היפיס

סוף כל סוף

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יאנ. 30, 2025
מעסעדזשעס
29
רעאקציע ראטע
80
פונקטן
23
מיין נעקסקטע ארטיקעל איז א דירעקטע המשך פון די פאריגע ארטיקל איז ביטע ליינט עס
beatniks
אויב די ביעטניק איז דא צו באפרייען זיין מח אין א קאווע הויז אין סאן פראנציסקא, איז די היפי דא צו באפרייען זיין הארץ און זעהל אין גאטס בריאה, ער גלייבט אז מען ברויך אוועק לויפן פון די שטאט וואס איז אנגעפילט מיט שנאה, קנאה, און גאווה, מיר מענטשן באלאנגן און שויס פון נאטור, לעבנדיג בשלום מיט זיך און די ארומיגע, אנשטאט די סעלפיש אין קאלטע מענטעלעטי פון די שטאט, לעבט מען מיט א ווארימע געטריישאפט צו די געמיינדע, אין נאטור שטעל דיר פאר א לעבן, ווי עס איז נישטא קיין זייגער, טעלעפאנען, בלויז זיצען אין נאטור באטראכטן די זון אויפגאנג צו די קלאנגען פון א גיטאר, עס איז נישטא קיין מקום פאר געלט, דאס איז דאך די קארטלעך פון די שטן, אינז צו מאכן שפילן די לעבן וואס אינז זיכן דאך צו אנטלויפן פון, א גרויסע עבודה ווערט אריינגעלייגט אויסצוברייטערן די קאנטשעסנעס און זיך קאנעקטן צו די ברואה, דורך LSD, אדער שוועמלען, און אייואסקע, מען גלויבט אז צו זוכה זיין צו שמחה, וועט נישט העלפן נאך א מיליאן דאלער, בלויז זיין ארומגענימען מיט און געטריי צו קאמיונעטי אין נאטור, זיין וואול אין סימפאטיש צו יעדעם ציגלייך, ער האלט אז די מענטשהייט איז פארקראכן און פארנארט געווארן, צו לעבן אן אינדוסטריאלע לעבן ווי מען איז מחשיב, מאכט, עגא, הייעראכיע, איבער גלייכקייט, ישרות, און אהבה, ער גלייבט אז מלחמה איז א זאך וואס איז אימנויטיג, ציטיילט מענטשן, מאכט חרוב די ברואה, און איז גורם אימזינסטע פיין, אין איז בלויז א מיטל פאר דו וואס זענען אין שפיץ, צו בלייבען אין שפיץ, און צו זאמלען מער געלט, וואס האלסטו וואלט נישט געווען בעסער פאר די מענשהייט צו לעבן אזוי, ווי איידער אנגעהויפענט איינער אויפן צווייטן, ווי סארדינען און גרויסע שטעט, וואלט אינזער מאטריעליסטישע לעבנס שטייגער, נאך געהאט א טעם נאכן טועם זיין זיצען אין נאטור, אן קיין דאגות אין הנאה האבן פון די לעבן?
 
Back
Top