כל באיה לא ישובון?

פארבלאנדזשעט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 9, 2025
מעסעדזשעס
27
רעאקציע ראטע
147
פונקטן
23
איך געדענק נאך ווי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט א כלל:
ביכל איז ר”ת כל באיה לא ישובון.
איך געדענק די שטילע שרעק, איך האב ממש געציטערט,
א ביכל – קליינע זאך. אבער ווען דו עפענסט עס, קען עס אויסרייסן דיין נשמה דיין יודישקייט.
קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען!.

און דאן, ערגעץ צווישן די פופצן און זעכצן, האב איך מיך געטראפן עפענען די דעקל פון Spinoza’s Ethics’s, איך האב לכאורה נישט פארשטאנען האלב פון די זאכן דארט, אבער איך האב פארשטאנען גענוג צוצוקומען צו א מסקנה אז דער מענטש האט געוויסט אויף גאט מער ווי רוב מענטשן וואס איך קען.
איך געדענק, ווען איך האב עס פארמאכט, האב איך געטראכט: אהה, דאס איז א “לא ישובון”

פון דארט איז עס געגאנגען גלייך אראפ אין טיפענישן. קאמאס, דוסטויעווסקי, ניטשע, רמב”ם, לייבניץ, איינשטיין, ר׳ צדוק. יעדער זאך וואס מען האט מיר פארבאטן צו ליינען איז געווארן געליינט, יודישע און גוישע.
א רייזע פון פרעגן און פארשן און לייענען און פרובירן איינצוגעבן:

פארוואס בין איך נאך א איד? גלייב איך נאך אין גאט?

און אויב יא – אין וועלכן גאט גלייב איך טאקע?

ווייל דער גאט וואס מ׳האט מיר איבערגעגעבן אין חדר –

דער גאט וואס מען מעג נישט פרעגן.

דער גאט וואס האט שטענדיג א קלארע תשובה ,

דער גאט וואס קוקט אויף דיר מיט שולד.

דער גאט איז שוין נישט געווען מיין גאט.

אבער למעשה האב איך געהאט א קשר מיט א גאט, און איך האב עס אפילו אנגעקוקט ווי די יודישע גאט,
איז אויב אזוי פלעג איך מיך מוטשענען, וואס איז מיט די לא ישובון?
ביז איך האב אנגעהויבן כאפן:

“לא ישובון” מיינט נישט אז דו טארסט נישט צוריק. נאר אז דו קענסט נישט.
איך קען נישט מער גלייבן אין די פאפירענע אמונה וואס מ׳האט מיר איינגעבאקן אין חדר.
איך קען נישט גלייבן אין א גאט וואס מען מעג אויף אים נישט פרעגן.
איך קען נישט גלייבן אין א וועלט פון פארהייליגטע מושגים וואס פארענפערן זיך דורך שרייען שווייג!!

כל באיה לא ישובון” איז נישט קיין עונש סאיז א מציאות..
ווייל דער מענטש וואס האט געלאזט דעם שכל ארבעטן,
דער מענטש וואס האט אריינגעלאזט קשיות אין זיין נשמה –
ער קען נישט מער צוריק ווערן קליין.

ער קען נישט ווייטער לעבן מיט די זעלבע בליק ווי פריער.
און דאס איז נישט א חורבן.

דאס איז דער אמת.

ווען דו האסט געגלייבט וואס מען האט דיר נאר געזאגט, אבער קיינמאל נישט געפרעגט — האסטו געגלייבט ווי א קינד.

ווען דו פרעגסט, און דו גלייבסט נאך — האסטו געשאפן אמונה ווי א מענטש.
און יא, ווען דו האסט לייענען אנגעהויבן, האט מען דיר געזאגט:
ביכל = כל באיה לא ישובון.

אבער מען האט דיר נישט געזאגט אז עס זענען דא ביכער וואס עפענען א וועג צו א גאט וואס איז ריכטיג, אזדו וועסט טרעפן א נייע רעליגיע וואס הייסט יודישקייט.
א גאט וואס שטייט נישט אויף פחד. נאר אויף חכמה, און יראת אמת,

עס קען זיין אז די ווארענונג איז געווען אמת: “כל באיה לא ישובון.”
אבער נישט ווי זיי האבן עס געמיינט.
יענער פסוק מיינט נישט:
“ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין אמונה.”

נאר:
ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין ביליגע אמונה.

און וועט שוין נישט וועלן צוריק.

לא ישובון – ווייל איך וויל יעצט דינען גאט ווי א מענטש

איך וויל נישט מער א גאט וואס טויג בלויז ווען מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.

איך וויל נישט מער א דרך וואס דרייט זיך איבער פאר יעדע שאלה.

איך וויל א גאט וואס שטייט אין ליכטיגקייט.

א וועג וואס איז אמת’דיג.

און א אמונה וואס איז נישט קיין חינוך – נאר א לעבן.

ניין איך בין נישט צוריק געגאנגען, אבער נישט ווייל איך גלייב נישט, נאר ווייל איך האב אנדעקט א אנדערע יודישקייט.
 
די גמרא זאגט אויף רבי עקיבא אשריך עקיבא
שנכנסת בשלום ויצאת בשלום , די אנדערע זענען
נישט גיוועהן אזוי לאקי , מיט זייער חקירה , וואס ווארט מכונה דארט נכנסו לפרדס , זיי זענען גיווארן גידעמעדזשט ,
די אזהרה פון די ״כל בואיה״, איז פאר
המון , וואס נישט יעדער איז מסוגל צו חקר׳נען , און
אהנקומען צו א קלאהרקייט , אין א געוויסן זין , 100% קלאהרקייט , האט דאך קיינער נישט דערגרייכט
נישט שפינוזה , נישט פון אונזערע , מען מוז נאך
אלץ אהנקומען צו אמונה ,עס איז דאך נישט דא
עמפיריקעל עווידענס ,אויף השגחה וכו׳,
איז זה אומר בכה וזה אומר לא
אויף דעם זאגט דויד המלך אין הלל
״האמנתי כי אדבר״
נאך אלע דיבורים , דארף ער נאך ״האמנתי

מכל מקום , אשריך יגעת ומצאת כי תדרשנו
בכל לבבך ובכל נפשך .
 
דיין טענה איז אמת אויב איינער גייט נאר גיין און פרעמדע פעלדער, אויב איינער וועט נאר גלייבן אז יש חכמה בגוים, אבער וועט פארגעסן אז ביי ישראל איז אויך דא,
אונז האבן גענוג (היימישע) ווערק אויף פיליזאפיע און אויב איינער גייט נישט צו צום פרד״ס מיט א רוגזה אויפ׳ן סיסטעם, נאר ווי א נפש עייפה וועט ער ליינען מהר״ל און רס״ג פונקט ווי ער ליינט קאנט, און פראוד,
 
למעשה איז וועכע סארט גאט גלייבסטו יעצט?

די גאט פון מעמד הר סיני? א גאט פון עולם הבא? שכר ועונש?
 
למעשה איז וועכע סארט גאט גלייבסטו יעצט?
איך גלייב און די גאט וואס סאיז מוכרח אז ער עגזעסטירט, נישט און א גאט וואס מען זאגט מיר גלייב אז ער עגזעסטירט.
 
האסט נישט גענטפערט מיין שאלה: דיין גאט וואס דו גלייבטס אין, דער וואס איז מוכרח, ער האט געמאכט מעמד הר סיני? ער געבט עולם הבא? שכר ועונש?

וועלכע גאט איז מוכרח און פארוואס איז ער מוכרח?
 
די גמרא זאגט אויף רבי עקיבא אשריך עקיבא
שנכנסת בשלום ויצאת בשלום , די אנדערע זענען
נישט גיוועהן אזוי לאקי , מיט זייער חקירה , וואס ווארט מכונה דארט נכנסו לפרדס , זיי זענען גיווארן גידעמעדזשט ,
די אזהרה פון די ״כל בואיה״, איז פאר
המון , וואס נישט יעדער איז מסוגל צו חקר׳נען , און
אהנקומען צו א קלאהרקייט , אין א געוויסן זין , 100% קלאהרקייט , האט דאך קיינער נישט דערגרייכט
נישט שפינוזה , נישט פון אונזערע , מען מוז נאך
אלץ אהנקומען צו אמונה ,עס איז דאך נישט דא
עמפיריקעל עווידענס ,אויף השגחה וכו׳,
איז זה אומר בכה וזה אומר לא
אויף דעם זאגט דויד המלך אין הלל
״האמנתי כי אדבר״
נאך אלע דיבורים , דארף ער נאך ״האמנתי

מכל מקום , אשריך יגעת ומצאת כי תדרשנו
בכל לבבך ובכל נפשך .
בקיצור האלסט אז מענטשן זענען נישט capable צו אויסארבעטן זאכן אליינס??

ממילא דארף מען טאקע האבן גאטס פאליציי וואס זיי קענען יא נעמען אחריות אפילו אויף אנדערע, כדי צו באשיצן די וועלט פון נעמען אליינס אחריות אויף זיך,
וואווו!! איז דאס דיין לאגיק?? 🫤
 
וואס האט דיר געצויגן אין ערשטן פלאץ צו ליינען די ביכל?
 
איך געדענק נאך ווי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט א כלל:
ביכל איז ר”ת כל באיה לא ישובון.
איך געדענק די שטילע שרעק, איך האב ממש געציטערט,
א ביכל – קליינע זאך. אבער ווען דו עפענסט עס, קען עס אויסרייסן דיין נשמה דיין יודישקייט.
קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען!.

און דאן, ערגעץ צווישן די פופצן און זעכצן, האב איך מיך געטראפן עפענען די דעקל פון Spinoza’s Ethics’s, איך האב לכאורה נישט פארשטאנען האלב פון די זאכן דארט, אבער איך האב פארשטאנען גענוג צוצוקומען צו א מסקנה אז דער מענטש האט געוויסט אויף גאט מער ווי רוב מענטשן וואס איך קען.
איך געדענק, ווען איך האב עס פארמאכט, האב איך געטראכט: אהה, דאס איז א “לא ישובון”

פון דארט איז עס געגאנגען גלייך אראפ אין טיפענישן. קאמאס, דוסטויעווסקי, ניטשע, רמב”ם, לייבניץ, איינשטיין, ר׳ צדוק. יעדער זאך וואס מען האט מיר פארבאטן צו ליינען איז געווארן געליינט, יודישע און גוישע.
א רייזע פון פרעגן און פארשן און לייענען און פרובירן איינצוגעבן:

פארוואס בין איך נאך א איד? גלייב איך נאך אין גאט?

און אויב יא – אין וועלכן גאט גלייב איך טאקע?

ווייל דער גאט וואס מ׳האט מיר איבערגעגעבן אין חדר –

דער גאט וואס מען מעג נישט פרעגן.

דער גאט וואס האט שטענדיג א קלארע תשובה ,

דער גאט וואס קוקט אויף דיר מיט שולד.

דער גאט איז שוין נישט געווען מיין גאט.

אבער למעשה האב איך געהאט א קשר מיט א גאט, און איך האב עס אפילו אנגעקוקט ווי די יודישע גאט,
איז אויב אזוי פלעג איך מיך מוטשענען, וואס איז מיט די לא ישובון?
ביז איך האב אנגעהויבן כאפן:

“לא ישובון” מיינט נישט אז דו טארסט נישט צוריק. נאר אז דו קענסט נישט.
איך קען נישט מער גלייבן אין די פאפירענע אמונה וואס מ׳האט מיר איינגעבאקן אין חדר.
איך קען נישט גלייבן אין א גאט וואס מען מעג אויף אים נישט פרעגן.
איך קען נישט גלייבן אין א וועלט פון פארהייליגטע מושגים וואס פארענפערן זיך דורך שרייען שווייג!!

כל באיה לא ישובון” איז נישט קיין עונש סאיז א מציאות..
ווייל דער מענטש וואס האט געלאזט דעם שכל ארבעטן,
דער מענטש וואס האט אריינגעלאזט קשיות אין זיין נשמה –
ער קען נישט מער צוריק ווערן קליין.

ער קען נישט ווייטער לעבן מיט די זעלבע בליק ווי פריער.
און דאס איז נישט א חורבן.

דאס איז דער אמת.

ווען דו האסט געגלייבט וואס מען האט דיר נאר געזאגט, אבער קיינמאל נישט געפרעגט — האסטו געגלייבט ווי א קינד.

ווען דו פרעגסט, און דו גלייבסט נאך — האסטו געשאפן אמונה ווי א מענטש.
און יא, ווען דו האסט לייענען אנגעהויבן, האט מען דיר געזאגט:
ביכל = כל באיה לא ישובון.

אבער מען האט דיר נישט געזאגט אז עס זענען דא ביכער וואס עפענען א וועג צו א גאט וואס איז ריכטיג, אזדו וועסט טרעפן א נייע רעליגיע וואס הייסט יודישקייט.
א גאט וואס שטייט נישט אויף פחד. נאר אויף חכמה, און יראת אמת,

עס קען זיין אז די ווארענונג איז געווען אמת: “כל באיה לא ישובון.”
אבער נישט ווי זיי האבן עס געמיינט.
יענער פסוק מיינט נישט:
“ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין אמונה.”

נאר:
ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין ביליגע אמונה.

און וועט שוין נישט וועלן צוריק.

לא ישובון – ווייל איך וויל יעצט דינען גאט ווי א מענטש

איך וויל נישט מער א גאט וואס טויג בלויז ווען מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.

איך וויל נישט מער א דרך וואס דרייט זיך איבער פאר יעדע שאלה.

איך וויל א גאט וואס שטייט אין ליכטיגקייט.

א וועג וואס איז אמת’דיג.

און א אמונה וואס איז נישט קיין חינוך – נאר א לעבן.

ניין איך בין נישט צוריק געגאנגען, אבער נישט ווייל איך גלייב נישט, נאר ווייל איך האב אנדעקט א אנדערע יודישקייט.
Wow יעדע ווארט איז צוצוקישן .

אז דו האסט געליינט Spinoza’s Ethics’s ביי די זעכצן מיזטו זיין גאר א קליגער מאן ! מיר ווארטן צו הערן נאך פון דיין געבענטשע רייד!!

איך האף אז דו האסט שוין געטראפן דעם וועג דו ביסט מער נישט "פארבלאנדזעט"
 
זייער שיין וואס דו שרייבסט. אבער אויב מעג איך פרעגן.
זאגסט אז דו האסט אנדעקט א ״נייע אידישקייט״ און דערמאנסט שפינאזא און ניצטשע וואס ביידע פון זיי האבן נישט געגעלייבט אין קיין פערזענליכע גאט וואס מ׳קען דאווענען צו אים און אים בעטן פערזענליכע בקשות וכו׳ שפינאזא האט געהאלטן אז גאט איז בעסקילי נאטור און ניצטשע איז געווארן א אטעיסט נאכן ליינען שאופענהואר, ער האט אנגענומען אז נאטור איז א blind force וואס שאפעהואר האט גערופן ״די ווילע צו לעבן״ און ניצטשע האט עס גערופן ״די ווילע צו פּאוער״.
מיין קשיא איז וויאזוי טייטש מען אריין יודישקייט אין פילאסאפיע פון ניצטשע און שפינאזא.

אדער אפשר קען זיין אז דו האסט טאקע נישט אנגענומען זייערע שיטות אינגאנצן נאר אז דורך ליינען פרעמדע ביכער ביסטו אנגעקומען צו א אנדערע פארום פון אידשקייט פון וואס דו ביסט אויפגעוואקסן. אויב דאס איז אמת, איז מיין קשיא אויב דו קענסט שעירן מיט אונז מעהר דיטעילס איבער די נייע וועג אין אידשקייט. וואס גלייבסטו יא און וואס גלייבסטו נישט, וואס טוסטו יא און וואס טוסטו נישט?
 
ער האט אנגענומען אז נאטור איז א blind force וואס שאפעהואר האט גערופן ״די ווילע צו לעבן״ און ניצטשע האט עס גערופן ״די ווילע צו פּאוער״.
און איך רוף עס "די ווילע צו בּיוּטי."
 
און איך רוף עס "די ווילע צו בּיוּטי."
אקעי.

אבער די וועלט איז נישט ביוטעפיל in itself נאר פאר אונזערע אויגן כדאי אויסצופירן די powerful force וואס הייסט ״די ווילע צום לעבן״. און ס׳מיינט נישט דווקא נאר לעבעדיגע זאכן, נאר אלעס אין נאטור ווערט געדרייוועט פון א געוויסע force אפילו די שטיין וואס פאלט אראפ וכו׳
 
זייער שיין וואס דו שרייבסט. אבער אויב מעג איך פרעגן.
זאגסט אז דו האסט אנדעקט א ״נייע אידישקייט״ און דערמאנסט שפינאזא און ניצטשע וואס ביידע פון זיי האבן נישט געגעלייבט אין קיין פערזענליכע גאט וואס מ׳קען דאווענען צו אים און אים בעטן פערזענליכע בקשות וכו׳ שפינאזא האט געהאלטן אז גאט איז בעסקילי נאטור און ניצטשע איז געווארן א אטעיסט נאכן ליינען שאופענהואר, ער האט אנגענומען אז נאטור איז א blind force וואס שאפעהואר האט גערופן ״די ווילע צו לעבן״ און ניצטשע האט עס גערופן ״די ווילע צו פּאוער״.
מיין קשיא איז וויאזוי טייטש מען אריין יודישקייט אין פילאסאפיע פון ניצטשע און שפינאזא.
שפינאזא האט מיר געהאלפן פארשטיין אז אויב סאיז דא א גאט, איז ער א אנדערע גאט ווי די גאט וואס איך האב געהאט און מיינד,
אויב עגזעסטירט ער איז ער אין סוף און די איינציגסטע מציאות אופן וועלט,
ער האט מיר געגעבן די שטארקייט צו זיין אמת מיט זיך,און צו טרעפן גאט און די בריאה אליין.

פון ניצשע האב איך גענומען די קוראזש צו טרעפן די חלל און מיין אמונה, אפצולאזן אן אמונה וואס אירע יסודות זענען געווען פחד און סאסייעטי,
ניצשע לייקנט נישט דוקא אפ די מציאות פון גאט- ער איז מסביר אז די גאט וואס מענטשהייט האט געמאכט איז טויט.

זיינע ביכער האבן מיר אויך געהאלפן צוטיילן צווישן מיין רחניות און גשמיות,
 
פון ווואס איך האב גיהערט אויף שפינוזה
איז זיין שיטה ,אז גאט איז אין דעם מענטש, אין די בריאה ,
עס קומט צוזאם מיט חסידות פון ״אין עוד
מלבדו״ , אלעס איז אלהות , ווייל יש מאין , מיינט א
השתלשלות פון עצם אלהות הרוחני , אין דורך דרכים און מסכים , אין אצילות , מיט השתלשלוות ,אלף אלפי אלפים פעמות , ביז די עשייה ,ווערן די אזוי גערופענע נבראים ,גשמיים , אבער אין אמת
לאמתו איז אלעס איינס ,
עס איז דא ווערק (חוקרים) מסביר צי זיין מיט וואס שיטת שפינוזה ,איז אנדערש ווי חסידות
שיטת הגר״א איז מתנגד ,
ער האט גיזאגט אויף חסידות ,
האומרים לעץ אבי אתה , אלה אלוהיך
ישראל ,
איז מערקווירדיג אז זיין נאהנסטער
תלמיד מהר״ח וואלאזין ת האט אהנגינומען אזוי
ווי חסידים מיט דעם , ווי ער איז מבאר אין זיין ספר נפש החיים ,
 
Back
Top