כוואליעס אכטע ״כוואליע״ לכבוד חנוכה תשפ״ו

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
46
רעאקציע ראטע
882
פונקטן
113
דעם בית יוסף׳ס קשיא איז ענדליך ענדגילטיג פארענטפערט!

״כוואליעס״ איז שטאלץ פארצושטעלן די אכטע ״כוואליע״ - די גרעסטע ביז היינט, גענוג צו ליינען און לערנען פאר גאנצע אכט טאג, אנגעפילט דעקל צו דעקל מיט שמן זית זך, פון די בעסטע ארטיקלען און עסייען אין די מארקעט פון היימישע אידישע ליטעראטור.

די איצטיגע ״כוואליע״ וועט ענטהאלטן צווישן אנדערע אן ערשטמאליגע היסטארישע באריכט, א הערליכע אריגינעלע אפהאנדלונג איבער כשרות און הלכה. ווי אויך נאך פילע הערליכע ארטיקלען פון הומאר, פאעזיע, און היסטאריע.

די ״כוואליע״ וועט זיין צו באקומען צום ערשט אויף אמאזאן - האפענטליך נאך די וואך. די פי-די-עף וועט ווערן ארומגעשיקט צו אלע אימעיל סובסקרייבער קומענדיגע וואך.

עדיט:
דער אכטער ״כוואליע״ איז שוין דא צו באקומען אויף אמאזאן אויף די פאלגנדע לינק:
כוואליעס, נומער 8: אן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט (Yiddish Edition): Production, Chvalyes: 9798278257011: Amazon.com: Books


IMG_7899.webp


דורך די איצטיגע לינק קאסט דער אויסגאבע בערך $17 אריינגערעכנט טעקס.

מיר פרובירן אויס אן אפציע צו דרוקן די אויסגאבע אויף א ביליגערע פארמאט און מיר האפן אז די ״כוואליע״ וועט זיין צו באקומען פאר א ביליגערע פרייז אין די קומענדיגע טעג, מיר וועלן מעלדן תיכף ווען עס וועט זיין צו באקומען.

די ביליגערע אפציע וועט קאסטן בערך $14 אריינגערעכנט טעקס.



קחו ברכה אל בתיכם! מאכט זיכער איר זענט איינגעשריבן צו באקומען אונזערע אימעילס מיט די פי-די-עף. זיך אויפצושרייבן ביטע גייט צום פאלגענדן לינק:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo

צו זען אלע פריערדיגע ״כוואליעס״, לינקס צו אונזערע סאציאלע מידיא קאנאלן, און אזוי אויך ארויסצוהעלפן מיט א נדבה, ביטע גייט צו אונזער לינק-ביימל:
כוואליעס | Linktree

האלט אייך געשפאנט!
 
לעצט רעדאגירט:
🥳🥳🥳🥳🥳🥳🥳

מאי חנוכה דתנו רבנן כשנכנסו עניי הדעת להיכל טמאו כל השמנים ולא מצאו אלא כוואליע אחד שהיה מונח בעמאזאן והיה בו להדליק כל העולם כולו בהלל והודאה
 
ס'איז מיר א כבוד צו זיין א 'קאנטריביוטער' צו אזא אינהאלטסרייכע זשורנאל. ווי אויך בכלל צו זיין אין איין באנד מיט אזעלכע ריזן ווי @אלפא @שניאור ריבנר @איזי פאזען @אפענער @חבקוק @מיימון @מאָצל טויב @יששכר כץ . (איך האב דאך נאכנישט געזעהן אינעווייניג במילא קען זיין איך לאז אויס געוויסע.)

ווי אויך איז מיר אן עקסטערע זכות צו האבן געארבעט מיט @פרידא אויף א נייע איבערזעצונג פון איר מערסט באקאנטע עסיי "מיין גט", מיט אן עקסקלאסיוו פארווארט פון איר.

קויפטס דעם באנד צו שטיצן אומצענזורירטע אידישע ליטעראטור.

View: https://x.com/i/status/1999171837641818313
 
נאר 20 מענטשען האבן געלייקט????? א באנדע משוגעים
ביטע ביטע... מיט א רואיגקייט.

אונז ווייסן דאך על פי נסתר אז מיט יעדע דיבור, על כל נשימה ונשימה, גייט אוועק א חלק פונעם לעבן. אין די מאדערנע איין און צוואנציגסטער יארהונדערט האט מען געמאכט א זיצונג אויבן אין הימל מיט אלע גרויסע צדיקים ומלאכים, וואס וועט זיין? דער עולם רעדט נישט, יעדער איז אויפן פאון שטיל. קען מען דען לאזן צוליב דעם אז מ'זאל לעבן פאר אייביג? איז געבליבן אז פאר יעדע פאוסט און "לייק" אויפן פאון וועט עס ווערן גערעכנט ווי א דיבור. זייט דעמאלסט קען מען נישט האבן קיין טענות, נישט יעדער איז גרייט אוועקצוגעבן פון זייער לעבנס טעג פאר א נארישע לייק.

ובזה יצאתי ידי חובתי בעולמי צו מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער... א גוטע נאכט, איך האף איך שטיי נאך אויף מארגן.
 
דער אכטער ״כוואליע״ איז שוין דא צו באקומען אויף אמאזאן אויף די פאלגנדע לינק:
כוואליעס, נומער 8: אן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט (Yiddish Edition): Production, Chvalyes: 9798278257011: Amazon.com: Books

IMG_7899.webp

דורך די איצטיגע לינק קאסט דער אויסגאבע בערך $17 אריינגערעכנט טעקס.

מיר פרובירן אויס אן אפציע צו דרוקן די אויסגאבע אויף א ביליגערע פארמאט און מיר האפן אז די ״כוואליע״ וועט זיין צו באקומען פאר א ביליגערע פרייז אין די קומענדיגע טעג, מיר וועלן מעלדן תיכף ווען עס וועט זיין צו באקומען.

די ביליגערע אפציע וועט קאסטן בערך $14 אריינגערעכנט טעקס.

די פי-די-עף וועט ווערן ארומגעשיקט בחינם פאר אלע סובסקרייבער קומענדיגע וואך לכבוד שבת חנוכה. דערווייל קען מען אריינכאפן צו שטיצן די ״כוואליעס״ פראיעקט מיטן קויפן די הערליכע קאליר-געדרוקטע ביכל וואס ברענגט אריין א שטיקל מינימאלע הכנסה צו העלפן דעקן די הוצאות און אויך איז עס א געוואלדיגע חיזוק פאר די רעדאקציע און אלע שרייבערס.
 
וויזוי קוקט אויס די כוואליע וואס מען קויפט? ווי דער שטערן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצט רעדאגירט:
Back
Top