היינטיגע כלות געבן זיך אן עצה ב"ה

זי גייט מיט א בענדענע און קיינמאל מיט א טורבאן ב''ה

כ'וואלט זיך אבער געפריידט ווען זי גייט מיט א שיניעל
היינט איז שוין דא א נייע סטייל ענדליך צי די בענדענע
 
א שניעל איז בכלל נישט שיין לדעתי, געווען א נייע מאדע האט מען זיך צוגעכאפט...
און זיי טענה'ן אז ס'איז באקוועמער

היינט איז שוין דא עטליכע סארטן טעכלעך
 
לכאורה פאלש.

ווער שיקט אזוינע הויכע "שייטל העדס" צו האלטן א טורבאן דערויף?
 
לעצט רעדאגירט:
מיינסט צו זאגן די היינטיגע בענדענעס וואס האבן 2 לאנגע וויידלעך...
א בענדענע אין שינעל איז אפיציאל געמאכט געווארן פאר פרויען וואס שערן זיך נישט מיט גענוג פלאץ פאר האר דערפאר איז עס אלעמאל געווען מער מאדערן, די היינטיגע מיט לאנגע וויידלעך זעהט זיך אויס איז נישט דווקא פאר האר איז עס שוין מער חסידיש.
דער פריעדיגע דור קענען עס נאר נישט אננעמען ווייל עס איז איינגעבאקן אז עס איז א מאדערנע זאך וואס די ליטווישע,ספרדישע שכנט'ע איז געגאנגען...
איי די בענדענע איז מער צניעותדיג ווי א טורבאן פון אונטן?!
עס איז שוין כמעט ווי א מסורה אזויווי די מחותנותטע שרייבט 'נאר א טורבאן איז די ריכטיגע וועג צוצודעקן די האר'
 
אי ש
שיניעל איז שענער הייסער
לאוו דווקא. ווען מיין ווייב איז האט אנגעהויבן גיין דערמיט האט זי מיר געפרעגט וואס איך גלייך ענדערש; וואס איז שענער. האב איך איר געזאגט אז האר איז שענער.

ווען זי האט insisted אז איך זאל איר זאגן וואס עס איך וויל ענדערש האב איך איר געזאגט אז אין מיינע אויגן שטייט א טורבאן בעסער, אבער פשוט ווייל איך בין צוגעוואוינט דערצו.

אז דו וועסט מיר היינט פרעגן, וועל איך לכאורה זאגן פארקערט. נישט ווייל איך האב געטוישט מיינונג, נאר ווייל היינט בין איך שוין געוואוינט צו דעם לוק.
 
צום קעפל: הגם איך האלט ווי אנדערע האבן שוין געשריבן אז די 'בריוו' איז לכאורה פאלש. בין איך מחלוקת מיטן פותח אז די כלה איז גאר באגריסענווערד, לו יצייר עס איז ווען אמת.

איך קוק אראפ אזא ענטפער.
 
Back
Top