הילף איבער 'קרעמל'

וויאזוי לייגט מען ארויף א פי די עף?
לכאורה ביי לייג צו פייל, דארט קענסטו וועלן פון דיין דיווייס וואטעווער יא וואנט

1000051558.jpg
 
וואו אזוי ווערט געבוקמארקט ווי איך האב געענדיגט ליינען? איך זע נישט אזא אפציע?
 
עס ווערט אויטאמאטיש, דעם קומדיגען מאל מען קומט צירוק שפרינגט עס גראד צום מקום ווי מען האט אפגלאזט.
איך האב אזוי שטארק הנאה פון דעם פיטשער! ס׳א מחי׳. אין ק״ש האב איך עס נישט געהאט

אויך בין איך געוואלדיג מכיר טובה די נייע פיטשער אז מ׳קען שוין מישן צום נעקסטן בלאט אין א אשכול פון אויבן אויך (מ׳דארף מער נישט סקראלן אראפ יעדעס מאל מ׳וויל מישן צום נעקסטן בלאט.

די ארבעט וואס די געטרייע חברים לייגן אריין אונטער די קוליסן קען מען נישט גענוג באדאנקען!
 
איך האב אנגעהויבן א שנירל אינדערהיים אויפן קאמפיוטער און עס נאך נישט געפאוסט, יעצט זוך איך אויף מיין פאון די דרעפט און איך קען עס נישט טרעפן.

עני העלפּ?
 
איך האב אנגעהויבן א שנירל אינדערהיים אויפן קאמפיוטער און עס נאך נישט געפאוסט, יעצט זוך איך אויף מיין פאון די דרעפט און איך קען עס נישט טרעפן.

עני העלפּ?
אויב מיינסטו דא א טעכנישע פראבלעם, אז די notes אויף דיין פאון האט נאכנישט synced up מיט די לעצטע אקטיוויטעטן פון דיין קאמפיוטער, איז געווענטליך דא 2 עצות וואס איך פרוביר
- מאך זיכער די אינטערנעט איז on אויף ביידע (אויב דיין פאון טשארדשט זיך און ס׳איז אויסגעלאשן בשעת די שרייבסט אויפ׳ן קאמפיוטער איז לאו דוקא ס׳וועט מאכן אויטאמאטיש דעם update
-אויב אויף ביידע דיווייסעס איז די אינטערנעט on און נאך אלס קומט עס נישט ארויף אויף דיין פאון, קען זיין דיין פאון איז פול (אזוי איז עכ״פ געווען מיט מיינס), און ווי נאר איך האב געשריבן א נייעם note אויף מיין פאון - אוודאי מיט די internet on האט עס גע’prompt מיין פאון עס ענדליך צו אָפּדעיטן.

אויב קלערסטו אז פון דיין קאמפיוטער איז עס אפשר פארשווינדן, דעמאלס ווייס איך נישט וויאזוי צו העלפן (חוץ אויב דו האסט נאכנישט געטשעקט recently deleted -דעמאלס קענסטו סקראָלן ביז אונטן פון אלע דיינע notes און אפשר קענסטו דארט עס טרעפן אין די פוילדער recently deleted -אויב מ׳האט עס בטעות פארמעקט
 
שכוח עניוועי

מיין פראבלעם איז נישט געווען אז ס'האט זיך נישט געסינקט, מיין פראבלעם איז געווען אז איך האב פשוט נישט געוויסט ווי עס צו זוכן.

נארמאלערהייט ווען מ'שרייבט א דרעפט אין א אשכול קענסטו עס אלס דארט טרעפן אינעם אשכול, אבער איך האב אנגעהויבן א פרישע שנירל האב איך עס נישט געקענט טרעפן.

למעשה האב איך געקוועטשט די קנעפל עפן א נייע שנירל, און ס'ארויפגעקומען די שנירל וואס איך האלט אינמיטן שרייבן.
 
פארוואס באקום איך אלערטס ווען ס'קומט צו נייע הודעות אין אשכולות וואו איך האב זיך לגמרי נישט איינגעשריבן?
 
פארוואס באקום איך אלערטס ווען ס'קומט צו נייע הודעות אין אשכולות וואו איך האב זיך לגמרי נישט איינגעשריבן?
אויב האסט געשריבן דארט א הודעה רעכנט דער סיסטעם אז דו האסט זיך איינגעשריבן דארט.
(אזא בחי' פון מעלה עליו הכתוב)
 
אויב האסט געשריבן דארט א הודעה רעכנט דער סיסטעם אז דו האסט זיך איינגעשריבן דארט.
(אזא בחי' פון מעלה עליו הכתוב)
ס'איז דא א וועג עס צו סטאפן?

ס'מאכט מיר נערוועז, איך באקום אימעילס אויך.
 
@תרמב אפשר גיי אריין אינעם אימעיל און פון דארט דריק disable all emails
 
ווי אזוי ווער איך א וועטעראן?
 
איז דא עני וועג צו זעהן ווען א ניק איז לעצט געווען אקטיוו (חוץ פארשטייט זיך קוקן ווען ער האט געשריבן די לעצטע מעסעדזש)?
 
Back
Top