א גוטן חודש טייערע קרעמלער.
אסאך האבן זיך שוין נאכגעפרעגט ווען די פיוטשער צו שרייבן אנאנים אין מאחורי קומט צירוק.
די עדאן וואס מ'האט גענוצט ביז יעצט איז געגאנגען פייפן, מ'ארבעט רונדע דעם זייגער צו טרעפן א נייע.
פאר ביזן קרעטשמע אויב איינער וויל שרייבן אין מאחורי אדער סיי ווי זאכן וואס ער וויל נישט ניצן זיין געהעריגע ניק, איז די בעסטע עצה צו עפענען א נייע ניק פארדעם.
אויב איינער וויל פאר סיי ועלכע סיבה נישט עפענען א נייע ניק, האבן מיר געפענט א ניק מיטן נאמען
@רוצה בעילום שמו וואס וועט ווערן געפירט דורך איינע פון די סטעף מעמבערס, וואס דארט קענען מענטשן שיקן פריוואטע מעסעדזשעס וואס זיי ווילן נישט פאוסטן מיט זייער געהעריגע ניק, איר קענט זיין זיכער אז קיינער חוץ ער וועט נישט וויסן ווער ס'האט עס געשריבן.
אבער נאכאמאל, די בעסטע אפציע איז דערווייל צו עפענען א נייע ניק פאר זאכן וואס מ'וויל שרייבן אנאנים.
כדי א מעסעדזש זאל קענען ווערן געפאוסט מיט דעם
@רוצה בעילום שמו ניק ביטע ליינט די פאלגענדע אנווייזונגען:
- אויב איר ווילט עפענען א פרישע שניר ביטע מיטשיקן א קעפל, און א קלארע מעסעדזש.
- אויב איר ווילט ציטירן א מעסעדזש, ביטע שיק מיט אין די פריוואטע מעסעדזש די לינק פון די מעסעדזש וואס איר ווילט ציטירן.
הצלחה!