על דא ועל הא - לינגוויסטיקס

אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז די אות A איז די אריגינעלע 'א' איבערגעדרייט.
דאס איז בערך די השתלשלות
1000315210.png
 
גוטע וואך ליבע קרעמער,

לאמיר זיך שנעל אריינטוהן אין א ווארט און זעהן ווי מ'קומט אן.

פאראנטווארטליך:

די ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון 'פאר' און 'אנטווארט', וואס מיינט צו וועם מען דארף זיך ווענדן פאר אן אנטווארט; ווער נעמט אחריות דא...

אידיש (דייטש) 'אנטווארט' איז פאר די ענגלישע 'answer' (ווי באקאנט די וו מיטן w זענען זיך מתחלף אין שפראכן).

די ליטעראלע טייטש פון פאראנטווארטליך אין ענגליש וואלט געווען to answer for.
ס'איז אבער דא נאך א ווארט אין ענגליש פאר אנטווארט/ענטפער, און דאס איז די ווארט response.

און דאס ווערט גענוצט אינעם ווארט responsible.
The one you go to for a response.

אגב, די לענגסטע ווארט אין אידיש (לויט וואס איך ווייס): אומפאראנטווארטליכקייטן (irresponsibilities)

אדרבה אויב האסטו עפעס לענגער לאז וויסן.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241205_013059_ChatGPT.jpg
    Screenshot_20241205_013059_ChatGPT.jpg
    480 KB · געזען: 49
איך האב עס נישט נאכגעקוקט, אבער עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז די אויסדריק "למך" אויס א תם, קומט פון די ענגלישע אויסדרוק layman.
 
איך האב עס נישט נאכגעקוקט, אבער עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז די אויסדריק "למך" אויס א תם, קומט פון די ענגלישע אויסדרוק layman.
וַיֹּאמֶר לֶמֶךְ לְנָשָׁיו:
עָדָה וְצִלָּה, שְׁמַעַן קוֹלִי; נְשֵׁי לֶמֶךְ, הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי:
כִּי אִישׁ הָרַגְתִּי לְפִצְעִי, וְיֶלֶד לְחַבֻּרָתִי.
כִּי שִׁבְעָתַיִם, יֻקַּם-קָיִן; וְלֶמֶךְ, שִׁבְעִים וְשִׁבְעָה.

די מקור איז די שלימזל'דיגע מעשים פונעם באקאנטען למך בן מתושאל. נישט אויסמישן מיט למך בן מתושלח.

כי שבעתים, ווייל זיבן מאל דארף מען אים איבערזאגן די זעלבע זאך, און דאן יקם קין, וועט עס קין פאר'שטיין' (מלשון קם, אויפשטיין), אבער למך, שבעים ושבעה.
 
ביי די לינגוויסטן איז דא א פענאמענען (ספעציעל אין אידיש) ווי מ'זעהט צוויי ווערטער וואס אריגענעל מיינען זיי די זעלבע זאך, אבער אין אידיש האט מען אדאפטירט איינס צו מיינען די קודש און איינס די חול.

א באקאנטע אין די קאטאגאריע איז 'גארטל' (דויטש פאר belt) און 'פאסיק' (פויליש פאר belt).
גארטל איז וואס די רבי נוצט צו פראווענען הויכע זאכן, דערקעגן פאסיק איז וואס דער טאטע נוצט צו פראקן ביז ס'ווערט א בלוטיגע פאסיק.

כ'האב מיר דערמאנט דערפון אין די קוויטלעך שנירל...
קאָרטן (מלשון קאַרטן, קארטלעך, cards) איז נישט א ספעציעלע שפיל, נאר א שם הכולל פאר סיי וועלכע קארטל שפיל (card game), און דאס איז פארשטייט זיך פון די ס"מ אליין, און ווער עס שפילט עס חנוכה היסט ווינטער... דערקעגן קוויטלעך (וואס מיינט אויך קארטלעך, עיין כאן) איז געווארן די ווארט פאר די ספעציעלע פאראידישטע ווערסיע פונעם שפיל, אזוי אויך די קוויטל וואס מ'לייגט ביים כותל, און ווען מען קוויטל'ט זיך ביים רבין.
 
לעצט רעדאגירט:
היינט געטראכט אז אפשר די ענגלישע ווארט seal

מיט די ווארט בתולה איז די זעלבע שורש?
 
היינט געטראכט אז אפשר די ענגלישע ווארט seal

מיט די ווארט בתולה איז די זעלבע שורש?
איז נישט בתולים א זאך (ווס. א פעולה)?

לא מצאתי לבתך בתולים בלשון רבים ווייסט אויף חפצים, נישט א סטעטוס פון אפן אדער פארמאכט.

אבער דאס איז בעצם נישט קיין סתורה ווייל שפראך שפרייט זיך אויס פון חפץ צו פעולה, למשל pitted olives,

קען זיין אז "סל" קָארבּ וואס פארשפארט אריין אין זיך, איז אויך פון די זעלבע סלענג ווי seal
 
מן הסתם נישט.
ס'איז אין זעלבע קאטאגאריע פון sign.
אזויווי 'sign' מיינט סיי א 'צייכן' און סיי אן אונטערשריפט, ווייל אמאל האט מען געחתמעט דורך א זיגל/צייכן.

די זעלבע איז 'seal' בשורשו אויך א לשון פון צייכן, און פון דארט געווארן סיי וועלכע 'ענדגילטיג באשלוס' דערנאך געווארן סיי וועלכע זאך וואס איז שוין 'פארזיגעלט'.

אגב, זיגעל איז טאקע די זעלבע שורש ווי sign, מיין איך.
מערקט די פארשלאפענע G.

און מען נוצט עס טאקע סיי אויף אן עצם זיגל, און סיי צו זאגן אז אז א יונגל וואס לערנט נישט פלייסיג איז שוין פארזיגעלט צו אויסוואקסן א פארגרעבטע יונג.

***
יעצט געכאפט אז sign איז מלשון צייכן.
די g איז ענליך צו די gh ביי אנדערע ווערטער ווי נאכט - night, אכט - eight, ליכט - light...
אבער ס'ארבעט די זעלבע. צייכן קען מען נוצן צו זאגן. אז יענעם'ס גורל איז שוין פארצייכנט וכו'.

***
הוספה שנייה:
נאכן נישטערן אביסל זעה איך אז איך דארף אביסל קלאר מאכן די צעמישעניש דא.

אידיש/דייטש זיגעל איז די אייניג מיט ענגליש seal.
אידיש/דייטש צייכן איז די אייניג מיט ענגליש sign.
און אלע זענען אין די זעלבע משפחה.
 
לעצט רעדאגירט:
אויך א גרעניץ ווערט אנגערופן ספר, מ'זאגט עס טאקע אנדערש ארויס אבער אויך א ספּר/שערער זאגט זיך אנדערש פונקט אזוי
האט אויך צוטאן מיט אריינקריצן א גרעניץ א שטריך אזא. סאפּארא איז מאקעדאניען (די סעמיטישע שפראך פון די בראנז עידזש) פאר א 'גדר לבקרים'.
 
אוי ווי בושות איך האב נישט באמערקט
פאר דעם האמיר דאך א פאלטשע ניק נאמען.... פאר אזעלכע געשעענישן.

נאך א מזל דו ביסט נישט דא מיט דיין עכטע נאמען. איך ווייס נישט אויב וואלסט נאך געקענט א שידוך טאן... 😀
 
פאר דעם האמיר דאך א פאלטשע ניק נאמען.... פאר אזעלכע געשעענישן.

נאך א מזל דו ביסט נישט דא מיט דיין עכטע נאמען. איך ווייס נישט אויב וואלסט נאך געקענט א שידוך טאן... 😀
ביי מיר איז עס נישט אינגאנצן פאלש עס איז דא דא וואס ווייסן מיין עכטע נאמען

אבער שוין זאל זיין אזוי, מ'זאל וויסן אז אויך איך קען מאכן מיסטעיקס
 
מען דארף דא פאראייביגן לזכרון עולם, האי גברא יקרא המכונה בלשון חיבה ליפא'לע פארן אפיציעל אריינלייגן א פרישע ווארט אין דער אידישער וואקאבולאר.

"מיכקינד"

ווי ליפא גיבט איבער אין זיין אינטערוויו אויפן "פאד'זיטיוויטי פאדקעסט" מיט אלי וועבער, איז עס איהם בייגעפאלן בשעת'ן זוכן א ווארט אין אידיש פאר די 'inner child' (פאר זיין ניגון מיטן זעלבן נאמען) און אנערקענען אז ס'איז נאכנישט דא.

ס'איז גאנץ catchy, און עס ווערט שוין אפי' צומאל גענוצט צו אראפלייגן א געוויסע פערזענליכקייט ביים היימישן ציבור.

למשל מען קען זאגן אויף איינעם אז "ער איז א שטיקל טריפּער, ער איז ביזי מיטן מיכקינד", אדער אביסל מער ציניש "אה ער... ער איז א מיכקינד איד".

ס'האט אפי' געהאט אן השפעה אויף א ניק דא אין קרעמל (@איש מבקש) צו פארברייטערן און ערפינדן די נייע ווארט "אינער דיין" אדער "מיך דײן" (בלע"ז inner dayan), צו ערקלערן די ערשיינונג פון יונגערלייט וואס זענען נמאס פון זיך דארפן שלעפן צום דיין פאר יעדער ריר, און האלטן אז זיי זענען גענוג ערוואקסן און באזעצן צו זיין זייער אייגענער פוסק, ספעציעלע אין חיי אישות און אין טעגליכע לעבן.

ס'איז געבליבן צו זעהן אויב דאס ווארט איז נאר פאפולער ביי די קרעמל אידן, אדער דאס ווערט באמת א נחלת הכלל.

אפשר וועט מען נאך איין טאג הערן א דרשה פון א גרויסע רבי ווי ער איז מוחה אויף די לעצטיגע "מיכקינד מאדע", ווי דער עולם איז פארנומען הייליגן/היילן זייער אינערליכע קינד/זעהל, און אין דעם פראצעס הייבן זיי אויך אן פסק'ענען פאר זיך אליינס לויט זייער אייגענע "מיכדיין".

ונזכה ונחיה ונראה, ונירש טובה וברכה!
 
הקטן @מר שושני
איך ווייס נישט וואס דו וויסט
קאמינקא קב ווען ער האט בר מצווה גיהאט האט ער געמאכט א אפמאך מיט זיך אז ער גייט האלטן די אינגל אין זיך
און ווען ער האט געוואלט עפעס טוהן וואס אינו לפי כבודו האט ער געזאגט אז ער וועט שיקן דאס אינגל
 
אין א דיסקוסיע היינט מיט פריינט האט זיך געשאפן א דעבאטע צו א לשון קודש ווארט וואס אידיש האט אדאפטירט ווערט אנגערופן א אידישע ווארט אדער עס בלייבט אלץ 'א לשון קודש ווארט'?!

ווערטער ווי: גנב, בטלן, פנים, אפשר, אפילו, לבנה, חודש, און אזוי ווייטער..

א געלערענטע חבר האט גע'טענה'ט אז אין די רעאלם פון לינגוויסטיקס איז אנגענומען, 1. אז נאר א גענוצטע שפראך הייסט בכלל א שפראך (לשון קודש איז דערפאר ווייניגער א שפראך בכלל ווי אידיש), און 2. א ווארט וואס איז די באנוצטע ווארט אין א שפראך דאס ווערט פאררעכנט ווי דאס ווארט 'פון יענעם שפראך'.
אין אנדערע ווערטער, גנב, וואס האט נישט עכט קיין ערזאץ אין ריין אידיש הייסט א געהעריגע אידישע ווארט, און אפי' 'פנים' וואס מ'קען נוצן 'געזיכט' איז נאכאלץ די פאפולערע רעדנדע ווארט און איז דערפאר פאררעכנט ווי א אידישע ווארט..
נאך מער, געוויסע ווערטער האט אידיש גאר געטוישט די באדייט אדער אויסלייג און דאן מאכט זיכער מער סענס עס אנצורופן אידיש, א שטייגער ווי גביר (וואס אין לשה"ק מיינט מער 'א הער' נישט א רייכער מאן), און חבר (וואס די נקודות זענען געטוישט).

איך בין נישט איבערצייגט דערין..

איך מיין אז אנדערש ווי אונגארישע און פוילישע ווערטער, אדער אייגענטליך גאנץ אידיש וואס איז גענומען פון דייטש, וואס מיר זעען אלץ 'אידיש אליין', קוקן מיר אן אנדערש א 'לשון הקודש ווארט' וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אידיש.. ס'האט לכאו' צוטון מיט דעם אז די אנדערע שפראכן קענען מיר נישט משא"כ לשה"ק וואס מיר נוצן באזונדער ביים לערנען וכדו', און דערפאר זענען מיר מודע איבער דעם געבארגעריי..
הכלל, איך מיין אז פראקטיש גערעדט גייען רוב מענטשן ענטפערן אז 'סאיז א לשון הקודש ווארט' (אדרבה מאכטס אן אנקעטע), און דערפאר - אפגעזען וויאזוי טעארעטישע לינגוויסטן שאצן עס אפ - בלייבט עס סעמאנטיש גערעדט א לשה"ק ווארט און נישט קיין אידישע..

איין נקודה נאר. ס'זענען דא די ווערטער וואס מיר האבן שוין געמאכט קוגלעך פון דעם, א שטייגער ווי 'גנב'נען' און 'אודאי' וואס איך וועל האבן א שווערער צייט זיך צו האלטן ביי מיינס אז עס איז נישט 'פאראידישט' געווארן. (זיכער לויט די וועלכע ספעלן עס 'גאנווענען'..) איך מיין אבער מיט דעם אלעם, די פאקט אז מיר נוצן די שטרעכעלעך אפצוטיילן די לשה"ק טייל פון די ווארט ווייזט אז עכ"פ די ארגינעלע חלק באלאנגט נאך צו לשה"ק..

מ'קען אויך אנצייכענען ענליכע קעיסעס אין די ענגלישע שפראך ווי עס האט גענומען פון אנדערע שפראכן. דארט קען מען אבער ווידער דעבאטירן צו זיי זענען פארענגלישט געווארן אדער נישט, און די ספעלינג דערפון קען אויך אנדייטן איין וועג אדער די אנדערע.. ווארום ענגליש האט נישט ממש קיין אייגענע כללים אזויווי אידיש וואס מאכט אזא זאך אפי' מער פארהויכט..
 
איך וואלט סתם פאר אינטרעסאנטקייט געוואלט מאכן אזא ליסטע פון ווערטער וואס מ'נוצט מער און הויך-וואקובולארע אידיש, ווערטער וואס נאר שרייבער וועלן נוצן אבער מ'וועט זיי נישט הערן אין יעדן-טאגיגע שפראך (אויסער מעגליך ביי חבד'סקער וואס רעדן נאך פונעם בית יהודה חומש ארויס..)

א שטייגער ווי:
  • פילייכט
  • ווארום
  • אלנפאלס
  • ווידעראום

דאן זענען דא אסאך א גערעסערע ליסטע וואס אין קאמאן לענגווידזש וועט מען נוצן אן ענגלישן ווארט אדער א מער פשוטן אלטערנאטיוו (צומאל געוואנדן צווישן א"י און אמעריקע אין דעם הינזיכט) אבער זיי זענען פארט בעיקר גענוצט דורך שרייבער..

  • פאראיבל
  • פארסאפעט
  • אייגענטליך
  • שטראז
  • ציטאט
  • דערקוטשעט
  • פאדלאגע
און נאך אסאך..

קומט אריין מיט נאך.
 
Back
Top