כ'וויל ארויפלייגן מיינע הערות, נישט ווייל ס'איז עפעס אזוי מחודש נאר פשוט צו געבן פאר די שרייבער דעם אנערקענונג אז מ'האט געליינט.
אנגעהויבן מיט
@פעדער'ס קלארקייט אויף שירה וואס צינד אהן מיין שעפערישקייט צו אויסדריקן אין אזא וועג.
"צומאל ווערט דער סטיל פון שירה אויך געניצט
אינמיטן א שילדערונג, ווען דער שרייבער וויל
ארויסברענגען אז איינער האט געזאגט עפעס
באדייטפול."
די קאצקער האט געזאגט אז ער זאגט בעצם גאר פשוטע זאכן, ער זאגט עס קארץ און שארף כדי דער מענטש זאל דארפן טראכטן כדי צו פארשטיין און אזוי וועט עס אריינגיין טיף.
@שניאור ריבנר אין דיין שיינעם מאמר איבער אמונה.
"איינס פון די גרעסטע פראבלעמען אין רעליגיעזער מחשבה און טעאלאגיע איז א פאראדאקס באקאנט אלס "די יוטיפרָא-דילעמע" )Euthyphro). די אלגעמיינע פראגע גייט צוריק ביז פלאטאן וועלכע דערציילט בשם רבו, סאקראטעס, אזוי: אויב מען זאגט אז עפעס איז "גוט", אדער "גערעכט", צוליב וואס גאט האט אזוי געהייסן, איז דער פארשטאנד אז דורך דעם וואס גאט האט אזוי געהייסן ווערט עס גערעכט, אדער איז דער פשט אז גאט האט אזוי געהייסן וויבאלד עס איז שוין גערעכט?"
אפשר אין א געוויסער זון קען מען עס זעהן אז גאטס הייסן הייבט זיך נישט אהן מיטן באקומען א נבואה, (די נבואה איז נאר דעם השגה אז גאט הייסט אזוי שוין פון אנפאנג פון צייט און עקזיסטענץ.) דאס אז עפעס איז גוט און אז גאט הייסט עס איז איין זאך.
אבער ווי פארשטענדליך גייט דאס נישט אריין אינעם פשוטער רעליגיעזער סוג אמונה ווי די שאלה הייבט זיך מעיקרא אהן.
עקיבא הארטמאן פארן א געשעפט, זייער אינטרעסאנט.
פאר
@חבקוק קומט זיך פעטש פארן אראפשלעפן מיין מאאד מיט אזא פאומע.
ביז דא איז פאר יעצט.