חייקל דעם עלטערן ברודער

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,001
רעאקציע ראטע
8,708
פונקטן
943
(דאס איז איינע פון מיינע הודעות אין ק"ש וואס כ'קען נישט טרעפן דארטן. איבערגעפרישט.)
-

חייקל דעם עלטערן ברידער פאשעט נישט אין קרעמל, ער דרייט זיך נאר צעווישן אונזערע אויף אייוועלט.
ער הכנה'ט שעות פארן דאווענען מיטן געילן טלית קטן איבערן טיר, ליינט די וויכטיגע אשכולות אויף אייוועלט. כ'האב עם לעצטענ'ס געשיקט א שיינעם אימעל באידיש, זיין רעספאנס איז געוועהן "ס'קוקט אויס ווי דו ביסט א שרייבער אויף אייוועלט".. (איז דאס א קאמפלימענט?! אקעי, ער ווייסט נישט פון בעסער'ס..)

כ'האב עם געשטיפט זיך איינצושרייבן דארטן און באלייכטן יענעם ארט מיט אביסל דברי תורה, ער פרעגט מיך פאר א נאמן, זאג איך עם "אַחִי שעפטאל"..

חייקל איז הויט און ביין פון תעניתים, פארנימן מיט מתקן זיין די חטאת נעורים, (כ'ווייס וואס זיינע חטאים זענען, ער האט ליידער אמאל געקוקט אין בית יהודה חומש וואס תזריע מיינט, ווי אויך אין מקוה פלעגט ער האבן נסיונות זיך צו פארזוימן אביסל אלס יונג בחור'ל, ס'נישט געוועהן ממש "אריין און ארויס")

חייקל דאווענט א שמונה עשרה ביז ער שפירט דעם באשעפער אין אלע גלידער. ער קאכט אין נועם אלימלך. איז מחמיר צו עסן נאר אין שטיב, (ניין זיין רבי'צן קען נישט גוט קאכן, אבער תהילים קען זי שוין פון אויסענווייניג).

למעשה, אויף יענעם איז ער בכלל נישט קיין מחמיר. ער האט ליב יעדער איד, ער דאווענט יתמו חטאים ולא חוטאים, פורים האג'ט ער מיך און ער מורמלט זיך אונטער "כי חלק ה' עמו".

חייקל'ס קינדער ווערן דערקענט ביי די שיעור פיאות פונעם שטערן ביזן מקום קשר תפילין, אבער ס'קאפל פארדעקט עס. ווילדע פרייליכע קינדער וואס לויפן און דרייען איבער אלעס אין שטוב בשעת חייקל זיצט איבערן גמרא אויפן פליפּ פאון מיטן חברותא.

ער זאגט מיך אלעמאל "דער אייבישטער כביכול שפילט זיך מיט דיר!!" (גיי זיי עם מסביר..)

כ'שעץ אים, כ'האב ליב זיין אמונה פשוטה, זיין יראת שמים, ער פיהלט נישט קיין קנאה אויף מיין גשמיות, "א שבת איז אסאך געשמאקער" זאגט ער. ער מיינט עס מיטן גאנצן הארץ.

אבער ער כאפט נישט אז איך האב אן אמת און גלאטקייט וואס ער קען נישט דערהייבן.
וואס הייסט? אפי' ווען דו ביסט אויף פאר סוף זמן קרי"ש וועסטו נישט ליינן?! סאו מ'דארף נישט פאלגן גאט?!

אנשטאט פון ענטפערן פרעג איך אים צוריק "סאו דו ווילסט טאקע הערן און פארשטיין?!'' מיט שרעק זאגט ער שנעל "ניין! גערעכט! ס'איז מיר בעסער אז איך ווייס נישט! אבער כ'וויל נאר פארשטיין, אונז האבן דאך א תורה, נישט אזוי?!" וחוזר חלילה, דו ווילסט באמת הערן זאכן וואס וועלן אויפשאקלן דיין וועלט?! "ניין! גערעכט!"

כ'האב שוין פארגעסן וואס כ'האב געוואלט זאגן. אה. אונז האבן אסאך פערסענאלעטי'ס אין זיך, חייקל איז דער ברידער אין מיך וואס וועקט זיך אויף פון צייט צו צייט.

יעדער איז מכובד ארויס צו ברענגן זיינע געשוויסטער. אין יעדע משפחה איז דא דער פרומער, דער קל, דער נארסיסיט, דער עניו, די פאני פעטער, דער רעדנער, דער שטילער, דער פרייליכער, א.א.וו.

לאמיר האפן ס'זאל אלעמאל הערשן שלום צעווישן אלע
חלקי הנפש, אלע געשוויסטער.
 
מיין 12 יעריגע טאכטער האט מיך געבעטן א צוויי רעדלדיגער בייק.
מיין חייקל. חלילה וחס! עס איז נישט צניעות!
מיין שעפטאל. זיכער. לאמיר צוזאמען גיין אין געשעפטן קויפן. אפשר אפילו צוויי.
מיין אפענער. הממ א בייק. אין שו''ע שטיצט נישט אז מען טאר נישט. גאו עהעד.
מיין ארויני. א ביציקל?! דו ווייסן נישט אז עס איז בכלל נישט קיין נחת דאס אנצוקוקן?!
מיין מענדעליסט. מען קען דאך נענטער ווערן צו די טמא'נע חסידישע אלגעמיינע גאס.
מיין זאלויני. 🥱
מיין באבובער. עס איז דאך נישט קלאסיש.
מיין ציוני. כל עוד בלבב פעימה.
מיין בני יואל. פויייי!!!!!!! צא טמא!!!!!!!!!!!
 
לעצט רעדאגירט:

מיין ציוני. כל עוד בלבב פנימה.
מיין בני יואל. פויייי!!!!!!! צא טמא!!!!!!!!!!!
מיין פאפא'נער וואס איז די פראבלעם?...

(נאר א ווערטל)
 
(דאס איז איינע פון מיינע הודעות אין ק"ש וואס כ'קען נישט טרעפן דארטן. איבערגעפרישט.)
-

חייקל דעם עלטערן ברידער פאשעט נישט אין קרעמל, ער דרייט זיך נאר צעווישן אונזערע אויף אייוועלט.
ער הכנה'ט שעות פארן דאווענען מיטן געילן טלית קטן איבערן טיר, ליינט די וויכטיגע אשכולות אויף אייוועלט. כ'האב עם לעצטענ'ס געשיקט א שיינעם אימעל באידיש, זיין רעספאנס איז געוועהן "ס'קוקט אויס ווי דו ביסט א שרייבער אויף אייוועלט".. (איז דאס א קאמפלימענט?! אקעי, ער ווייסט נישט פון בעסער'ס..)

כ'האב עם געשטיפט זיך איינצושרייבן דארטן און באלייכטן יענעם ארט מיט אביסל דברי תורה, ער פרעגט מיך פאר א נאמן, זאג איך עם "אַחִי שעפטאל"..

חייקל איז הויט און ביין פון תעניתים, פארנימן מיט מתקן זיין די חטאת נעורים, (כ'ווייס וואס זיינע חטאים זענען, ער האט ליידער אמאל געקוקט אין בית יהודה חומש וואס תזריע מיינט, ווי אויך אין מקוה פלעגט ער האבן נסיונות זיך צו פארזוימן אביסל אלס יונג בחור'ל, ס'נישט געוועהן ממש "אריין און ארויס")

חייקל דאווענט א שמונה עשרה ביז ער שפירט דעם באשעפער אין אלע גלידער. ער קאכט אין נועם אלימלך. איז מחמיר צו עסן נאר אין שטיב, (ניין זיין רבי'צן קען נישט גוט קאכן, אבער תהילים קען זי שוין פון אויסענווייניג).

למעשה, אויף יענעם איז ער בכלל נישט קיין מחמיר. ער האט ליב יעדער איד, ער דאווענט יתמו חטאים ולא חוטאים, פורים האג'ט ער מיך און ער מורמלט זיך אונטער "כי חלק ה' עמו".

חייקל'ס קינדער ווערן דערקענט ביי די שיעור פיאות פונעם שטערן ביזן מקום קשר תפילין, אבער ס'קאפל פארדעקט עס. ווילדע פרייליכע קינדער וואס לויפן און דרייען איבער אלעס אין שטוב בשעת חייקל זיצט איבערן גמרא אויפן פליפּ פאון מיטן חברותא.

ער זאגט מיך אלעמאל "דער אייבישטער כביכול שפילט זיך מיט דיר!!" (גיי זיי עם מסביר..)

כ'שעץ אים, כ'האב ליב זיין אמונה פשוטה, זיין יראת שמים, ער פיהלט נישט קיין קנאה אויף מיין גשמיות, "א שבת איז אסאך געשמאקער" זאגט ער. ער מיינט עס מיטן גאנצן הארץ.

אבער ער כאפט נישט אז איך האב אן אמת און גלאטקייט וואס ער קען נישט דערהייבן.
וואס הייסט? אפי' ווען דו ביסט אויף פאר סוף זמן קרי"ש וועסטו נישט ליינן?! סאו מ'דארף נישט פאלגן גאט?!

אנשטאט פון ענטפערן פרעג איך אים צוריק "סאו דו ווילסט טאקע הערן און פארשטיין?!'' מיט שרעק זאגט ער שנעל "ניין! גערעכט! ס'איז מיר בעסער אז איך ווייס נישט! אבער כ'וויל נאר פארשטיין, אונז האבן דאך א תורה, נישט אזוי?!" וחוזר חלילה, דו ווילסט באמת הערן זאכן וואס וועלן אויפשאקלן דיין וועלט?! "ניין! גערעכט!"

כ'האב שוין פארגעסן וואס כ'האב געוואלט זאגן. אה. אונז האבן אסאך פערסענאלעטי'ס אין זיך, חייקל איז דער ברידער אין מיך וואס וועקט זיך אויף פון צייט צו צייט.

יעדער איז מכובד ארויס צו ברענגן זיינע געשוויסטער. אין יעדע משפחה איז דא דער פרומער, דער קל, דער נארסיסיט, דער עניו, די פאני פעטער, דער רעדנער, דער שטילער, דער פרייליכער, א.א.וו.

לאמיר האפן ס'זאל אלעמאל הערשן שלום צעווישן אלע
חלקי הנפש, אלע געשוויסטער.
@שעפטאל וואו, הערליך! איך ליב דעם ארטיקל. ❤️ אין ביידע דיינע זייטן 😍 וואס איך גלייך מער פון אלעם — אז דו פארמסט זיך נישט אריין אין קיין באשטימטע פארעם ווי א פאפענע׳ר אדער ארוני אד״ג, ווייל א פרעימווארק איז סוף כל סוף סתם א ארטיפישעל אויסטרעף, אזוי ווי דער אנטיסעמיטישער מאמדאני באנוץ זיך מיט ביי די קאנצעפט פון קרימינאליטי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top