היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא שטעטל

איך האב יעצט געגקוקט אביסל ביים ארבעטן אויף איין סקרין.

די קולטורישע ערשיינונג איז א נקודה למחשבה. פאר עפעס א סבה האבן חסידים אן אבסעסיע מיט 'סדר הבאסעס'. מ'דארשט נאך אן ארגאניזירטע עווענט, ווי אלס קלאפט, יעדער שטייט שיין אויסגעשורה'ט, יעדער אין זיין פלאטץ, מיט א וועד המסדרים און ארבעט פאר יעדער ליידיגייער. די קינדער שאייען נישט מיט זייער טאטעס, זיי שטייען מיט זייער מלמדים, און אלס איז הערליך 'שיין'. ביי אונז, איז א הכנסת ספר תורה א מישמאש, ווי יעדער טאטע שלעפט א פאר קינדער, און דערנאך זוכט זיין ווייב צווישן די אלע פרויען צוריק צו געבן די בעיבי וואס האט געבראכן פון די פעקעלע.
אפילו דער רבי'ס אייניקלעך וואס זענן נישט אזוי אייאייאיי, און די קינדער מיט טשאפס, שטייען אין די ריכטיגער פלאטץ, און אלס מוז פארן ווי א זייגער. עס איז א מאדנע תאווה וואס מענטשן האבן, און איך קען עס נישט איינשלינגן. איך האב אן אלערגיע פון באטייליגן אין אזעלכע מעמדות.
איך פערסאנאלי קוד קער לעס אבער זעט אױס ביזט נאך צו יונג צו געדענקען אײדער מהאט אײנגעפירט דעם מושג פון סדר. איך געדענק נאך װען סאטמארער רב זצל איז געקומען קײן מאנסי אין ל״ט און ארום די מאביל איז געװען בעיסיקלי א שלאכטפעלד..
 
עס קען זיין עס האט צי טון מיט די קהלה
 
Wow

כ'האב נישט געוואוסט מ'האט דא באמת זה-שקנה-חכמה'ניקעס דא.

יעצט בין איך שוין טאקע נייגעריג וואס דו קענסט שוין נישט, וואס האסט יא "אמאלגעקענט".
װאס האביך דא געשריבן װאס רעגט דיך אזױ אױף?
 
װאס האביך דא געשריבן װאס רעגט דיך אזױ אױף?
חס ושלום... ווי האסטו געזען איך בין ברוגז.

איך זאג, אז דו געדענקסט ל"ט, מוזטו שוין זיין פון די עלטערע דור (זקן - זה שקנה חכמה).

(די צווייטע האלב איז א קארני זשאוק מיט דיין ניק נאמען.)

איך האב מיר נישט גוט ארויסגעברענגט מעגליך.
 
Sorry נישט פארשטאנען
 
איך פערסאנאלי קוד קער לעס אבער זעט אױס ביזט נאך צו יונג צו געדענקען אײדער מהאט אײנגעפירט דעם מושג פון סדר. איך געדענק נאך װען סאטמארער רב זצל איז געקומען קײן מאנסי אין ל״ט און ארום די מאביל איז געװען בעיסיקלי א שלאכטפעלד..
ביסט גערעכט, אזוי האט זיך עס אנגעהויבן, ווען מענטשן האבן געקלאמערט זיך צו באהעפטן צו א צדיק פון אים צו לערנן מדות טובות ודרכי העבודה. פון דעם האט זיך עס דערקייקעלט צו די באהעפטונג לשם באהעפטונג. דערנאך איז מען אנגעקומן צו א באהעפטונג צו יעדער וואס פארשטעלט זיך ווי א צדיק, און דערנאך איז מען אנגעקומן צו דער זיך באהעפטן צום פארטיי און צו די באהעפטונג זעלבסט.

איך קלער אפשר אז בעלזא איז שולדיגט אין אריין ברענגן די מושג פון סדר ביי די אלערליי עווענטס, אבער אלע האבן זיך צוגעשטעלט, און לעצטענס אפילו די ליטווישע האבן אנגעהויבן מיט די סארט שטותים.
 
ויהי אחרי הטראסק... און וואס איז יעצט ?
יעצט ווייסט שוין יעדער סקווער קען טוישן די וועטער אינמיטן ווינטער און ער האט 3000 מענטש ווארלד-ווייד...
 
ויהי אחרי הטראסק... און וואס איז יעצט ?
יעצט ווייסט שוין יעדער סקווער קען טוישן די וועטער אינמיטן ווינטער און ער האט 3000 מענטש ווארלד-ווייד...
יעצט וועט מען האבען מיט וואס זיך צו האלטן קליין ביי די ביקורים קודש
 
Back
Top