Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ריכטיג
צוצולייגן אביסל דשוס אינעם שנירל דא, וועל איך שרייבן אביסל קאמענטארן אויף די בילדער כיד ה' הטובה עלי...שוין, איך גיי אנהייבן מיט די ערשטע.
ENGAGEMENT OF EFRAIM GREENBERG TO KALLAH GINZBERG
אויפן חתן כלה דירעקט קען איך נישט קיין סאך קאמענטירן וויבאלד זיין זעען אויס אינעם בילד ווי שדים, און איך קען נישט דעם פעלד.
חתן דינן קוקט אויס ווי א בחור וואס איז נארוואס אויפגעשטאנען צוועלף אזייגער מיטאג און מערקט דעם משגיח קומען פון דערווייטנס, ער איז גרייט פארן גאנצן פסוק און האט שוין נעמליך אנגעהויבן דעם אראפגעלאזטן נאז פראצעדור.
@זית רענן גיי יעצט אהיים שיגענע שרייבעריי! חכמת הפרצוף בסוד פרצוף עליון מכוון כנגד פרצוף התחתון, כמאמר חכמינו ז''ל בדו פרצופים בראם.דער חתן אויף דעם בילד שמייכלט מיט אן אויסגעגאסענע בושה, הגם וואס צווישן זיינע חברים שיינט ער צו זיין דער גרויסער מויל מאכער, זעט אויס ווי ער ווייסט שוין וואס ער גייט טון נאכן הייראטן און ער שעמט זיך מיט'ן פאקט אז יעדער ארום אים ווייסט וואס ער גייט דא אפטון מיט ס'מיידל אין די שטילקייט פון די שפעטע נאכט שטונדן.