- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 276
- רעאקציע ראטע
- 2,203
- פונקטן
- 423
ס׳איז אין שטעטל, אין די פריע קו״ף יארן, נאר דא איז א נישט קשה באלעבאטיש שטעטל, חצי שטעטל חצי שטאט, די שיל פון בעלי בתים און סוחרים שפירן זיך א טייל פונעם פארשריט, ווי ביים שפרייז וועג וואס פארבינדט צום גרויסן פארביגן וועלט, און נישט באגרעניצט צום קליינעם זימפיגן שטעטל, געבינדן מיט שטעט האנדלס צענטרומען, און מענטשן פון מרחקים.
זיצן זיך איין שבת חברה ביי יעוקל׳כן אין שטוב, ס׳גייט א שלום זכר, די חברה קנאקן ניסלעך, מען שמועסט איבער אלעמען, וועגן פאליטיק, דיני תורות, וועלטליכע זאכן, און געלט זאכן, ס׳רעכענען זיך די קיפקע ווי בעלי בתים, צו די זייט פון וואו ס׳פליסט פון די סחורה וואס הייסט ממונות. און אז ס׳קומט צו רעדן פון רייזעס אין מרחקים און עקזאטישע מקומות און געווירצן, דערציילט דער פון זיין רייזע קיין פעטעסבורג, דער זיין האנדל אין אסטראכאן, דער אין בערזע אין ווארשע, דער איבער א ווילדע מציאה חצי חינם אין פארשטיפטע אומבאקאנטע דערפער אין גיטער, דער איבער א שמועס מיט א ראטשילדס א שני בשני, דער איבער א רייזע אויפן דוניי טייך, און דער איבער דעם תחש וואס מ׳זאגט אז א לעדער הענדלער האט זיך איינגעהאנדלט פון א חיות פאנגען אין סיביר, כהנה וכהנה
דערציילט עמיצער מיני וביא וועלנדיג ווייזן זיין קענטעניס אז ער איז אמאל געווען אין אדעסע ביים האפן וואו עס קומען סוחרים פון אומעטום, פון בולגאריע, פון קרים, פון קאווקאז, און אזש פון טערקיי, דארט ביים שפרודלדיגע בארטן האט ער געהערט פון א קאפיטאן א שמועה אז פאראן איז אן אינזל וואו עס וואקסן אזעלעכע פירות אין גרויס פון א פלוים, רויט און גלאנציג אין פארעם פון א הארץ, א קרוין בלעטל ביים עוקץ, מען רופט איר פאמעדאר דאס הייסט ליבע-עפל, זי פארמאגט כלערליי סגולות
״גוט מארגן אמעריקא! האסט זיך אויפגעוועקט… ווער ווייסט דאס נישט פון דעם פאמעדאר.. נו אודאי אז מען זיצט אין שטעטל און מען רירט זיך נישט ארויס פון ד׳ אמות מיינט מען די גאנצע וועלט באשטייט פון עפל מיט בארן… זאגט שפאטיש חאצקי מיטן שיפן דאשעק… צו ווייסטו נאר אז איך פאר יא ארום, כ׳בין שוין געווען אין אלע גרויסע שטעט, פון ווארשע ביז קיוב ביז בוקארעסט, ווייס איך יא, זייט וויסן ר׳ איד, דאס איז סם המוות, אין פראג הענגען דאס גבירים סגולה-ליבהאבער אויף די ווענט אלץ א סגולה נישט מער?
האלא האלא, נאך איידער דו מאכסט מיר אוועק בשתי ידיים, זיי וויסן איך פאר נאך אזויווי דיר, און כ׳האב א פעטער וואס איז שוין אויס געפארן א וועלט און ער דערציילט מיר אז ער האט געהערט אז אין די נייע וועלט עסן איר די שבטים מיט גרויס אפעטיט און קיינער ווערט נישט פארגיפטעט.
שכח, באלד וועסטו מיר דערציילן אז ס׳עסן איר די מאלפעס און אויך זיי ווערן נישט פארגיפטעט, זיי די שבטים דארטן זענען פון גאר אן אנדער טייג געקנאטן, וואס מיר פארטראגן פארטראגן זיי נישט און וואס זיי פארטראגן פארטראגן מיר נישט…
בארואיגט אייך - קומט זעקל דער ידען אריין אין בילד - איך האב געליינט אין פראנצויזישן ענציקלאפעדיע וועגן דעם פראמעדאר, זייט וויסן, רייכע מלכים אין אראביע און אינדיע האבן זיך שוין פון לאנג געכאפט אויף די פרי און עסן איר מיטן גרעסטן פארגעניגן אין זייערע רייכע באנקעטן, ס׳איז גארנישט א סם, אדרבא, ס׳איז א מאכל, ס׳איז גוט, די אייראפייער נארן זיך, ס׳האט עמיצער אמאל ארויס געלאזט א שם אז דער נייער פרי פון דער נייער וועלט איז סם המוות, און אלע קויפן דאס פאר גוט געלט
איז מילא, נו שוין, וואס איז אזוי די מציאה מיט איר,
פעלן דען פירות ביי אונז, איז עס דען בעסער פון א איגריקע למשל?
אה וואס רעדסטו - שילדערט יויקל מיט זיין שילדערונגס חוש - זי איז רייך, רייך אין טעם, אדעלדיג אין… און איידל אין… קנאספליך ווייעך און גאר זאפטיג, נישט זיס נאר פארט זאטיג מיט טעם, אינווייניג איז זי געבויט פון ווייכע חוליות ווי ווייכע פלייש, און זאפטיגע קערליכע פענסטער, ראה זה חדש. עס הייסט אז ווער עס פארזיכט וועט דעם טעם קיינמאל נישט פארגעסן, די הויט דינטשיק, דאן אזא זאפטיגער קנאספריכער פלייש, א גרויסער געדערעם און קישקע פילט אן דעם קערפער עס רינט ריינער רויטליכער זאפט, די לייכסטע אויפן מאגן. אט אזא זאפט, איז יעדער לעק עולם הבא, באשיט עס נאר מיט פעפער און ציבעלעס, באגיס עס מיט שמן זית בהרחבה, בעסער ווי די בעסטע הערינג, ווער רעדט טאמער פרעגלט מען זיי, בראטן אויפן פייער באשפרעקלט מיט געווירצן, אהא, די בעסטע רינדן, קען זיך מיטן אויסערגעווענדליכער טעם נישט פארמעסטן.
ווייסט וואס, אז ביסט יא אזא צולייגער און דו ווייסט וואס טוט זיך, ברענג שוין אהער א פאר שטיק, לאמיר אלע האבן דא די פארגעניגן
אה, מיינסט אז דאס ברענגט מען אזוי סתם צו א שלום זכר טיש, דאס איז א פרי נעלם, זי וואקסט אין מקומות וואו אין יוצא ואין בא, דאס שיקט מען נאר צו די רייכע מלכים פון אראביע און אינדיע,
זרח, הערט זיך צו צום שמועס, הערט פלאות, און איז פארגאפט, זרח האט פון אלץ קינד געדארשט נאך אוואנטוריסטישע אויפדעקונגען. גייט ער אהיים און קען נישט אויפהערן פאנטאזירן פון די פאמעדארן לויט ווי יענער האט אים אויסגע׳משל׳ט, שוין אין געלעגער, משלט ער זיך אויס ווי ער פארט אויף א שיף אין ים, די שיף קומט אן ערגעץ צו א פארווארפענע אינזל, דארטן גייען טונקלהויטיגע מענטשן נאקעט און דארטן וואקסן פון די רויטע פאמעדארן אומעטום וואו דער אויג זעהט. איז אז ער שלאפט איין חלוםט ער זיך שטיין פאר אזא פאמעדארן פעלד, די טאמאטן אלע שמייכלען צו אים מיט גלאנציגע באקן. מיט בייז ווינדער שטייט ער און קוקט אויף זיי, מיט גליסטעניש כאפט ער איינע פון זיי, בייסט אריין, ס׳רינט פון אים, און זרח איז אין די הימלען, א סקארבאווע גייסט פארכאפט אים מיטן טעם פונעם טאמאט און ער ווי ער שוועבט צווישן די הימלען
און אט שטייט פאר אים א מאן מיט לאנגע געקרייזלטע האר, כמעט ווי די מאמע האט אים געהאט, א צווייג ארום זיינע פעך שווארצע האר, און ער רעדט אין מאמע לשון, און זיי הייבן זיך אן פינאנדערלאזן אין א משא ומתן און עס זעהט אויס אז יענער איז א גאנץ לייטישער קענער, א שטיקל תלמיד חכם.
אזוי עסט מען א פרי, אן רעספעקט? וואס מיינסטו בייסטו אריין, אין א טויטן שטיין, א דומם?…
נישט מער בייס איך אריין אין א צומח…
״אה אה, איך קען דעם וועלטס טעות… מיינט אודאי אז נאר מיר בעלי חיים לעבן, פארוואס, ווייל מיר קענען זיך ארום רוקן און קאמאנדעווען… איז הער זיך איין ר׳ איד, זאלסט וויסן זיין, אויך צמחים לעבן פונקט אזוי, איי זיי קאמאנדעווען נישט ארום? נו אשר על כן… מיינסטו טאקע אז אונזער פלאפקערייען מאכן עפעס אויס, מיינסט אונזער רידערייען שטעלט אונז אין קאנטראל? א נעכטיגן טאג!… ס׳אלץ פאראויסגעזעהן, נאר פאר אונז איז עס קאמפליצירט צו פארשטיין… איז מיט וואס אלזא זענען מיר מער לעבעדיג פון אט די טאמאטן למשל, אויך זיי שפירן, אויך זיי מיינען אז זיי רידערן א וועלט לויט זייערע באגריפן, זעה נאר ווי די טאמאטקעלעך שמייכלען…
יתרה מזו זאלסטו וויסן זיין, דער טאמאט איז דער ממוצע צווישן צומח און חי
״וואס איר מיין הער, א צומח איז נישט מער ווי א צומח
״אפילו אין ענקער זוהר שטייט אז א צומח לעבט
ווי קענסטו עס מיר באווייזן
דו וועסט עס פארשטיין איין טאג
***
דאס שטעטעלע איז אויף, אויף א שטערנגעלע אויפן אילן סרק ביי מיכלען אין אנטערגערטן זענען דריי פירות אויסגעוואקסן, נאר ער האט די פירות נישט דערקענט, רופט ער יוקלען. יויקל קוקט, באטראכט, און זאגט, מיכל, א נס האט דיר פאסירט, דאס זענען נישט עפעס אנדערש נאר פאמעדארן! די שטאט האט געדזשומעט, מען האט געווארט מיט אומגעדולט די פירות זאלן רייף ווערן, אנדערע האבן שפעקולירט וויפיל זיי גייען זיך פארקויפן, דאס איז מער פון גאלד.
די נויטיגע צייט איז אריבער, מיכל קלייבט זיך צו שניידן די וואונדער פירות, פארוואס גאט האט זיי געשיקט אין זיין גארטן ווייסט ער נישט, ער איז זיכער עפעס א מיסיע ליגט אויף אין, נאר ער גייט נישט שניידן אליינס, ער גייט מיטן מומחה, יויקל.
די צוויי גייען צו צום ביימעלע, די פיר אויגן גלייבן נישט, די שיינע רויטע פאמעדארן האבן ארויס געוואקסן פיסעלעך ווי ביי טייבעלעך, א קעפעלע ווי ביי כפרות. לאנג האט מען שפעקולירט, ענדליך איז מען געקומען צו אן החלטה, דער גארטן אייגנטימער האט זיי אראפגעריסן, און זעה נאר, זיי לויפן ארום און קוואקען ווי הינדעלעך.
אז עס איז באשערט טאמאטן אין שטעטל איז עס פונקט לעבעדיגע!!!! אזיינס האט נאך די וועלט נישט געהערט.
איבער די זימפיגע געסלעך לויפן זיי ארום, גארנישט געוואוסט אז אויך טאמאטעס פארמאגן א נשמה, א נפש'ל. זיי זענען גאר רויטע זאפטיגע בעלי חיים'לעך.
דערמאנט זיך יויקל פון איינע פון זיינע ליינעראציעס, אז ס׳האט פלוני געהערט א שמועה איש מפי איש ביז רייזנדע פון מדינת הים וועלעכע האבן אויף איינע פון די מיטלענדישע אינזלען נעבן פאלעסטינע באגעגנט אלטגעזעסענע איינוואוינער וועלעכע האבן געהאט א מסורה אזש ביז ימי ינאי המלך, אז ביי זיי פלעגן וואקסן לעבעדיגע רויטע טייבעלעך, ווי מען פלעגט עס רופן אין יענע יארן "יונים הגדלים על אילן",
איז דאך א סברה צו זאגן אז מען רעדט עס טאקע פון מיכל׳ס א מעשה, עס רעדט זיך פון נישט עפעס אנדערש נאר פון לעבעדיגע טאמאטקאלעך.
דעם גביר ר זרח, הערט את שמע הטאמאטעס, דערמאנט זיך פונעם פלאותדיגער חלום, און ס׳וויל זיך אים נישט אנדערש נאר פון דעם פלייש פארזוכן, איי ס׳איז וואזשנע לעבעדיג, א געשעפט דערמיט, אדרבא, ער איז גרייט צו צאלן פאר א טאמאטע הינדל א הון תועפות, אויף דעם איז געזאגט געווארן די פסוק, "א גביר, נעמט אפיר", ער האט זיך זיי אלע דריי איינגעהאנדלט. לכאורה, אלעס וואס מען ברויך איז א שוחט, גאט האט אין זיי אריינגישטעלט א נפש חיה.
ווענד זיך זרח צום שוחט. שווערע נעכט האבן געהאט די רב מיטן שוחט, דורך געטון דעם ענין, ארום געשיקט שאלות צו אלע גרויסע פוסקים, וויאזוי שחט' מען א טאמאטע? דער גביר איז באזארגט, באלד שטארבט אים זיין טאמאטעלע אפ, קיין נבילה גייט ער דאך נישט עסן. ער שטעלט אין א שיין שטייגל אין זיין סאלאן צווישן די פארטראטן פון רעמברענסענס וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט.
א מושלחת רב לאזט ר' זרח וויסן אז עס איז כשר, אויך דער שוחט איז גרייט צום שחיטה, נאר די פיסלעך טאר מער נישט עסן.
אינעם שיל הויף גרייטן זיך דער רב מיטן שוחט און צוקוקער צום שחיטה,די גביר שטעלט ס'טאמאטעלע אין א קיירבל אויפן וועג צום שיל, אבער אוי, דאס טאמאטעלע שפרינגט ארויס, וואס פארא זיס באשעפענישל איז עס, אזעלעכע רויטע בעקעלעך, זי לויפט פריי ארום.
א שאד אזיינס צו קוילן, כאפט זיך א מחשבה פון געפיל און געגועים אריין.
גראדע איז ר' זרח'ס פריינד, פייטל א וועגעטאריען, ער בעט זיך שוין פונעם ערשטן מינוט צוריה צולאזן דאס באשעפענישט, חס ושלום נישט שחטן, נישט קוילן, "זעה נאר ווי זי איז מלא חיות, רחמנות זרח! דו באגייסט א זינד! אלס פאר אביסל פלייש. געדענק ווי אידן אין מדבר זענען געשטראפט געווארן וועגן גליסטעניש צו פלייש! האט אים דאן יויקל געווארנט.
"אביסל פלייש רופסטו דאס? ווי פארגלייכסט עס צום שליו? אזא פלייש פארזוכט מען איינמאל אינלעבן,אלע גן עדן'ס שפירט מען אין דעם, פרעג נאר יויקל וואס ער האט געליינט וועגן די סוחרים אין די נייע וועלט, און וועגן די ראטשילדס און אראבישע מלכים, דאס איז נישט שליו, נאר לעבעדיגער מן"
"יא יא, מן אבער האט נישט געלעבט, צו עסן מן האט מען זיי נישט געברויכט אוועק נעמען דאס חיות"
אוי, ארימע טאמאטעלע, פאר עימיצנס גליסטענישט נאך דיין זיס פלייש גייסטו געקוילעט ווערן ווי א טויט פאראולטיילטער" פייטל לאזט א טרער איבערן שטייג, די טרערן גליטשן זיך אראפ איבער די באצויברנד שיינע הויט פונעם פראמידארערל.
ר זרח האט אבער זיך גע'עקש'ט צו קוילן דאס רויט הינדעלע, ער מוז דאס פלייש פון גן עדן פארזוכן איינמאל אין לעבן.
יעצט אז דאס הינדעלע איז אים אנטרינען געמאכט פליטה, האט זיך דאס קול פון פייטלען אין אים ערוועקט, ער לויפט נאך כאפן דאס הינדעלע, קוקט ארום און זעהט איר נישט, אה אט דא ליגט זי, "אוי געוואלד. . . . א געשריי לאזט זיך ארויס, "א טויטער, זי איז טויט".
נישט ווי א נבילה וועט זרח דאס טאמאטל אוועקווארפן, שילד געפילן האבן אנגעהויבן ברויזן, זרח האט מחליט געווען דאס ארים באשעפעניש, וואס נאר א נס האט איר געמאכט לעבן, צו באגראבן.
אין א דעפרעסיע איז זרח אריין געפאלן פאר איבער א יאר, אימזינסט זיינע פריינדס טרייסטונגען, "עס איז געווען בשוגג".
"ארימער טאמאטל, צו די שחיטה האב איך דיר געוואלט פירן, דיין פלייש פרעסן, ווי א קאניבאל, אומשילדיג טאמאטעלע, אויפן וועג האסטו דיך געוואלט רעטן, האסט געוואוסט וואס עס ווארט אויף דיר, האסט אבער נישט עספיעט, אויסגעגאנגען ביסטו ווי א הונט, ווי א פינסטערע באנדיט אויף א שטאטישער שאסיי"
"ווער האט זיך נישט געפרייט ווען דו ביסט געקומען אויף דער וועלט. איך געדענק ווען דו ביסט מיט פרייד געשפרינגען ווען דו האסט מיר דערזעהן, וואספאר אכזריות צוריק צוטון.
זרח האט מיט די אויגן צום דאך געגלאצט, און געכליפעט. די ווייב זידל ליידט שוין נעבעך א יאר ואין מושיע.
אט קומט אין שטעטל, מאירקע, ער לאזט זיך הערן אלץ פאדאגאג, נו, אפשר וועט ער זרחן מצליח זיין צו באפרייען פון זיין בייזן גייסט.
"זרח, די טאמאטעס פארמאגן ברודער, זיי זיי מזווג לעילו נשמת פון דיין טאמאטקאלע, צו אויף די קינדער! זרח האט אזוי געטון און צוביסליך איז אים בעסער געווארן, אבער נישטאינגאנצן, א קריץ אין זרח'ס הארץ איז געבליבן אויף אייביג.
יארן זענען פארלאפן, אין די מארקן האבן זיך אנגעהויבן באווייזן פון די טאמאטן, קודם גאר טייער, צוביסליך איז ער געווארן צוגענגליך מער און מער. מען האט זיי שוין געזעהן אויף טישן פון חתונות. אלע זרח'ס פריינד האבן געוואוסט אז אין פארנט פון ר׳ זרח סערווירט מען נישט קיין טאמאטעס, אפילו ס׳האנדלט זיך פון צומחים, עס דערמאנט אים פון זיין לעבעדיגער טאמאטע, פון די דרילינג וואס איז געבוירן יענעם טאג. ווי א בייזער גייסט זאל אים ארום כאפן שרייט ער "טאמאטקאלע, טאמאטקאלע, מיין טאמאטקאלע.
אפילו איינפאכע טאמאטן, האט זרח געהאלטן מען טאר נישט עסן, זייער פלייש איז פלייש און זייער לעבן איז לעבן