יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 48
- רעאקציע ראטע
- 461
- פונקטן
- 53
מ'זאגט נאך פון גרויסע אז די העכסטע מדריגה פון כפירה איז כפירה פשוטה – אן קיין התחכמות און אן קיין חקירות.
מענין לענין באותו ענין דערציילט מען איבער א גדול וואס איז שוין געלעגן על ערש־דווי, האט ער זיך אויסגעדרוקט, "נאך אלע השגות און מדריגות וואס איך האב דערגרייכט אין חקירה און פילאזאפיע, סוף דבר בין איך א נאר און איך גלייב נישט!"
--
הטו אזנכם ושמעו – הערטס א מורא'דיגע מעשה וואס ס'האט מיר פארציילט א איד א מהימן, וואס האט עס געהערט פון א זקן מופלג בעירו בעת ס'האט אים שוין אנגעכאפט די עת־זקנה, וואס ער האט עס געליינט בנעורותו (וואס אפילו דאן איז ער שוין א זקן געוועזן) מיט זיינע אייגענע אויגן אינעם קהל'ישן פנקס, וואס איז שפעטער פארברענט געווארן אינעם שרעקליכן פייער וואס האט איינגעהילכט קהל'ס שטיבל און פארברענט טאקע דעם פינקס און נישט מער.
די מעשה נורא איז פארגעקומען אין אן אומבאשטימטן פלאץ און אן אומבאשטימטער צייט – טייל זאגן אז זי אינגאנצן אומהיסטאריש. אבער א מעשה־שהיה איז זי זיכער. מנהג המקום איז געווען צו דערציילן די מעשה בקהל־עם יום־כיפור אויף דער נאכט פאר כל־נדרי. דאס פארליינען פלעגט אייביג ווערן באגלייט פון א קול נהי בכי תמרורים פון די אידענעס אין עזרת־נשים און די בעל־עגלות אויף דער בעל־מלאכה באנק הינטן פון בית־הכנסת, וואס פלעגן צוקומען צו אן אמתן הרהור־תשובה מאהבה דורך דעם פחד וואס דאס מיטל־עלטערישע גיהנום האט אויף זיי אנגעווארפן.
ובכן ליינען מיר אין פנקס:
ויהי היום און ר' געציל – א איד אן איידעלער, אן אויסגעדארטער, א בעל־יסורים, א נשמה בלי גוף וואס פאסט משבת־לשבת, וואס הייבט נישט אויף די אויגן פונעם ספר, וואס איז נישט מכיר קיין צורת־מטבע – מאכט זיך איין טאג ערב־שבת נאך חצות און ר' געציל קערט אום זיין אויסגלייטערטע נשמה ליוצרה. אונזער בר־מינן איז געווען א למד־וואו'ניק וועמענ'ס נאמען האט גע'שמ'ט איבער אלע ארבע־ארצות; א איד א מהדרין־מן־המהדרין ווי עס דארף צו זיין, וואס כל ימיו האט ער געלעבט פארן טויט בבחינת העולם־הזה־דומה־לפרוזדור און בבחינת טוב־לו־שלא־נברא. ס'ערב שבת פאר'ן זמן, און אונזער צדיק'ל שוועבט זיך ארויף צום עולם־העליון, רייטנדיג אויף א פּוכיג קענדי־פלאס וואלקנדל ווי עס פאסט פאר אזא דערהויבענער נשמה.
אויבן אין הימל טוט זיך א גע'רעש. מלאכים לויפן הין און הער, בריוו־טאשן אין די הענט און פעטע דאָסיעס אונטערן ארעם; שרפים ברענען, אופנים קייקלען זיך, חיות־הקודש ברומען. אין דער פמליא־של־מעלה האלט זיך אט ביים שליסן א היציגע סעסיע. די נישט־גוטע פון זייער אפאזיציע־פארטיי האבן נארוואס פארגעליינט א ביטערע גזירה וואס טאמער וועט זי חס־ושלום אנגענומען ווערן דראעט אויף כלל־ישראל זיך צו מוזן מפרנס זיין פון יגיעת־כפים לא־עלינו און נישט מער קענען צוקומען צו טעות־עכו"ם־מותר און צום "השתדלות" פון אויסשווינדלען מדינה־געלטער: א גזירת־שמד ממש, היו־לא־תהיה. די כיטרע "לינקע" האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען די דאמינאנטע כחות־הקדושה פארטיי איז געווען פארוויילט, צוהערנדיג זיך ווי אידישע קינדער זיצן און לערנען, לערנען די הייליגע תורה און טוען דעם רצון־השם ווי איבערגעגעבן א קנעכט, אינעם הימלישן טעאטער־צימער דורך א לייוו־הוק־אפ גראד אין בית־מדרש־הגדול אריין וואו ס'קומט יעצט פאר אן אבות־ובנים, מאטיווירט דורך דער פארכט פונעם חושך־שבטו און דער ריינער תאווה פאר א צוקערל צו פארזיסן דעם ביטערן טעם און מויל נאך עטליכע שעה הארעווען אויף דער זיסער־ווי־האניגדיגער תורה מיטן טאטן. נאר א דאנק דעם לעצט־מינוטיגן פיליבוסטער פונעם מלאך 'אחד מיני־אלף' – וואס איז פונקט איבערגעשלאפן און שוין אנגעקומען צום שוי־צימער נאך דעם ווי אלע זיצן זענען שוין פארנומען געווארן – איז די גזירה פארמיטן געווארן און די סכנה אראפגענומען געווארן פון איבער די נומער־נול־געשוירענע און שני־כיסוים־שווארץ־באקעפלטע קעפ פונעם מי־כעמך־ישראל!
הכלל, קענט איר זיך שוין פארשטעלן אין וועלכער אטמאספער אונזער ר' געציל'ס נשמה האט זיך אנגעטראפן ביים אנקומען צום 'ערייוועלס'־טערמינאל ערגעץ אין פינפטן הימל אויפן זיבעטן שטאק. איבעריג צו זאגן אז ביי אונזער בר־מינן אין הארצן – נישט אינעם ערדישן, פיזישן, פליישיגן, שפל'דיגן לבוש פון א הארצן, פארשטייט זיך, נאר אינעם רוחניות'דיגן, עפעמערישן, אומדערטאפנדיגן כמו־לב, טאקע פון אט די וואס פאמפן דאס הימלישע כמו־בלוט אין די מעטאפיזישע כמו־גופות פון די דרי־מעלה – טוט זיך א צאפלעריי, א געקלאפעניש, נישט פון חרדה אדער פחד נאר פון ערווארטונג און שמחה אז אט אט איז שוין דא דער גרויסער מאמענט. אל תאמין בעצמך זאגן חז"ל טאקע נאר עד יום מותך, אבער יעצט איז ער שוין פריי פון זיין אפגעמאטערטער און מיטגעמאכטער גוף, אויסגעלייזט פון דער שטענדיגער, נישט־נאכלאזנדיגער יראת־חטא, פונעם ענדלאזן, אנטוישנדן ווארטן פאר משיחן, פון מיטמאכן און מיטשפירן דעם צער־השכינה, פון דער ברויזנדער און אויסשעפנדער מלחמת־היצר וואס לאזט נישט נאך אפילו בשעת מיתתו. דאס אלעס איז פארביי. יעצט איז געקומען זיין צייט צו עסן פונעם קרן־קיימת־לו־לעולם־הבא (הגם אז פונעם אוכלים־פירותיהם־בעולם־הזה האט ער געזען א מכה, אבער דאס איז זיכער געווען צוליב חטאות־נעורים, צי פון עוונות־הדור וועגן, אדער אפשר פשוט ווייל ער האט קיין מאל אין לעבן קיין פרי אין מויל נישט אריינגענומען – חוץ פונעם עפל אום ראש־השנה־לשנים־לשמיטין־וליובלות און דעם באקסער אום ראש־השנה־לאילן), צו מקיים זיין ברינה־יקצורו, און נהנה צו זיין א באקרוינטער מזיו־השכינה.
עס ווערט ר' געצל'ן פרייליך אויפן הארצן. עס איז א מאדנע געפיל וואס איז אום אומבאקאנט, וואס ער האט נאך קיינמאל נישט דערפילט. אבער ער גלייכט עס. די טריט זיינע ווערן אים לייכטער, טאצנדיגער, שוועבעדיגער. ער גלייכט זיך אויס דעם כמו־רוקן און נעמט אן א פולע כמו־לונג כמו־לופט. אטעמען איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי געשמאק, אזוי פול. אה! א מחיה!
"אט איז די ריינע, לויטערע הימלישע לופט!" טראכט ער ביי זיך. "אונטן שטעלט מען נישט צו אזוינס."
דאס מחשבה'לע האט נאך אפילו נישט אנגעיאגט זיך אפצובאקן כמאכל־בן־דרוסאי, כאפט זיך ר' געציל אז ער האט באמת קיינמאל נישט פרובירט אריינצואטעמען ביים לעבן. צי קען גאר זיין אז בחייו וואלט ער זיך אויך געקענט דערקוויקן פון אזא פשוטן, טאג־טעגליכן תענוג?
עודו משתאה – אזוי ווי ער שטייט און טראכט, כאפט ער זיך פלוצלינג מיט א ציטער אז ער איז אט עובר אויף א בפירושער הלכה, רח"ל, פון "כל מי שמתאבל עליו מתאבל עמו"! מאכט ער זיך א חשבון, "אז איך בין געשטארבן, זענען זיך מיינע קינדער דאך מתאבל, און אז זיי זענען זיך מתאבל דארף איך זיך דאך אויך מתאבל זיין מיט זיי. אויב אזוי, איז דאך אוודאי שמחה און ריקוד אסור. טא ווי קומט צו מיר אזא לייכטזיניגקייט?!"
מיט אמאל איז אים דאס גאנצע גוטמוטיגקייט אנטרינען. און מיט אן איכה־ניגון געט ער זיך א ברום אונטער אומעטיג, "געציל, געציל! אפגעלעבט א גאנץ לעבן אין תשובה ותיקון־המעשים, און אט קומט צו גיין א מאמענט פון קלות־ראש, פון היסח־הדעת, און קוק ווי דו זעסט אויס!"
עס גייט נישט דורך קיין כהרף־עין דערמאנט ער זיך ווידער אז ער איז דאך שוין אויפן עולם העליון, ווי עס איז נישט שולט נישט קיין יצר־טוב און נישט קיין יצר־הרע, נישט קיין נסיונות און נישט קיין הרהורים. ער האט דאך שוין אפגעענדיגט מיט די אלע זאכן. "כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצוות," זאגן דאך חז"ל. חפשי! פריי!
"אוי!" כאפט ער זיך, "וואספארא נארעלע איך בין! אפנים צענדליגע יארן פון הרגל האט מיך איינגעוואוינט א טבע שני, אזא פחד, אן אנגסטיגן אינסטינקט. איך קען דאך שוין נאכלאזן, זיך מענטאליש באפרייען! וואס גייט מיר אן הלכות?! וואס האב איך מיט איסורים?! זיך שוין גענוג געפייניגט א גאנץ לעבן. איך בין טויט און פטור אן עסק!"
אין טראן־צימער פון הימלישן פאלאץ הערשט א שטילקייט. א מסודר'דיגע ריי נשמות שורה'ן זיך פארן כסא־הכבוד. ר' געציל קוקט זיך אום: ער איז קנאפ באגייסטערט. די שטוב איז א פשוטע, צאמגענומען, ריין, אבער נישט עפעס ספעציעל באצירט. באשיידענע ווייס־באקאלעכטע קלעצער שטוצן אונטער דעם דאך, איינפאכע בלוי־סאמעטענע פארהאנגען באהענגען די פענצטער, פארשטעלנדיג די לעצטע, צאנקנדיגע שטראלן פון דער אונטערגייענדער ערב־שבת זון. עס פעלן עפעס די קרישטאלנע הענגלייכטער, די באגילדעטע באלקאנען. נישט קיין חור, נישט קיין כרפס, נישט קיין תכלת. ס'מאנגלט עפעס א גלענצעניש, א בלישטשעניש, א פארבלענדעניש – עפעס גאר נישט ווי ס'פאסט פארן מלך־מלכי־המלכים. און אויך עפעס אזא מין רואיגע שטילקייט: עס וואיען נישט קיין הימלישע חיות, עס געוואלדעווען נישט קיין בריאים, ס'נישט קיין ירננו בקול, נישט קיין יסלסלו בקול, ניטאמאל קיין יְטַכְסוּ בקול. מ'הערט נישט קיין מוג!
"נישט קיין גרויסער כבוד־מענטש, דער גאט, הא?" וועקט אים א גראבע שטימע אויף פון זיינע אריינקלערענישן.
ר' געציל דרייט זיך אויס און טרעפט זיך פנים־בפנים מיט א זעל א מגושמדיגס, א פעטס. פון די פארלאטערטע פארגעלבטע תכריכים גיסן זיך ארויס פליישיגע איברים, ווי אויף צו להָכעיס דעם העראָאישן אבער אויסזיכטלאזן קאמף וואס די איבערגעצויגענע קנעפ שטעלן, בניגוד צו א בפירושן 'אין סומכין על הנס'.
ר' געציל שפרינגט אפ אין עקל.
"אן עניו. אזוי זאגט מען. נישט קיין בעלן פארן הו־הא און פארן טאראראם."
ביסלעכווייז רוקט זיך די ריי. נשמות גייען דורך איינצלווייז כבני־מרון. דער שופט־כל־הארץ איז זיי דן מיטן גראבן פינגער אויף לינקס צי אויף רעכטס, זה לחיים וזה למוות. ביי ר' געצלן אין די קישקעס טוט זיך א דרייעניש און א צעקניפעניש, ס'דראעט אים אזש די נעכטיגע ליל־שישי'דיגע טועמיה ארויסצופלייצן. ס'טייטש! זיך טרעפן מיטן עילת־העילות אליין?! פונדערווייטנס דערזעט ער דעם אויבנאן. ס'דאכט זיך אים אז ער דערקענט א שטול. אין דעם זיצט געוויס דער אין־סוף ברוך־הוא!
א קיצור א מעשה, ס'גייט נישט דורך קיין סאך צייט און אט שטייט אונזער נפטר פארן כיסא־הכבוד.
אבער וואס כיסא? ווען כבוד?
שטייט א בענקל א הילצערן. זיצט אויף אים א קליין אידל (נו, פארשטייט זיך: קיין גוי איז דאך דער באשעפער זיכער נישט!) מיט א ציגן־בערדל – אביסל א שיטערן וואס דורך אים שטארצט זיך ארויס א בלאסע גאמבע – אין א פשוטן דאשיקל און כאלאטל. קוקן קוקט ער גראד פאראויס מיט א פארוון, אומאפטייטשבארן בליק, אזוי כמעט אין חלל אריין.
עפעס אן אנטי־קלימאקס. אן אנטוישונג.
"ד-דאס ז-זענט איר, גאט?" שטאמלט ר' געציל ארויס א ציטערדיגער.
"נו, גאָט, שמאָט... מיט וואס קען איך אייך העלפן?" ענטפערט אים א דין־קוויטשעוודיג קול.
המשך יבוא בטרם יבוא אליהו

				לעצט רעדאגירט: 