כוואליעס "כוואליעס" גליון ב' - שובבי"ם תשפ"ה

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע
מיר ווילן זיך באדאנקען פאר די אויסטערליש טאלאנטפולע שרייבער דא אויף קרעמל וואס האבן ביישטייערט פון זייער גאלדענער פענע צו דער יעצטיגער "כוואליע":

@חבקוק
@מי אני
@דער גאלדענער אדלער
@יששכר כץ
@אלפא
@ערפל
@אפענער

אייערע אויסטערלישע שרייבווערק האבן געמאכט די אויסגאבע פאר וואס זי איז!

ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע קרעמלער, נעמט א פעדער אין האנט און שרייבט כיד השם הטובה עליכם, און אזוי וועלן מיר צוזאמען שטורעמען מיט א כוואליע נאך א כוואליע עד כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

---

ואחרון חביב, א ספעציעלער דאנק פאר'ן אנאנימען נדבן וואס האט דאס אלעס ערמעגליכט, זאל גאט אים צוריקצאלן מיט כוואליעס פון געזונט, פרנסה, נחת מיט אלעם גוטן.
 
@חבקוק האסט מיר גענומען אויף א ראולער קאוסטער אראפ מעמארי לעין, די טשילס גייען מיר דורך, די שובבי״ם טראומה, און נאכדעים מיט די פאוסט שובבים אווערקארעקשען ביז מען קומט צי אן עמק השווה.

כ׳בין נאך אין שאק אז @מי אני וואטשט ריעל האוזווייפס, אבער איך זעה נישט די פראבלעם מיט מאטעריעליזם.
איך פארשטיי אבער אז בהנחה אז מאטעריעליזם איז א פראבלעם זענען מיר נישט בעסער ווי די מגושם׳דיגע גויים וואס ליגען אין שטותים.

@דער גאלדענער אדלער וועט קיינמאל נישט פארפאסען צו רעדן פון עסן😂, די חורבן איז אז שמעלקא איז בכלל נישט קיין משל ס׳איז א נמשל.

עניוועי ביז דא פאר היינט מען דארף דאך עפעס אוועק לייגען פאר שבת, איך האף צוריק ציקומען מיט א ריוויא פאר די איבריגע.
 
@אלפא כ'האב יעצט געליינט דיין ארטיקל

"איז "t’don I
know "א תשובה וואס מיר זענען באמת
פעאיג אנצונעמען, אדער דארפן מיר
יא האלטן פון עפעס טיפער אלס דער
אולטימאטיווער ענטפער? האפנטליך וועלן
מיר אינעם קומענדיגן ארטיקל אנרירן נאך
אספעקטן אין דעם פעלד, אריינגיין מער
אין דעם עפיסטעמאלאגישן געביט וויאזוי
און וואס מיר נעמען אן אלס א ידיעה, און
ווייטער גיין מיט'ן זוך פארוואס מיר זוכן צו
גיין ווייטער..."


קענסט מיר נישט לאזן מיטן צינג אינדערויסן!
כ'קען קוים ווארטן אויפן ענטפער!
 
@כוואליעס, וויפיל קאסט צו ספאנסערן איין אויסגאבע?

PayPal לינק?
דער אמת איז אז די ערשטע קאסטן פון דער אויסגאבע, וואס נעמען אריין די סאפטוועירס פאר אימעיל סערוויס, דעזיין, און שאר ירקות, האט אפגעקאסט עטליכע הונדערט דאלער און מיר האבן ניטאמאל געהאלטן חשבון דערויף.

די הערליכע גראפיקס האט געקאסט $500 וואס דער ערשטער נחשון נדבן האט אויסגעצאלט ותשחח"ל. (דער גראפיקער האט נישט גערעכנט פאר אויסשטעלן די צווייטע אויסגאבע און מיר זענען אים גאר שטארק דאנקבאר דערויף.)

גייענדיג פאראויס קומט אויס די הוצאות פון אויסשטעלן יעדער אויסגאבע מיט די קלייניגקייטן ארום בערך $500 פּער אויסגאבע.

פאלגנד זענען די הנצחה פרייזן:
גאנצע אויסגאבע מיט פולן בלאט הנצחה $500
1/2 אויסגאבע מיט 1/2 בלאט הנצחה $250
1/4 אויסגאבע מיט 1/4 בלאט הנצחה $125

חוץ מזה, וועלן מיר אויך אננעמען קלענערע נדבות לויט אייער מעגליכקייט.

מיר וועלן מעלדן קומענדיגע וואך די פלאטפארמע וואו מען וועט קענען קויפן הנצחות אנאנימערהייט.
 
Back
Top