פארבלאנדזשעט
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 9, 2025
- מעסעדזשעס
- 27
- רעאקציע ראטע
- 147
- פונקטן
- 23
איך געדענק נאך ווי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט א כלל:
ביכל איז ר”ת כל באיה לא ישובון.
איך געדענק די שטילע שרעק, איך האב ממש געציטערט,
א ביכל – קליינע זאך. אבער ווען דו עפענסט עס, קען עס אויסרייסן דיין נשמה דיין יודישקייט.
קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען!.
און דאן, ערגעץ צווישן די פופצן און זעכצן, האב איך מיך געטראפן עפענען די דעקל פון Spinoza’s Ethics’s, איך האב לכאורה נישט פארשטאנען האלב פון די זאכן דארט, אבער איך האב פארשטאנען גענוג צוצוקומען צו א מסקנה אז דער מענטש האט געוויסט אויף גאט מער ווי רוב מענטשן וואס איך קען.
איך געדענק, ווען איך האב עס פארמאכט, האב איך געטראכט: אהה, דאס איז א “לא ישובון”
פון דארט איז עס געגאנגען גלייך אראפ אין טיפענישן. קאמאס, דוסטויעווסקי, ניטשע, רמב”ם, לייבניץ, איינשטיין, ר׳ צדוק. יעדער זאך וואס מען האט מיר פארבאטן צו ליינען איז געווארן געליינט, יודישע און גוישע.
א רייזע פון פרעגן און פארשן און לייענען און פרובירן איינצוגעבן:
פארוואס בין איך נאך א איד? גלייב איך נאך אין גאט?
און אויב יא – אין וועלכן גאט גלייב איך טאקע?
ווייל דער גאט וואס מ׳האט מיר איבערגעגעבן אין חדר –
דער גאט וואס מען מעג נישט פרעגן.
דער גאט וואס האט שטענדיג א קלארע תשובה ,
דער גאט וואס קוקט אויף דיר מיט שולד.
דער גאט איז שוין נישט געווען מיין גאט.
אבער למעשה האב איך געהאט א קשר מיט א גאט, און איך האב עס אפילו אנגעקוקט ווי די יודישע גאט,
איז אויב אזוי פלעג איך מיך מוטשענען, וואס איז מיט די לא ישובון?
ביז איך האב אנגעהויבן כאפן:
“לא ישובון” מיינט נישט אז דו טארסט נישט צוריק. נאר אז דו קענסט נישט.
איך קען נישט מער גלייבן אין די פאפירענע אמונה וואס מ׳האט מיר איינגעבאקן אין חדר.
איך קען נישט גלייבן אין א גאט וואס מען מעג אויף אים נישט פרעגן.
איך קען נישט גלייבן אין א וועלט פון פארהייליגטע מושגים וואס פארענפערן זיך דורך שרייען שווייג!!
כל באיה לא ישובון” איז נישט קיין עונש סאיז א מציאות..
ווייל דער מענטש וואס האט געלאזט דעם שכל ארבעטן,
דער מענטש וואס האט אריינגעלאזט קשיות אין זיין נשמה –
ער קען נישט מער צוריק ווערן קליין.
ער קען נישט ווייטער לעבן מיט די זעלבע בליק ווי פריער.
און דאס איז נישט א חורבן.
דאס איז דער אמת.
ווען דו האסט געגלייבט וואס מען האט דיר נאר געזאגט, אבער קיינמאל נישט געפרעגט — האסטו געגלייבט ווי א קינד.
ווען דו פרעגסט, און דו גלייבסט נאך — האסטו געשאפן אמונה ווי א מענטש.
און יא, ווען דו האסט לייענען אנגעהויבן, האט מען דיר געזאגט:
ביכל = כל באיה לא ישובון.
אבער מען האט דיר נישט געזאגט אז עס זענען דא ביכער וואס עפענען א וועג צו א גאט וואס איז ריכטיג, אזדו וועסט טרעפן א נייע רעליגיע וואס הייסט יודישקייט.
א גאט וואס שטייט נישט אויף פחד. נאר אויף חכמה, און יראת אמת,
עס קען זיין אז די ווארענונג איז געווען אמת: “כל באיה לא ישובון.”
אבער נישט ווי זיי האבן עס געמיינט.
יענער פסוק מיינט נישט:
“ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין אמונה.”
נאר:
ווער עס ליינט וועט פארלירן זיין ביליגע אמונה.
און וועט שוין נישט וועלן צוריק.
לא ישובון – ווייל איך וויל יעצט דינען גאט ווי א מענטש
איך וויל נישט מער א גאט וואס טויג בלויז ווען מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.
איך וויל נישט מער א דרך וואס דרייט זיך איבער פאר יעדע שאלה.
איך וויל א גאט וואס שטייט אין ליכטיגקייט.
א וועג וואס איז אמת’דיג.
און א אמונה וואס איז נישט קיין חינוך – נאר א לעבן.
ניין איך בין נישט צוריק געגאנגען, אבער נישט ווייל איך גלייב נישט, נאר ווייל איך האב אנדעקט א אנדערע יודישקייט.