יא, א מעסיוו אויסגאבע.
@שניאור ריבנר האט מיר גוט געדרייט אין קאפ א גאנצן יום טוב, מורא'דיג, גוט אויפגעבויעט, הערליך!
דיין קושיא (בשם שפינאזא) איבער די תועלת פון רעליגיע האט מיר גוט צונומען.
אבער דיינע קושיות אויפן ערשטן מהלך האב איך נישט אינגאנצן ארויס, ערשטנס ברענגסטו א ראיה פון ברית החדשה, נו מ'שטיינס געזאגט, פון דארט פרעגסטו א קושיא אויף אונזער רעליגיע? ס'איז אזוי ווי זאלסט פרעגן א קושיא אויפן ויואל משה פון די מגילת העצמאות...
נאכדעם ברענגסטו פון נפש החיים, קודם כל, אונז זעמיר דאך חסידים פאר א סיבה... צווייטנס, אפילו די חסידים האבן נישט געהאלטן אז אויב איינער שפירט וכו', זאל ער - למשל - נישט האלטן שבת, אדער עסן מצה וכדו', די גאנצע היתר וועט מען נאר נוצן ביי - למשל - סוז"ת וואס ס'איז דא פוסקים וואס מ'קען זיך אויף זיי פארלאזן (אויסער אפשר און קאצק).
דריטנס ברענגסטו א שיינע ראי' פון מארטין לוטער קינג דזשר.
על כל פנים, בעצם הנושא, פרעגסטו:
און וואס טוט מען אין אזא סארט סיטואציע וואו היטן דעם חוק איז א סתירה צו דער אריגינעלער סיבת החוק?
די גלויבונג ביי אידן איז, אז ג-ט האט אוועקגעשטעלט א סעט פון תרי"ג חוקים +, און דאס העלפט - למעלה מדרך הטבע - צוקומען צום סיבת החוק. וויאזוי מאכט מצה (מעל און וואסער), אדער לולבים בלעטער און אתרוגים אנקומען צום סיבת החוק, וואס דאס איז דביקות בד' און מידות טובות? איז טאקע שווער צו פארשטיין. וויאזוי קען גשמיות'דיגע אביעקטן, פועל'ן אויף דיין גוף, צו זיין מער משועבד צו אן העכערן נשמה'דיגן כח? צו אפלאזן אביסל דיין חומר, און נישט זיין אזויפיל פארנומען מיט זיך? איז טאקע למעלה מהשגתינו, אבער אזוי איז אוועקגעשטעלט די גלויבונג ביי אידן (עכ"פ ביי חסידי'שע אידן, וואס גייען לאורו פון זה"ק). און דאס איז טאקע גאר א שטארקע אפאזיציע צו די קריסטליכע גלויבונג, וואו די עיקר איז די דביקות, און זיי האלטן אז גשמיות'דיגע פעולות קענען דיך נישט ברענגען אהין. און וועגן דעם פארמיאוס'ן זיי טאקע אלע גשמיות'דיגע אקטיוויטעטן, וואו לעבן מיט א פרוי, און עסן וכו'. והבן. עכ"פ.
אבער דיין אויספיר איז געוואלדיג!
@מר שושני, אן הערליכן ארטיקל (X2) איבער ישעיה הנביא. כ'האב געטראכט צוצושטעלן (קען זיין כ'האב עס שוין געזען ערגעץ, די מח איז א גנב), ליינענדיג די לעכעריגע לעכערליכע ארטיקל אין די
טועמיה אויסגאבע איבער די איסיים (וואס פאדערט זיך א באזונדערע אפהאנדלונג), ברענגען זיי דארט (
פעידזש 74) וויפיל און וועלכע מגילות מ'האט געטראפן אין די מערות, איז דא זייער אסאך פון ישעיה. קען זיין דאס קומט וועגן די איסיים האבן שטארק זיך פארלייגט אויפן שלימות האדם, און אוועקגעמאכט די עבודת הקרבנות וכו', ווי זיי ברענגען דארט (
פעידזש 61):
צווישן אנדערע ערקלערט פילון, אז די איסיים האבן זיך געהאלטן קלוגער און הייליגער פון אלע אידן. לויט זיינע רייד זענען די איסיים ביי דער מיינונג אז אנשטאט צו שחט'ן קרבנות און זיך אפגעבן מיט פראקטישע עבודת השם, איז ענדערש צו דינען דעם אויבערשטן אין הארץ, זיין באמת א בעסערע מענטש און פארמאגן אין זיך גוטע מידות און מעשים טובים, וואס דערפון האט דער אויבערשטער מער הנאה ווי פיל קרבנות.
דאס איז א קלארע אפנויג פון די רייד פון די חכמים, און נאכמער, קעגן די הייליגע תורה וואס באפעלט אונז קלאר צו שחט'ן קרבנות פארן אויבערשטן.
אן אריינגיין אין די נארישקייט פון די צווייטע סטעיטמענט (ווייל די איסיים אליין זענען נישט געווען אקעגן די קרבנות, ווי דער שרייבער אליינס ברענגט (אין
פעידזש 71) אז זייערע סעודות זענען געווען אין אויסטויש צו די קרבנות, צו וואו מ'האט זיי נישט צוגעלאזט. נאר זיי זענען געווען בעיקר אקעגן די קארופטירטע כהנים וואס האבן גענוצט די ביהמ"ק פאר זייערע פריוואטע צוועקן, כידוע לכל).
איז אבער די נקודה וואס מ'זעט דא, קלארע אפענע פסוקים אין ישעיה, וואס דו ברענגסט צו: למה לי רוב זבחיכם וכו', מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי וכו', קטורת תועבה היא לי, ידיכם דמים מלאו. און די עיקר איז, רחצו, הזכו, הסירו רע מעלליכם מנגד עיני, חדלו הרע. למדו היטב, דרשו משפט, אשרו חמוץ, שפטו יתום, ריבו אלמנה. בקיצור, אזוי ווי דו ברענגסט ארויס אין דיין הערליכן ארטיקל.
(המשך יבוא, אפשר, בל"נ)