- זיך איינגעשריבן
- אוג. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 367
- רעאקציע ראטע
- 2,210
דא קען מען אריינשטעלן אינטערעסאנטע מחשבות און קרישקעלעך ארום די נושא פון שפראך
ובזה נתחיל
מ'טרעפט אין אידיש (דייטש) אז דאס שורש ווארט 'ציילן' ווערט גענוצט סיי אין מאטעמאטיק, למשל ציילן שטימען אדער ציילן געלט, און סיי אין ליטעראטור ווי 'דערציילן' א מעשה .
(אגב דאס 'באצאלן' קומט אויך פון דאס ווארט ציילן)
אינטערסאנט איז אז אין ענגליש איז עס די זעלבע.
צו ציילן - Count
צו דערציילען א מעשה - Recount a story
דאס וואלט נאך מיטגעגאנגען ווייל ענגליש און דייטש זענען ביידע מיסודם גערמאנישע שפראכן.
אבער דא קומט די חידוש:
אין עברית (לשון קודש) וואס איז א סעמיטישע שפראך און בכלל נישט קיין שייכות צו ענגליש אדער דייטש איז עס די זעלבע זאך
לספור - ציילן
לספר - דערציילן
און פון דעם קומט די ווערטער סופר (א שרייבער) און ספר (בוך) אא"וו...
הלא דבר הוא.
בפשטות איז די הסבר ווייל אין צייטן פון די ערשטע אנטוויקלונג פון שפראך און שרייבעריי איז נאכנישט געווען די מאדערנע חילוק צווישן מאטעמאטיק און ליטעראטור. די פאר געלערנטע וואס האבן געשריבן האבן אראפגעשריבן ביי די מלוכה סיי די חשבונות און סיי די סדר פון מלחמות און אנדערע זאכן.
לאמיר עס רופן די סופר המלך וואס איז געווען פאראנטווארטליך לספור הכסף, לספר דברי הימים פון די מלכות, און פון דעם איז צום סוף געווארען גאנצע ספרים.
צוריק צו די ארבעט... אויף צום ווידערזעהן.