כוואליעס ארטיקל היסח הדעת - לעא XVI

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

לעא XVI

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 15, 2025
מעסעדזשעס
1
רעאקציע ראטע
9
פונקטן
3
איך עפן דעם אשכול כדי צו הערן אייערע געדאנקען, הערות, און פידבעק אויף דער מעשה.

פילט אייך פריי צו דעבאטירן און לאזן הערן אייער מיינונג.

ליינט און האט הנאה!
 
ס'איז אייזן! כ'האב זייער הנאה געהאט, הגם ס'האט א שווערע ענדונג.
 
איך עפן דעם אשכול כדי צו הערן אייערע געדאנקען, הערות, און פידבעק אויף דער מעשה.

פילט אייך פריי צו דעבאטירן און לאזן הערן אייער מיינונג.

ליינט און האט הנאה!
איך זע נישט קיין מעשה
 
אוי איז דעס געווען גוט! כ'האב אזוי געלאכט! אריין שטופן צעטלך פארן חתן... 😂😂😂
 
איך האב מיך אלס געווינדערט וואס די פרויען זאגן דארט ביי די חופה....
:p:p:p
זייער זיס
אבער א טרויעריגע ענדינג... איי געס איך האב זייער קאנעקטעט מיט משה יוסף'ן....
 
וואס פאר א זיסע סיפור!

איך מיין אז מיר זענען אלע משה יוסף׳ס גילגול, אדורכגעגאנגן די זעלבע ניסיונות און מען שטארקט זיך, ב״ה יום יום, מ׳זיצט אין טוילעט און מ׳סקראולט אינסטעגראם אין מען מאכט היסח הדעת, דער אויסגעווארטער בן דוד מעג שוין קומען, יא, ער מעג שוין קומען. די מציבה לייגער זאגן טאקע אז מיר זענען נישט מסיח דעת אבער זיי ווייסן נישט אז מען איז שוין אנגעקומען צום ענדגילטיגן היסח הדעת, מיר זענען טיף אין תחת, וַיִּסְעוּ מִמַּקְהֵלֹת וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת, וַיִּסְעוּ מִתָּחַת וַיַּחֲנוּ בְּתָרַח, מ׳סקראולט און מ׳סקראולט, מ׳פארט און מ׳פארט ווייטער און ווייטער, מ׳שטעלט זיך נישט אפ פאר א מינוט.

לֹא הַמֵּתִים יְהַלְלוּ יָהּ, משה יוסף איז נעבעך געשטארבן מיטן פליפ פאון אין טאש און מיט זיינע צעטלעך, אבער מיר וועלן לויבן גאט פון היינט ביז אלעמאל, מען איז אנגעקומען צום ניינטן נאָט גאר, ניצחנו ונצח, הפלא ופלא, כן מסיחים דעת מן המשיח, יוסי גרין׳ס קשיא איז ענדליך פארענטפערט.
 
Back
Top