מענטשהייט, די סאסייעטי וועלכעס איז שוין געצוימט עז איז צו וואס פעהלט אויס נאך? ענדערש זאלן זיי ספענדן די העלל אוט אוו טעהר פאקעטס ביז זיי וועלן עס שפירן אויף די אייגענע עקספיריענס. קיין שום תקנות גייט נישט לערנען דעם מענטש וויאזוי צו באדזשעטן זיינע טאשן נאר זיין אייגענע עקספיריענס
 
די פראבלעם איז אויך אז דער עולם שפענדט געלט אויף זאכן וואס מ'ownd נישט, וויפיל מענטשן קענסטו וואס קויפן זאכן אנשטאט רענטן/ליסען? א קאר ליעסט מען יעדע דריי יאר און ס'מוז זיין פון די נייעסטע און מערסטע סאפיסטיקירסטע מאדעלן נאך דריי יאר געדענקט מען שוין ניטאמאל וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן, אלע פאמיליע מעמאריס וואס איז אלץ אריין אין דעם קאר אלעס איז גאן!

מענטשן וואס פארמאגן נישט קיין אייגענע דירות/הייזער און די גליקליכע וואס פארמאגן שוין יא א דירה, איז עס אין א ריזיגע בילדינג ווי מ'לעבט אין א שעלוו לייף, מ'שפירט ווי מ'owned עכט גארנישט, ווינטער ברויך מען נישט אוועק קערן די שניי, זומער ברויך מען זיך נישט זארגן איבער די ביימער, אמער די מענעדזשמענט נעמט דאך קער, איך בין דאך אן עושר! א גביר! א באלעבאטישער יונגערמאן, איך געב מיך נישט אפ מיט די נארישקייטן! זאל דער ספאנישער גוי צו ווער עס טוהן.

און די זעלבע איז ווען ער קויפט די זילבער צו באצירן זיינע פסח טישן, רובא דרובא פון די געלטער קומען פון קרעדיט קארדס ווייל העלא כ'מידאך שפילן עושר, און נאכדעם ווען מ'איז שוין מעקסטאוט מאכט מען א סעטעלמענט מיט די קרעדיט קארדס און מ'הייבט אן פריש. די אינטערשטע שורה פון די אלע געספענדערייען איז אז מ'owned גארנישט און דערפאר אפרישיעט מען עס נישט און דעם נעקסטן חודש ניסן איז מען שוין נאכאמאל ביים זילבער סטאר
 
Back
Top