הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

Saturday וואס מיינט אויך מוצ״ש
דעמאלט איז שוין בעסער זאל שטיין פלעין "שבת" און ס'וועט מיינען אלעס.
הכלל, לאמיר זיך ארומטענען ביים וועטעראנען שטימע בודקע.
See you there
 
דעמאלט איז שוין בעסער זאל שטיין פלעין "שבת" און ס'וועט מיינען אלעס.
הכלל, לאמיר זיך ארומטענען ביים וועטעראנען שטימע בודקע.
See you there
ווען מ׳זעט שבת, מיינט דאס בפשטות אז ס׳איז געשריבן געווארן אין שבת מיטן הסכמה פון קרעמל. ממילא אחוץ פון די שומרי שבת ניקס וואס שרייבן פון אייראפע אדער ישראל וואס ווילן דאס אוודאי נישט, איז אפי׳ די וואס שרייבן ח״ו אין שבת דאהי, קען מען דאך פארמיידן אז ס׳זאל עטליעסט נישט זיין בפרהסיא.
 
ווען מ׳זעהט שבת מיינט אז סאיז געשריבן שבת אחוץ וואס סאיז דא ניקס וואס שרייבן פון אייראפע אדער ישראל אדער די וואס שרייבן טאקע ח״ו שבת דאהי קען מען דאך פארמיידן אז ס׳זאל נישט זיין בפרהסיה
די עצם זאך אז איינער שרייבט בפרהסיה איז נישט קיינעם'ס פראבלעם. מ'האט עס שוין דיסקוסירט דא אמאל. פונקט ווי דו קוקסט נישט אויף טעלעגראם און אויף עקס ווען איינער האט געפאוסט עפעס. קרעמל טראגט נישט קיין אחריות אויף קיינעמס אידישקייט.

איך האב געמיינט דיר באדערט דאס אז ס'שטייט ביידע, וואס געבט די פילינג אז קרעמל גיבט אפציעל צושטימונג.

מיין מיינונג איז אז ס'זאל פשוט שטיין 'שבת' וואס מיינט פונקט ווי אין ענגליש Saturday. (האסט אן אנדערע ווארט?) ביי רוב וועט עס אויטאמאטיש מיינען ביינאכט, פונקט ווי זונטאג מיינט אויך זונטאג נאכט.
 
אפי׳ א אטד אדער רופט ער עס מוצאי אדער Saturday קיינער רופט עס נישט שבת
איך הער... בעצם איז קרעמל פונקט ווי יוטוב, א פרייע פלאטפארמע. דו האסט געוויסט אן קרעמל אויך אז ס'דא וואס האלטן נישט שבת. מיליאנען גראדע...

לדעתי איז עס פשוט אן aesthetics פרעפערענץ.
א וואוט צווישן וועטעראנען הערט זיך ווי א גוטע געדאנק.
 
ס׳זאל שטיין מוצאי שבת און פארטיג, קיינעם ברענט נישט אז זיין פאוסט וואס ער האט געשיקט שבת זאל זיין אונטער גע׳חתמ׳עט אז ס׳איז געשיקט געווארן שבת.

כן נראה לי
 
ס׳זאל שטיין מוצאי שבת און פארטיג, קיינעם ברענט נישט אז זיין פאוסט וואס ער האט געשיקט שבת זאל זיין אונטער גע׳חתמ׳עט אז ס׳איז געשיקט געווארן שבת.

כן נראה לי
עס שטייט דאך א צייט!
אויב איינער שרייבט אין מיט שבת, און סשטייט מוצאי, איז איז דאך פשוט ליגנט. דא איז נישט קיין מוסדות פראבלעם. פארוועם פונקטליך דארף מען זיך געפעלן?

די גאנצע זאך איז נישט עפעס מורא'דיג וויכטיג, אבער איך בין נייגעריג פארוואס איינער זאל פילן בעסער אויב שטייט מוצ"ש 2:00pm. 🤷🏻‍♂️
 
עס שטייט דאך א צייט!
אויב איינער שרייבט אין מיט שבת, און סשטייט מוצאי, איז איז דאך פשוט ליגנט. דא איז נישט קיין מוסדות פראבלעם. פארוועם פונקטליך דארף מען זיך געפעלן?

די גאנצע זאך איז נישט עפעס מורא'דיג וויכטיג, אבער איך בין נייגעריג פארוואס איינער זאל פילן בעסער אויב שטייט מוצ"ש 2:00pm. 🤷🏻‍♂️
Who cares סאו די צייט שטימט נישט, אבער אזוי כאטש מוצאי שבת וועט נישט שטיין שבת
 
ווען איינער שרייבט א מעסעדזש און איך געב אים א לייק ווייל איך האב מסכים געווען מיט זיין פאוינט וואס ער האט ארויסגעברענגט, אבער אויב ער טוישט (edit) דער מעסעדזש בלייבט מיין לייק, יעצט ווען עס איז פלעין געווען א ספעלינג מיסטעיק וויל איך מיין לייק זאל בלייבן אבער אויב ער פארדרייט זיין פאוינט וויל איך נישט מיין לייק דארט
 
ווען איינער שרייבט א מעסעדזש און איך געב אים א לייק ווייל איך האב מסכים געווען מיט זיין פאוינט וואס ער האט ארויסגעברענגט, אבער אויב ער טוישט (edit) דער מעסעדזש בלייבט מיין לייק, יעצט ווען עס איז פלעין געווען א ספעלינג מיסטעיק וויל איך מיין לייק זאל בלייבן אבער אויב ער פארדרייט זיין פאוינט וויל איך נישט מיין לייק דארט
זאל איך לאזן מיין לייק אדער גייסטו באלד טוישן דיין פוינט? :p

באמת אבער האסטו אייביג די מעגליכקייט צו טוישן דיין לייק, משא"כ די מעגליכקייט צו עדיטן גייט אוועק נאך אפאר טעג..
 
אבער איך בין נייגעריג פארוואס איינער זאל פילן בעסער אויב שטייט מוצ"ש 2:00pm.
אי משום הא קען מען ענטפערן אז סאיז דא כמעט א גאנצע 24 שעה טיים־דיערעישאן דיפערענץ,
און ממילא קען זיין אז ווען דער מעסעדזש איז געשריבן געווארן האט ער זיך דארט געפונען אין מכח מיגו,
משא״כ שבת מיינט שבת,
אין ווי דער מונקאטשער זאגט אינעם ווידעא, שבת האט נישט קיין אנדער׳ס,

זעה באגלייט
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1261.jpeg
    IMG_1261.jpeg
    526.5 KB · געזען: 12
איך קען באשטיין מ'זאל צילייגן צי די רעאקציעס עפעס וואס זאל זאגן איך האב עס געליינט..
אפשר צוויי אויגעלעך, אזוי ווי דעים? 👀
 
איך קען באשטיין מ'זאל צילייגן צי די רעאקציעס עפעס וואס זאל זאגן איך האב עס געליינט..
אפשר צוויי אויגעלעך, אזוי ווי דעים? 👀
ווילסט אביסל מרחיב זיין? ווען פעלט דאס אויס?
אויב האסטו הנאה געהאט, פארוואס נישט לייקן?
 
פיהר געדאנקען:
1) ווען מ'עפנט א נייע שנירל, איז פארהאן א פיטשער וואס זוכט אויטאמאטיש, בעיסד אויף די ווערטער אין די קעפל פון מיין שנירל, אנדערע שנירלעך וואס זענען שוין געשריבן געווארן אויף די נושא.
די אנדערע טאג, ווען כ'האב געקאפיעט מיין ארטיקל פון ווארד, אריין אין דעם סייט אזױ װי איך פיר מיך נאך פון ק"ש צײטן, און דערנאך געשריבן מײן קעפל, און דער פיטשער איז אקטיװ געװארן - דהײנו, דער דראפ-דאון פון אנדערע שוין געשריבענע שנירלעך איז ארױף געקומען - האב איך נישט װיסענדיג װאס ס'װעט געשעהן געדרוקט אױף אײנע פון די אשכולות און אנשטאט סעיװען װאס כ'האב געשריבן אלס דרעפט, האט מיר עס תיכף אהין גענומען און געװײפט אלץ װאס כ'האב שוין געשריבן. נאך א מזל כ'האב געהאט געסעיװט מײן ארטיקל אין װארד.
איז צװײ נקודות: אײנס מ'זאל אױב מעגליך מאכן אז דער פותח השנירל'ס אנגעהױבענע הודעה מיט'ן קעפל זאל זיך סעיװן אלס דרעפט, אױב איז דער פותח השנירל בוחר צו װיזיטן אײנע פון די רעקאמענדירטע ענליכע שנירלעך.
צװײ, אז סעי, נאכדעם װאס דער פותח השנירל האט שױן באזוכט אײנע פון יענע שנירלעך און מחליט געװען למשל אז יענע שנירל איז ענליך, אבער דאך װיל ער ממשיך זײן מיטן עפענען א נײע שנירל װײל ער איז עפעס מוסיף ציװאס, זאל ער אבער קענען כמו-טעגן יענעם שנירל (אדער שנירלעך) דורכדעם װאס ער סעלעקט די קעפל פון יענעם שנירל און די טעג װעט װערן א לינק אונטן אדער אויבן פון דעם נײעם שנירל, אזױ אז לײענער פון דעם נײעם שנירל קענען אױך װיזיטן יענע שנירלעך װאס דער פותח השנירל האט אהינגעלינקט-צו\געטעגט-אהין, און אזױ קענען לײענען נאך װעגן דעם זעלבן נושא.

2) בײם אינסטערן א בילד אין א הודעה, האב איך באמערקט אז ס'נישטא קײן קעפשאן אפציע (אזױ װי דער ALT טעג װאס איז בעצם נאר פאר אַקעסעסיבּילעטי), צוצולײגן א דיסקריפשען צום בילד װאס זאל אַפּיערן צוזאמען מיט'ן בילד , ד.ה. אלס חלק פון דעם בילד (אינסײד די פרעים אדער ראם פונדעם בילד), אזױ װי מ'האט למשל געקענט טוהן אין ק"ש.

3) .ס'װאלט גלײך געװען אױב מ'קען צולײגן צו די רעאקציעס אזא מין עמאודזשי אויכעט: 😂 װײל לדעתי איז דער עמאודזשי אלײנס כזה :ROFLMAO: נישט גענוג. בשעת װאס דער לעצטיגער טוהט אױסדרוקן א מין טשיקי קײנד-אף געלעכטער, אפי' א מין מיוטשעל חוזק'דיקער געלעכטער, פשט, װען איך בין מסכים מיט'ן מגיב אױף א געװיסע טשעפע אדער חוזק'דיקער טאן אין זײן תגובה (איך נוץ עס אין װאטסעפ געװענליך װען איך גיב א חבר א חברישן שטעך אדער טשעפע), טוהט די ערשטע טײפ אף עמאודזש גלאט און פשוט עקספרעסן א גוט-מוטיגער שטורמרישער געלעכטער אױף א שטיקל קאמעדיע אדער פאני דזשאוק אין דעם מגיב'ס הודעה.

4) כ'האב באמערקט אז װען איך קוק אױף אנדערעם'ס פראופײלס קען איך זעהן װער ס'פאלויט זײ אבער װען איך קוק אויף מײן אײגענע קען איך נישט זעהן װער ס'פאלויט מיך?



נאך א זאך, כ'האב יעצט באמערקט אז װען איך הײב אהן שרײבן אױף מײן טעלעפאן א תגובה און איך טױש אינמיטן צו מײן קאמפיוטער, אױף די דעסקטאפ װערזשען פון די סײט, טרעף איך אז מײן אנגעהויבענע תגובה ערשײנט שױן אין די װעבסײט אױף די דעסקטאפ װערזשען, כאטש כ'האב עס נאך אפילו נישט געפאוסט פון מײן טעלעפאן. לדעתי איז דאס א געװאלדיגע אויפטוה. פאר װער ס'װײסט נישט. א גרױסן שכוח!

בכלל א גרױסן ײשר כח פאר די אלע פיטשערס און פיטשעװקעס װאס איר פלאגט זיך אזױ צוצושטעלן.
 
האט מיר עס תיכף אהין גענומען און געװײפט אלץ װאס כ'האב שוין געשריבן
די זאגסט א גוטע נקודה.
אלס א אלטענעטיוו, קענסטע אייביג עס עפענען און א נייע טעב, אזוי בלייבסטע מיט דיין אפענע טעב.
אײנס מ'זאל אױב מעגליך מאכן אז דער פותח השנירל'ס אנגעהױבענע הודעה מיט'ן קעפל זאל זיך סעיװן אלס דרעפט, אױב איז דער פותח השנירל בוחר צו װיזיטן אײנע פון די רעקאמענדירטע ענליכע שנירלעך.
סאיז א ביסל אוט אוו באקס.
ווייל ווי זאל זיך די דרעפט סעיוון?
סאיז נישט כאילו די האסט שוין א אקטיווע שנירל, און די לייגסט צו א פרישע תגובה, וואס דאן, די תגובה וועט ווערן געסעיוועד אלס דרעפט אינעם שנירל.
מדארף אבער אריינקוקן דערינען צו זעהן אויב סאיז דא אזא מעגליכקייט, אזוי אז אויב איינער האט עס נישט געסעיוועד, און ער גייט צו א פרישע אשכול זאל ער נישט אלעס פארלוירן.
זאל ער אבער קענען כמו-טעגן יענעם שנירל (אדער שנירלעך)
לייג אריין די לינק אלס א חלק פון דיין ערשטע תגובה.
נישט אזוי?
בײם אינסטערן א בילד אין א הודעה, האב איך באמערקט אז ס'נישטא קײן קעפשאן אפציע
ארויף אויפן בדיקה ליסטע
ס'װאלט גלײך געװען אױב מ'קען צולײגן צו די רעאקציעס אזא מין עמאודזשי אויכעט: 😂
איך מיין אז מהאט שוין צו פיל רעאקציעס
צופיל איז נישט גוט, אפשר זאל מען אראפנעמען עפעס און דעיס צולייגן?

כ'האב באמערקט אז װען איך קוק אױף אנדערעם'ס פראופײלס קען איך זעהן װער ס'פאלויט זײ אבער װען איך קוק אויף מײן אײגענע קען איך נישט זעהן װער ס'פאלויט מיך?
קיינמאל נישט באמערקט.
מהעמער עס אויסטשעקן
טרעף איך אז מײן אנגעהויבענע תגובה ערשײנט שױן אין די װעבסײט אױף די דעסקטאפ װערזשען
יעפ, עס סינקט צווישן דיינע דעווייסעס
 
ווילסט אביסל מרחיב זיין? ווען פעלט דאס אויס?
אויב האסטו הנאה געהאט, פארוואס נישט לייקן?
איך האב עס געדארפט פאר עפעס א מעסעדזש, איך געדענק שוין נישט וועלעכע..

בעיסיקללי, די ריאקציע זאל ארויסברענגן "איך הער וואס די זאגסט"
 
איך האב עס געדארפט פאר עפעס א מעסעדזש, איך געדענק שוין נישט וועלעכע..

בעיסיקללי, די ריאקציע זאל ארויסברענגן "איך הער וואס די זאגסט"
איך מיין אז מהאט שוין צופיל רעאקציעס

טו מאטש איז אויך נישט גוט
לאמער עס פרובירן צו האלטן סימפל
 
Back
Top