היט ענד ראן - וואס אינזערע היטן דערציילן אונז

ספרא

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 1, 2025
מעסעדזשעס
25
רעאקציע ראטע
214
פונקטן
23
דער חסידישע לבוש פארציילט אסאך, זייער אסאך, א שטיק צייט צוריק האט עמיצער ארויסגעלייגט א ארטיקל ווי ער צונעמט שיך, האב איך אפגעמאכט ארויסצולייגן א אלטע פארשטויבטע ארטיקל מיינע וואס איך האב שוין אפגעשריבן א וויילע צוריק,
ליינט און שמייכלט...
------------------------------


דער רונדיכיגער שטאפן היט
1000030032.webp

זיכער געלערנט אין א לומדישע ישיבה אלץ בחור, זיין רימעליס גלעזער מיט שיכטן סקאטש טעפ דערויף דערמאנט אביסל די אינגל מיט די הויזן צום הארצן, זיין היט דערמאנט שטארק די פייער פייטערס פון די ניינצן דרייסיגערס, זיין כאלאט, ווי ביי די ענני הכבוד וואקסט מיט מיט אים, ער איז פלאטשיג, נייטראל, קענסט אריינבלאזן אין איין אויער און סוועט ארויסקומען שטורעמיש פון די צווייטע,
סתם אזוי טראכט ער נישט, קלאצן איז זיין בעסטע מתנה,
קענסט אים נישט מרמז זיין גארנישט, אלץ דארף מען אים קלאר מסביר זיין ברחל בתך הקטנה,
אלץ געפלויט מיטן סיסטעם, ווייסט נישט פון עפעס אנדערש צו זאגן
עכט עכט רעגעלער,
האט זיך זיינע צוויי דריי חברים אין בעסמעדריש זיי גריסט ער וזה הוא
דרייט זיך אפט ביים ריבניצער'ס ציון,
א שלעכט ווארט וועסטו פון אים קיינמאל נישט הערן, אבער א גוטע אויך נישט,


דער קוטשמע איד
1000030042.webp


דא האט איר דעם סענז סטריט איד,
ער ווייסט זייער גיט אז סאיז שוין נישט אין סטייל די קוטשמע זיינעם, זיינע איר אייניקלעך האבן עס אים שוין טויזנט מאל מרמז געווען, אריינגערעכנט אויך דאס אים קויפן א מתנה א נייע היט, אבער גארנישט העלפט נישט, ער געדענקט נאך דעם רבי'ן פארן סטראוק, יעדע שבת נאכמיטאג, יהרג ואל יעבור מיז זיך די גאנצע משפחה צוזאמקומען צי הערן זיינע מופתום, וואס ער האט שוין איבערדערציילט טויזנט מאל ועד בכלל וואס ער האט געהאט מיטן רבין זכרונה לברכה, גאנץ פעשליך, באוועגט זיך שווער, זיין אומגעמאכטע ברייט באוואקסענע בארד, דערמאנט אביסל דעם זקינך ויאמרו לך איד פון די מחנים ביכער, האט אייביג אין טאש כאטש צוויי באקסעס ציגרעטלעך און קען נישט דערליידן די היינטיגע איסיקס,
שוין א בן שישים, עפענט די מקוה יעדע אינדערפרי, אבער מאכט עס אויך צי, ציווארפענדיג פאר די אינגע דור אנווייזונגען אויף יעדע זאך שייך, אנגעהויבן מיטן זיך אין מקוה מיטכאפן, געענדיגט ביי הלכות השקה,
זיין הויזן טראגער, באהאלטן אינטער א געקעסטעלטע וועסטל מיט צוויי פענעס און א טאשן זייגער דערויף, לאזט אויף אים סימנים ווי די תפילין אינדערפרי,
גראדע פלעגט ער זיין אמאל סאקסעספול דעליווערינדיג פיש פאר אחינו בני ישראל, אבער נאכן פריצייטיג ריטייערן האט ער אנגעהויבן מיט דעם באס דרייוועריי דערנאך וואס די שטוב האט אים מרמז געוועהן כמה מעלות טובות די גאנצע עולם וועט דערפון ארויסנעמען אויב ער וועט א ארבעט פארמאגן
זיין פרישטאג טעגליך, אייער סאלאט מיט וועטשטעבולס, עסט ער אינעם חק שטיבל אויסהערענדיג דערביי מיט אינטערעסע ר' יוסף חיים גרינוואלד,


דער שמאלע ברים
1000030041.webp


ער רעדט זיך עכט איין אז דאס איז מעכטיג, ער וואקט מיטן קאפ ארויף אלעמאל, גראדע וואלט ער גערן געטוישט היט, אבער ער האט נאר נישט די געלט דערפאר, אמאל ווען מהאט געוויינט צי אים אז זיין היט איז שוין קליין, האט ער עס דיירעקט געוואלט, היינט קען ער זיך שוין נישט ערלויבן עפעס אנדערש,
ער האט שוין זיכער פארפאסט צוויי ניגונום, קיין שאלה, ער האלט זיך פאר א מורא'דיגע מבין אויף מוזיק, האט א דעה אויף יעדע פרשה ביי כלל ישראל, ער זעט גראדע אויס אביסל ווי די נייגעריגע מענטש פון די הצלה גאו שפיאן ווען ער יאגט אריין אין מקוה ביי חצות שנאפענדיג אינפארמאציע פון די בעל בתישע שטיפערס צי האבן וואס איבערציזאגן שפעטער אלץ אייגענע אנאליז, אבער ער איז שוין מער פון די אויפגעקלערטע, ער האלט אז העריס וואלט געווען גיט, און אז טראמפ איז א נאצי, די פייער אפשטעל וואלט נישט געדארפט געשען, און אז מאיז קיינמאל נישט געווען אויף די לבנה,
דרייט זיך אין טאש מיט די קלענסטע סייז טעבלעט האפענדיג אז מען מיינט סאיז א געהעריגע פאון, ציטערנדיג פון זיין שווער זיך צי ערלויבן א אפציעלע כלי,
זיין שפיציגע אינדערוואכן שבת שיך מיט א גרויסע באקל פון פארנט מיט א סעמי תימנישע גלעזער, ערלויבט אים שוין דאס זיך ארומצידרייען שטענדיג מיט א גאנץ בעל בתיש'ע געהענגעל שליסלעך,
נאך אלץ קינד האט ער שוין פארלאנגט צי באשמירן זיין פיאות מיט צוקער וואסער פרובירונדיג זיך ארויפציריקן אין ראנג אין כתה, א זאך וואס איז נעבעך קיינמאל נישט געלונגען,
העד ענד שאלדערס וועט ער פאר קיין פרייז נישט לייגן, אין אינטער צוויי האנטוכער קען ער פשוט נישט טריקן מאכן זיין אויסגעמאגערטע פלג גופא, ער אוינט צוויי רעדיאס, אין פאלויט יוסי געשטעטנער, גייט משוגע פאר ליפא אין קען נישט דערליידן חזנים, ענגליש האט ער קיינמאל נישט געקענט, אבער די עמי איז א בן בית ביי אים אין שטוב, א גאנצן טאג קייט ער עפעס, קיינער האט דעם סוד וואס ער קייט, נאך פון אים נישט ארויסבאקומען, ער ווייסט אייביג די ערשטע די נאמען פון די נעקסטע פלעי, די דשזים יעדן טאג איז חק ולא יעבור, פשוט אלס געזינטהייט, טראכט ערנסט זיך צי אריבערציען קיין קאסא גראנדא האלטענדיג אז דארט איז די עתיד פון כלל ישראל,
ער האט שוין אפילו פאר א שטיק צייט אנגעהויבן צוביסלעך טייטענען דעם הויזן, ביז זיין בלוט צירקלעריי האט אים מרמז געווען אז סאיז נישט קיין תכלית אזוי,
אבער דוקא די סטייל מענטשן גלייך איך די מערסטע...


דער ברייטע רבישע היט
1000030043.webp


רעביש געשטימט, אגב, ער שטאמט שוין דורי דורות פון חוצב עציך ושואב ממיך'דיגע אידן, אבער די רעבישע גזע האט אים געצויגן, איבער נאכט האט ער פארגעסן וואס א גאפל איז, און די מאסעלס האט ער אנגעהויבן ניצן אנשטאט די שטים בענדער, א ווייסע וועסטל מיט געפעפערטע הויזן באצירט זיין מאגער הויעך איינגעקנייטשטע געשטאלט משבת לשבת, ער טראכט ערנסט ארויפצילייגן סטראקעס,
זיין ד' על ד' בעיסמענט האט ער דערקלערט אלץ שיל צוזאמקראצענדיג מנין יעדע וואך צוזאגנדיג שישי מיט הגבה, פיצא איז געווארן א פרעס, און סושי א מאכל בהמה,
ער דרייווט א צען ביי צען טלית בייטל מיט שווארץ און ווייסע וועלוועט דערויף, וואס די טלית אין דעם שווימט ארום ווי יונה אין פיש, ואין מנוחתו עליו,
פאר קאלטענעס, האט ער ציזאמגעקליבן וואכן לאנג שיריים פון זיינע קינדערס ראבער בענדס, וואס זיי האבן צוזאמגעקליבן פון די איבערבלייבענישן פונעם פאסט מאן, און אזוי עס ציזאמגעבינדען,
זיין שויערלאזן גוף מיטן בעקיטשע אויף דעם, דרייט זיך טעגליך ביים ברית אין בית מדרש האפענדיג אויף סנדיקאות,
שלוש סעודות, האט ער אפציעל קובע מקום געווען סמוך לאויבן אן,
די איינציגסטע גרויסע ב"כ אין בית מדרש, האט ער אינפילטרירט אלץ זיין אייגענטום,
אין פארשטייט זיך, אז ער האט שוין געגרינדעט א האטליין, ווי איינמאל א יאר לאזט ער אריין א ריקארדינג, אז מוועט בקרוב אפדעיטן די קנעפלעך, ער האלט זיך זייער נאנט מיטן רב, אים איבערזאגנדיג כל מיני תורות מיט פשטים וואס סאיז אים אלץ בייגעפאלן,
האט זיך זייער ליב, און האלט אז יעדער האלט אויף אים די זעלבע,
אבער פארפאלן, די איינציגסטע ביזנעס וואס האט נאכנישט באנקראטירט איז די רבנות...



דער צוקוועטשטע היט
1000030037.webp


אוי וויי וויי, שמעו נא רבותי, דא האט איר דעם ארץ ישראל'דיגן געלט גייער, מ'קען אים ברייט טרעפן, ביים ברית אינדערפרי, און ביים חתונה ביינאכט, זיינע רויט צוריבענע הענט, דערמאנט שווערע האנט שאקלערייען פון נערוועזע מחותנים, זיכענדיג לויז צי ווערן פון זיינע שווערע ברכות אריינגעמישט מיט יעדען פסוק שייך, זייענדיג שגור על פיו פונעם בעל הגייער, זיין קאליר לאזן כאלאט, מיט בלויז די אינטערשטע קנעפל פארבליבן לשאירות הבית לפליטה דערציילט היסטאריע, פון א ריזיגע ערביביה פןן עסן וואס איז דארט איינגעזאפט,
אבער נישט צי פארגעסן... זיין געשמאקייט,
אוי באשעפער,
וזה קשה מכולם, מקען אים זען אלע שעות פון טאג, ארומוואקענדיג מיט צוקניפטע עיר פאונס אין אויער, וואס ער האט זיך ערלויבט נאר נאכן פארן קיין אמעריקע, הערנדיג כל מיני דרשנים נאר צי קענען אריינוואקן אין בית מדרש, אינדערפרי, צוגיין צום קופקע און און אנהייבן גיסן בדחנות מזבלה דפימי אזש כמעט ביז הוללות, יעדעס מאל מען דארף לאכן איז ער נעבעך די איינציגסטע -חוץ די בעל הרחמנות פון די זייט, וואס ערלויבט אים א פאלשע קרומע שמייכל- וואס לאכט, אנטפלעקענדיג א רייע שיפע קאלירטע ציינער, מיט א בואש געראך וואס ער האט אריבער גערענגט מעבר לירדן, אנשטאט די אוירה דארץ ישראל, זיך דערנאך וואנדערנדיג, פארוואס ער איז געבליבן די איינציגסטער ביים קרעמל, אבער, צי זיין קרעדיט, ער האט א פאטענט!
בגשמאקתו, שטורעמט ער אריין צום שמחה, שארט אראפ זיין היט, און ריקט ער עס ארויף אויפן קאפ פונעם צוועלעף יעריגע תינוק שלא נשבה, פארלאנגענדיג דערנאך דעם טיטל, משמח אלוקים ואנשים, אין ווער רעדט נאך אויב ער האלט זיך פאר א פריינט פונעם מחותן, וואס איז זיכער איז, אז א בעל דרשן צום שמחה איז דא, מען דארף אים ניטאמאל מכבד זיין,
שטילערהייט סלאולי באט שארלי גענענט ער זיך צו צום מחותן'ס ברודער פארלאנגענדיג ער זאל אים אויפרופן מיט דברי פי, און שטייצעך מיט א חן דענוותנותו זאגט ער עס קודם אפ, אבער מיט א רצונו של אדם כבודו'דיגע מינע ריקט ער זיך למעשה ארויף צום עמוד, און דא איז ווי די שמחה גייט שלאפן,
די אייזענע גאפלען הייבן אן שארן מיט אייפער די ברעקלעך וואס מהאט ספעציעל געמאלן, די עלטערע איד לייגט זיך שלאפן מיט א ברוגז מינע, די שוואגער דערמאנט זיך און א שלום זכר וואס ער האט אינגאנצן פארגעסן פון, אין דווקא די בחור איז דער וואס מאכט סדר,
שטילערהייט, באמצע הדרשה ריקט ער זיך צי נענטער און נעטער צום בעל דרשן, און קינצליכדיגערהייט, ריקט ער אראפ צוביסלעך, קודם די גארטל, דערנאך די בלעמער, פעלט נישט אויס צי זאגן, אז סהעלפט נישט גארנישט,
דער איז הער טא סטעי...

באמת איז דא נאך זייער אסאך צו שרייבן, אבער סאיז ממש אי אפשר לפורטם כי רבים הם,
 
לעצט רעדאגירט:
[]דער קוטשמע איד[/]
1000030042.webp
צו דיין מזל האסטו דא א בילד פון ר' יהושע גרעבער ע"ה א באבובער חסיד (דאכט זיך פון א ליטווישע גזע) פלעגט עקטן אויף דער רבי מיט'ן גבאי
 
@ספרא, יעדעס ווארט איז הערליך. ❤️

ענדיג צו די גאנצע זאך, שמועס אויס די פלאטשיגע ביבער הוט מיט די הויכע ברים (בּעסטאו בלע"ז), די אויסגעוועטשע קראך הוט, די שיינע פּערפעקט ווערסיע פון אלע הוטן. וכו' וכו'.
🙏🙏
 
@ספרא, יעדעס ווארט איז הערליך. ❤️

ענדיג צו די גאנצע זאך, שמועס אויס די פלאטשיגע ביבער הוט מיט די הויכע ברים (בּעסטאו בלע"ז), די אויסגעוועטשע קראך הוט, די שיינע פּערפעקט ווערסיע פון אלע הוטן. וכו' וכו'.
🙏🙏
לכאורה וועל איך עס נישט ענדיגן לויט ווי איך קען זיך, אדרבה, קום די, אדער א אנדערע קרעמלער, און לייג זיך אריין דערין
 
Back
Top