כוואליעס אכטע ״כוואליע״ לכבוד חנוכה תשפ״ו

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע
יעצט גענדיגט דורך בלעטערן די גאנצע מעשה,
הערליך!!! מחיל אל חיל.🥰
די ערשטע מאל וואס איך לאז מיך קאסטן, און רבותי סאיז ווערד יעדער פעני.

נאר צום סוף האב איך געזען אז מען וועט ליידער דארפן ווארטן ביז פסח פאר די קומענדיגע😢
 
התנצלות:

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן אבער אין דער ענגשאפט פון צייט צו גיין צום דרוק איז אריינגעפאלן א פארדריסליכער טעות און דאס לעצטע בלאט פון @איזי פאזענ'ס ארטיקל "מיין צווייטע כפירה" זעצט פאר אויף בלאט 81.

מיר האבן שוין אפצולאודעט די פארראכטענע ווערסיע און מיר וועלן מעלדן ווען דער לינק איז אפדעיטעד.

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר די וואס האבן שוין באשטעלט.

ואתכם הסליחה
 
חברה איך גיי טיילען פעטש!!!

נאר 50 ניק'ס האבן די דיסענסי צו געבען א לייק וואס קאסט זיי גארנישט פאר די ביטערע שווערע ארבייט פון די צדיקי בית כוואליעס???!!!
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח @כוואליעס פארן איבעראשן מיט אזא מושלם'דיגע פראדוקט. דאס איז א שטאפל העכער! די גראפיקס, די דיקקייט, די ארטיקלען, עס ווערט שוין ערענסטע כוואליעס נישט סתם אזא כוואליעלע..

יישר כח פאר אלע שרייבער, עדיטארס, נדבנים, און געהילפן, וועלכע האבן א יד אין דעם אויסגאבע.
  • יישר כח @פעדער פאר די הערליכע ארבייט איבער שירה - ווי פאסיג פאר חנוכה די ימי שיר ורננים.
  • יישר כח @שניאור ריבנר, א שיינע אנאליז איבער אמונה און צו עס איז געבינדן מיט שמירת המצוות. שיינע שילובים און אנאלאגיעס מאכסטו דארט, פון ר' אלחנן ביז רמ"ד, און פונעם תנור עכנאי ביזן יוטיפרא דילעמע. מ'קען דן זיין איבער געוויסע פרטים און די אויספיר, אבער די אנאליז איז געוואלדיג.
    אותי עזבו ותורתי שמרו האסטו גראדע אויסגעלאזט, איז עס בכוונה?
  • יישר כח @עקיבא הארטמאן (ניטאמאל קיין ניק האט ער דא - מי הוא זה?!) פאר די עקסקלוסיווע ארבייט איבער די היימישע פילם 'א געשעפט'. זייער שיין אראפגעלייגט, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די חלק פארוואס עס לוינט נישט די ביזנעס פראקטיש גערעדט.
  • @חבקוק, געלונגענע און קונצליכע גראמען, מיר געמאכט שמייכלען אפאר מאל!
  • @הרב אהרן עבאדי (ווער איז דער איבערטייטשער געווען?!), אן הערליכע און פאסיגע ארטיקל פאר כוואליעס! שיין צולייגט אלע כשרות אספעקטן וואס מ'דארף יא און נישט חושש זיין אין סופערמארקעט. פערזענליך קען איך אלעס הערן, נאר די טייל איבער כשר'ן די פאבריק איז עפעס געווען א טרעפל צו ווייט פאר מיר. פרעג מיר נישט פארוואס, אבער איך קען עפעס נישט זיין רואיג מיט עפעס וואס האט אין זיך חזיר פעטנס - אפי' בנותן טעם לפגם. גראדע קען איך נישט די הלכות, אבער יין נסך/סתם יינם איז נישט דערמאנט געווארן אלס פראבלעם בכלל, און איך מיין די כללים לגבי ביטול זענען עפעס יא א משהו אנדערש דארט, ניין?
    בכל אופן, די ארטיקל איז א מאדעל פון אן ארטיקל וואס באלאנגט אין כוואליעס. נעקסט קען מען מאכן איבער בירט-קאנטראל, מראות לא צנועות בסרטים, אא"וו. להגדיל תורה ולהאדירה.
    די בייאגראפיע (אויך אנאנימעס) איז ווידער א שיינע ארבייט.
  • @שושני, א הערליכע ארבייט! קודם פריי איך מיר אז דו לעבסט און שרייבסט.. צווייטנס גלייך איך ווי דו דערמאנסט קטלא קניא'ס איבערזעצונג אינעם הקדמה. @פרידא וויזל דארף נישט מיין הסכמה, אבער סיי די עצם עסעי און סיי די אריינפיר איז זייער רירענד און הארציג. קומטס אריין אפטער!
  • @איזי פאזען, קודם מזל טוב צום חתונה - זאלסטו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל. דיין ארטיקל איז געוואלדיג עז יוזשועל. קריטיק לימין וקריטיק לשמאל - ווי נאר א איד קען. זייער קלאר אראפגעלייגט די צדדים און אקאדעמישע קוקווינקל אויף די נושא פון ראסע, די גענעטיקס און מאראלן כלפי דעם.
  • @עובדיה (ווידער א גרינער), עס טוט מיר באנג צו זאגן, אבער די גאנצע סוויטש זאווערוכע איז למעשה געווען א מלאכה שאין צריכה לגופה, דארף מען דן זיין צו עס האט אויב אזוי בכלל ערפילט איר עמאציאנאלע ציל. זייער ווארעם און שרייבעריש געשריבן. א לייק פון מיר!
  • ר' @יששכר כץ, ווי א ליבליכן רב ענטפערט כסדר מיט טעם. נאר איין זאך, פסק'נט איר אמאל אויך לחומרא? דערווייל זעען מיר רוב תשובות אויס לקולא. נישט אז עס באדערט מיר, זיכער נישט דא - ווי איך בין מסכים מיטן פרסומי ניסא פרינציפעל, איך בין נאר סתם נייגעריג בכלליות.
@מיימון, @הבל וריק, @מאָצל טויב, @לעא XVI, @אלפא, און @אפענער, די וועלן מוזן ווארטן ביז איך קום אן אהין..
 
כ'וויל ארויפלייגן מיינע הערות, נישט ווייל ס'איז עפעס אזוי מחודש נאר פשוט צו געבן פאר די שרייבער דעם אנערקענונג אז מ'האט געליינט.

אנגעהויבן מיט @פעדער'ס קלארקייט אויף שירה וואס צינד אהן מיין שעפערישקייט צו אויסדריקן אין אזא וועג.

"צומאל ווערט דער סטיל פון שירה אויך געניצט
אינמיטן א שילדערונג, ווען דער שרייבער וויל
ארויסברענגען אז איינער האט געזאגט עפעס
באדייטפול."

די קאצקער האט געזאגט אז ער זאגט בעצם גאר פשוטע זאכן, ער זאגט עס קארץ און שארף כדי דער מענטש זאל דארפן טראכטן כדי צו פארשטיין און אזוי וועט עס אריינגיין טיף.


@שניאור ריבנר אין דיין שיינעם מאמר איבער אמונה.

"איינס פון די גרעסטע פראבלעמען אין רעליגיעזער מחשבה און טעאלאגיע איז א פאראדאקס באקאנט אלס "די יוטיפרָא-דילעמע" )Euthyphro). די אלגעמיינע פראגע גייט צוריק ביז פלאטאן וועלכע דערציילט בשם רבו, סאקראטעס, אזוי: אויב מען זאגט אז עפעס איז "גוט", אדער "גערעכט", צוליב וואס גאט האט אזוי געהייסן, איז דער פארשטאנד אז דורך דעם וואס גאט האט אזוי געהייסן ווערט עס גערעכט, אדער איז דער פשט אז גאט האט אזוי געהייסן וויבאלד עס איז שוין גערעכט?"

אפשר אין א געוויסער זון קען מען עס זעהן אז גאטס הייסן הייבט זיך נישט אהן מיטן באקומען א נבואה, (די נבואה איז נאר דעם השגה אז גאט הייסט אזוי שוין פון אנפאנג פון צייט און עקזיסטענץ.) דאס אז עפעס איז גוט און אז גאט הייסט עס איז איין זאך.

אבער ווי פארשטענדליך גייט דאס נישט אריין אינעם פשוטער רעליגיעזער סוג אמונה ווי די שאלה הייבט זיך מעיקרא אהן.


עקיבא הארטמאן פארן א געשעפט, זייער אינטרעסאנט.


פאר @חבקוק קומט זיך פעטש פארן אראפשלעפן מיין מאאד מיט אזא פאומע.


ביז דא איז פאר יעצט.
 
איך האב עס באשטעלט דצמ 11, איך קוק יעצט פארוואס ס'איז נאכנישט אנגעקומען זע איך אז ס'איז אוט אוו סטאק, וואס איז פשט?
 
איך פלעין זאגן א יישר כח פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט צייט קאפ און מוח אהערצושטעלן אז ארבעט !!
באמת א דבר השלם פון אלע זייטן!!!
 
איך האב עס באשטעלט דצמ 11, איך קוק יעצט פארוואס ס'איז נאכנישט אנגעקומען זע איך אז ס'איז אוט אוו סטאק, וואס איז פשט?
דו האסט מסתמא געקויפט די ביליגערע אפציע וואס מחמת איזה סיבה ווייזט עס אויף אמאזאן ״אוו אוו סטאק״. מיר ארבעטן צו פאררעכטן דעם פראבלעם.

די טייערערע אפציע איז געהעריג דא צו באקומען:
כוואליעס, נומער 8: אן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט (Yiddish Edition): Production, Chvalyes: 9798278257011: Amazon.com: Books
 
א הילכיגן דאנק פאר די חשוב'ע שרייבער און ארויסגעבער, ממש בבחינת מוסיף והולך, איינס ביי איינס זיך צו באלעקן די פינגער, דאס אידישע שפראך האט צוריקבאקומען איר פארדינטע כבוד
 
הרב עבאדי וועט שוין דארפן ווארטן אויף שבת נאכמיטאג ווען כ'וועל זיך קענען קאנצטעטרירן צו אויסברייטערן דעם קנאלידש פון מיין "איננער דיין" (קרעדיט: @איש מבקש)
וחזקה על הנשר הזהב צו ברענגן גאלד פון די גאלדענע בערג!


דער @מיימון האט זיך געהעריג צופידלט מיטן סוד האפל
"מִי שׁיּוֹדֵעַ אֶת הַסּוֹד לֹא מְדַבּר עָלָיו
- הוּא עַצְמוֹ הוֹפֵךְ לְסוֹד.
חַיּיו נגמָרִים בּרֶגע הַהוּא,
וּמִשּׁם מַתְחִיל קִיּוּם אַחֵר.
"
❤️‍🔥❤️‍🔥❤️‍🔥

ווען מ'קען עס מקבל זיין אהן קיין דשאדשמענט, ווערט מען צוריק די פשוטער האלץ האקער וואס מ'איז אלעמאל געווען, מ'ענדשויעט דאס לעבן ווייל דאס איז רצון העליון!
💞💞💞


@שושני מיטן @פרידא וויזעל, זייער גוט ארויסגעברענגט! ס'האט ארויסגעשלעפט נאגנדיגע רויע געפיהלן וואס מ'קען גארנישט טוהן צו אנטלויפן דערפון, מ'קען זיצן מיט זיי אהן קיין דשאדשמענט און זיי לאזן ווערן געפיהלט!


@הבל וריק כ'ווינדער זיך אויב דו אליין האסט טאקע אינזינען געהאט צו טריגערן אזוי פיהל אינערליכע מעסעדשעס און אבזארוואציעס...!!!

"שמילי וויל זיך צובייגן נענטער צו איר און טון
וואס זיין הארץ באגערט. אבער ער טראכט פון
מרדכי'ס ווערטער און קלערט צו זיך: אין אונזער
וועלט דארף מען זיך אויך צושטעלן. ער איז א מאן, אים איז גרינגער צו ווילן זיך פאראייניגן נאך איין גוטן שמועס, אדער אפילו בעפאר. זי איז ווארשיינליך נאכנישט גענוג באקוועם. עס וואלט געווען בעסער ווען ער לייגט איר נישט אין דער פאזיציע."

האסט מיר ארויפגעברענגט דעם קרעיזי זכרון פונעם ערשטן קיש, אינעם פונקליכן אום פאראויס געזעהנעם מינוט!!!


אויף @איזי פאזען וועלך נישט מגיב זיין... כ'האלט נישט ביים ווערן געקענסלט...

אבער מ'קען זיך נישט פארהוילן
"אויב האלט מען אין איין טענה'ן אז מען דארף באהאנדלען אלע גלייך וויבאלד מיר זענען אלע פאקטיש אייניג, ליגט א גרויסע סכנה אז ווי נאר עס וועט קלאר ווערן אז די צווייטע פראפאזיציע איז פאלש, וועט מען אפלאזן דאס ערשטע מאראלישע התחייבות אויך."


חכמות חיצוניות וועט נאכקומען שבת נאכמיטאג (מיין מוח ארבעט נאך?...)


די ווייסע סוויטש פון @עובדיה דארף נישט און קען נישט קיין הסבר באקומען. 🥹 א צייט פון צורייסן סעיפטי וואס דינט מער נישט, אהן וויסן ווי מ'גייט אלץ אנקומען פון דאן.

איך האף און דאווען אויף מיינע קינדער, זיי זאלן נישט האבן דעם דילעמא. זיי זאלן אדער יא אדער נישט ניצן דעם סוויטש אזוי ווי מיר, אהן קיין פחד און גילט. נאר מיטן ריינעם אמת נעמען די מנהגים וואס סערווירן זייער זעהל.


ר' @יששכר כץ מיט א זיסקייט ווי אלעמאל, דענסמאל דארף איך נאר קודם עפענען א קאמפעני מיט דרייסיג ארבעטער צו קענען צינדן...

@לעא XVI ס'גוט!! מ'האט געלאכט (פון זיך אליין 🫣, כ'האב געהאט ערגערע איידעס צו ברענגן משיח)


און ס'ענדיגט זיך נישט... דעי כוואליעס האט צוגעשטעלט חומר ביז פורים! גיימער ממשיך זיין דעם קומענדיגער מאל וואס כ'בין וואך
 
האב איך ענדליך אריינגעבליקט אינעם כוואליע, אוי האט עס מיר אריינגעשלעפט, אנגעהויבן מיט @שושני'ס איבערזעצונג פון @פרידא וויזל'ס "מיין גט" האט מיך איבערגעלאזט מיט טרערן, טרערן ביי א גט פאר א קולטור וואס האט פארכאפט די מענטשהייט פון זייער אייגענע רעליגיע, און מיט א שטארקייט צוריקשטויסן יעדעס ביסל נארמאלקייט און זעלבסשטענדיגקייט,
קורץ און שארף ס'שניידט דאס הארץ.

@הבל וריק האט עפעס א טאלאנט אריינצושלעפן די ליינער אין די מעשה, כ'טריי נאך צוכאפן אויב ס'קומט א צווייטע חלק.

@חבקוק "די ווערים ציפן, אבער די קאפ איז נישט מבולבל, כ'וועל געבן נאך א טריי"
לאווד איט! 😆

@לעא XVI האסט מיר געקאסט א לאך, כ'וואונדער זיך אויב מענטשן זענען באמת פאראינטערסירט וואס שטייט אויף זייער מציבה - נאך זייער טויט, און אויב וועט איינער טאקע אויסטייטשן אזוי ווי משה יוסף.

@מאָצל טויב כ'וואונדער זיך נאך פון ווי דער פערד איז אנגעקומען אויפן אויטאבוס...

נאך נישט אנגעקומען צו די אנדערע סחורה
 
Back
Top